דער פאסט איז אראפגענומען געווארן
אשכול אן א טיטל #12255
13 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #12255
אסעמבלימאן דוב הייקינד וואס רעפענזירט בארא פארק אין די אומגעגענט די לעצטע 36 יאר האט היינט געלאזט וויסן אין א ווידיאו ווי ער גייט איבער זיינע אויפטוענגען זיינע לאנגע יארן דינענדיג אין די אסעמבלי, אז ער גייט נישט לויפן פאר ווידערווילונג די יאר.
הייקינד איז באוויסט פאר זיין גיט הארץ אין זיינע פולע הילף פאר טויזענטע יחידים במשך זיינע יארן, ווי אויך איז ער א אויסגעשפראכענע קעמפער פאר מדינת ישראל אין א קעמפער קעגן די איבערגעבליבענע נאציס.
רוב יארן ווען ער איז געלאפן האט ער נישט געהאט קיין שטארקע קעגנער וואס איז געלאפן קעגן עם (הגם שונאים האט ער געהאט אסאך סיי סאטמערע וואס ס'האט זיי געשטערט זיין שטארקע שטיצע פאר די מדינה ווי אויך אסאך פאליטישע שונאים)
לעצטע מאל וואס ער איז געלאפן האט ער צום ערשטן מאל געהאט א שווערע קאמפיין ווען קעגן עם איז געלאפן נחמן קאללער וואס נאך אסאך שווערע קאמפיינען אין אסאך געלט האט ער צום סוף געווינען מיט א שיינע אויבערהאנט.
לעצטע יאר איז זיין זוהן יוני געלאפן איבערצונעמן דוד גרינפעלדס סיטי קאנסיל זיץ אבער האט נאך א שווערע קאמפיין אין אסאך געלט מיעוס פארלוירן צו קלמן יעגער.
בלייבט צו זעהן ווער עס וועט יעצט אריינטאנצן צו פרובירן צו געווינען דעם זיץ, מ'קען זיך פארשטעלן אז כדרכה של בארא פארק וועט מען האבן א צוויי היימישע קאנדידאטן מיט א שמותיגע קאמפיין.

איין קאנדידאט וואס מ'רעדט שוין אפאר וואכן אז ער פלאנט צו לויפן איז שמחה אייכענשטיין וואס איז איינגעשטעלט אין די מעיארס אפיס.
דוב האט געמאלדן זיין שטיצע פאר שמחה אייכענשטיין
<!-- l --><a class="postlink-local" href="/topic/12256">viewtopic.php?f=3&t=12256</a><!-- l -->

איינער ווייסט פארוואס ער איז ארעסטירט געווארן?
ווער איז ארעסטירט געווארן?
קאצקע ציקעראיינער ווייסט פארוואס ער איז ארעסטירט געווארן?
קאצקע ציקער: יא. ווייל ר'האטציך נישט געוואלט וואשן צו א בילקע מיט הערינג ביי שלוש סעודות...!
berlbalagulehקאצקע ציקעראיינער ווייסט פארוואס ער איז ארעסטירט געווארן?
קאצקע ציקער: יא. ווייל ר'האטציך נישט געוואלט וואשן צו א בילקע מיט הערינג ביי שלוש סעודות...!
נישט ווייל ער האט נישט געקישט די בעק ציצית ביי ברוך שאמר?
איך פרעג ערענסט פאר א צוויי יאר ציריק האט מען עים ארעסטירט אימיטן א פראטעסט פרעג איך פארוואס?
קאצקע ציקער: די ארעסט איז נישט קיין ערנסטער ארעסט. דאס איז א סימבאלישער ארעסט וואס כמעט א יעדער פאליטישן האט עס אדורכגעמאכט. דאס קומט ווען די פאליציי הייסן איהם זיך רוקן און ער פאלגט נישט. אונזער חשוב'ער מעיאר בילל דע בלאזיא ירום הודו איז אויכעט שוין געווען ארעסטירט מיט אזא מין ארעסט.
אבער דוב הייקינד האט מיט עטליכע יאר צוריק אדורכגעמאכט א טרייעל אויף עפעס א באשולדיגונג איבער פינאנציעלע עניינים. אבער ער איז ריינגעוואשן געווארן דורך א זשורי...!

ליגט מיר אין קאפ אז דוב איז אמאל (בערך 25 יאר צוריק) געווען פארוויקעלט אין לעגאלע אישוס אינאיינעם מיט Cojo. פרטים ווייס איך נישט אבער ס'וואלט געווען אינטערעסאנט צו הערן פון די וואס געדענקן.
@בערל, אלץ איינער פון די עלטערע דור זענט איר מכובד צו נעמען דאס ווארט

שמעון וואלף: איך האב שוין פארגעסן. אבער אזויפיהל געדענק איך אז אין א שיינעם טאג האטציך אנגערוקט די עף.בי.איי. צו די אפיסעס פון קאו. דזשאו. אין בארא פארק. און זיי האבן אוועקגענומען אלע פיילס צו שטודירן און זעהן וואס מ'האט געטון מיט די שווערע מיליאנען דאללערס וואס דער גוטער פעטער שמואל האט געגעבן פאר די פריצים אין די ארגאניזאציע. זיי האבן גענומען געלט בשם כל ישראל. און געלייגט אין די קעשענע. אבער דוב הייקינד איז נישט געווען דירעקט א שותף מיט זיי. די הויפט מחותנים זענען געוען איינער א ..."ראביי" משה שמידמאן אוו בלעססעד מעמארי. און ..."ראביי"... וויליאם גרינוואלד. און די 2 זענען געווען די הויפט גנבים. און זיי האבן געהאט נאך עטליכע קלענערע שותפים. איינער א געוויסער פארשוין (מלשון פרשנדתא) ש. בראון. וועלכער איז היינט שוכן כבוד אין ריווערדעיל, בראנקס, יצ""ו. ער רופטציך הוידו נאנאשער רב/רבי...!
וויאזוי איז די גניבה'שע ארגאניזאציע צושטאנד געקומען...?! ווייל אין די אנהויב אכציגער יארן, ווען פרעזידענט רעיגן איז געקומען צו די מאכט האט ער (אדער זיינע מענטשן ארום איהם) ממציא געווען א נייעם פאטענט. וואס דארף ער געבן פאר די מינאריטעטן באפעלקערונג די ביליאנען דאללערס און אויפהאלטן א ריזיגע ביוראקראטיע?!. ער וועט בעסער געבן פאר די מקבלים יערליכע שטיצע פון מיליאנען דאללערס. און זאגן ..."ברעכטס קאפ אליין". טוטס וואס עטץ ווילטץ מיט דעם געלט"...און ר'האט עס געגעבן א פענסי נאמען..."בלאק גרענטס"...והך קאווע. און די 2 גרעסטע גרופס פון מקבלים. די שחורים און להבדיל (אדער אפשר נישט) די יודעלעך האבן זיך געשטעלט אין די ליין. זיי האבן געהאט אלערליי פראגראמען וויאזוי צו ..."העלפן"... די אידישע באפעלקערונג פון בארא פארק...!
איך האב דאמאלס געוואוינט בשכינות פון די חשוב'ע ארגאניזאציע פון ליידיגייערס און גנבים. האביך עטליכע מאל באמערקט אז ס'זענען געקומען הויעכע רעגירונגס מענטשן צו עסן לאנטש מיט דעם ..."ראביי"... שמידמאן ושותפיו. איין טאג האביך געזעהן דעם חשוב'ן גאווערנאר דזשארדזש פאטאקי ירום הודו (נאך פאר ער איז געווארן גאווערנאר) אויכעט זיך באטייליגן אין א מיטאג סעודה פון טשיעז בלינטצעס און אייס'ד קאפפי, וואס מ'האט צוגעגרייט לכבודה של מלכות...! אזוי האט מען געהאקט א לעבן. און געלייגט מיליאנען אין די קעשענעס. אדער באנק אקאונטס...עד שינוסו הצללים...ביז דער וואוילער פעטער האטציך אויפגעכאפט פון זיין זיסן חלום. און ר'האט אנגעהויבן אויסצו פארשן וואס ס'גייט פאר...?! ביי די שחורים איז אויך געווען די זעלבע מעשה. די פאר שוויצערס וועלכע זענען געווען עומד בראש. האבן גענימען שווערע מיליאנען צו העלפן זייערע אונטערדריקטע ברידערס. און פארפאטשקעט דאס געלט...!
לסיכום: די 2 הויפט גנבים. שמידמאן און גרינוואלד זענען ארויס פון דעם גאנצן געשעפט נקי... די גאנצע געגאנב'עטע געלט האבן זיי פארלוירן. א טייל האט די ממשלה צוריקגענימען. און א אנדער'ן טייל האבן זיי פארלוירן אין שלעכטע אינוועסטמענטס ביי אנדערע גנבים פון זייער קאליבער. דער גרוו. איז היינט א שנארער...ס'איז איהם גארנישט געבליבן פון דעם גאנצן געשעפט. אויסער דער שם משמן טוב...!

יעצט דארף מען זעהן וועליכע בהמה אלע מוסדות גייען אינדארסירען
א-שופר-איז-א-שופריעצט דארף מען זעהן וועליכע בהמה אלע מוסדות גייען אינדארסירען
דערווייל איז נאר דא שמחה אייכענשטיין אין ס'זעהט אויס אז ער האט שטארקע שטיצע.
אגב געווענליך נארמאלע מענטשן מיט א שטוב אין קינדער ווערן נישט קיין פאלאטישינס דוק ותשכח.