יעקב מענטשס'איז מיר אינטערסאנט צו וויסן, אויב די route פון גיין פאבליק, און נעמן שאולזאן האט שוין אמאל געהאלפן איינעם.
איך בין קיינעם נישט דן, און איך פארשטיי אז זיין צער איז אומבאשרייבליך, אבער איך זעה נישט וויאזוי צושמירן אויף ק"ש אדער נעמן שאולזאן זאל ברענגן זאכליכע רעזולטאטן.
ה' יעזור, מיין הארץ גייט אויס פאר אים, ווי ווייט איך ווייס עקזעסטירט נישט אזא זאך אין די וויליאמסורגע מוסדות (אלע חסידות)
יעקב מענטש: איך ווייס צוויי מעשיות פערזענליך (איך האב געקענט די מענטשן.) איינס ביי סאטמאר'ע רבי זצ"ל. הדברי יואל. און די צווייטע מעשה ביי דעם אלטן מאטערסדארפער רב זצ"ל. ס'איז געקומען א טאטע און זיך באקלאגט אז זיין מצב הפרנסה איז שווער. און ער קען יעצט נישט באצאלן שכר לימוד פאר זיינע קינדער. האבן ביידע צדיקים אין פארשידענע אנדערע צייטן געזאגט די זעלבע זאך...דו שיק דיינע קינדער אין חדר. זארג נישט וועגן שכר לימוד. ווען דו וועסט קענען וועסטו באצאלן...!
דאהי איז דא א מוסד וועלכער באשטייט לכה"פ די העלפט פון בנש"ק'לעך. (מיט די ריכטיגע הייליגע נעמען). דו האסט א הווה אמינא אז זיי צאללן איין פרוטה שכר לימוד...און דער מוסד עקזיסטירט, ב"ה אויף ביידע באקן. א ביסל געט דער גוטער פעטער. און א ביסל שנארט מען צו. און ס'פארט א באן...זיי האבן נישט קיין הווה אמינא צו גיין באנקראט, ח"ו...!