דזשאב וועל דאן..
האמת אגיד... כ'האב אינטערגעשאצט די חכמה אין פיקחות וואס ליגט אינטער קאווע שטיבל.
כלפי מה דברי אמורים? ס'האט זיך געמאכט א גאנצע טומל צו מ'זאל ערלויבן צו דעבאטירן פאליטיקס, א זאך וואס האט אביסל אראפגעצויגן דעם ניווא פון די שטיבל בשעתו, אין זייער אסאך האבן געהאט טענות.
אין א אנדערע פארום וואלט געקומען דער שטרענגער מנהל, אין וואלט אנגעצויגענערהייט געשריגן סטאפ! אין ליתר שאת נאך אראפגעווארפן אפאר ניקס אויך, אין ס'וואלט געווארן סדר
חסדי השם, אז קאווע שטיבל איז נישט געבויעט אויף אזא סיסטעם, אין ווען די מנהלים האבן געזען אז עס נעמט נישט קיין עק האבן זיי געטון א געוואלדיגע קליגע שריט, וואס הערשט יעצט באמערק איך עס, זיי האבן אויף א אויסנאם שיינע וועג געסטאפט די טענה'רייען!
מ'האט צוגעשטעלט א פארום פאר ווער עס דארף עס ממש האבן, אבער אן קיין נארמאלע עקסעס דערצו, אין אזוי צוביסלאך צוביסלאך גייט עס צו א לאנגזאמע טויט, הגם ס'קען זיין אז ס'וועט נאך עפעס ווערן דערפון, אבער לעת עתה זעט מען דאך וויאזוי עס קוקט אויס.
איז נישט מער ווי נארמאל אויסצושרייען פאר די מנהלים: דזשאב וועל דאן...