☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » שלום עליכם » שלום עליכם » קטלא קניא איז דא!

קטלא קניא איז דא!

3 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #12226

רימון » דאנערשטאג אפריל 12, 2018 10:17 pm

· #399648
קטלא קניא איז דא!
איידעלערהייט, אן קיין איבעריגע פאמפע אדער סדר הבאסעס, האט זיך ר' קטלא היינט איינגעשריבן ביי אונז אין שטיבל.
קטלא דארף נישט קיין אינטרעדאקציעס, ער איז אן קיין צווייפל דער מלך הכותבים פון דער היינטיגער גענעראציע.
שוין א לענגערע צייט וואס מיר געניסן פון זיין רייכן פעדער און טיפזיניק שריפט אין דער וועקער. זיין פאריעריגע פסח געשיכטע מיט ר' אייזיק און אסתי ליגט מיך נאך אין די ביינער און איז די סאמע שענסטע פיקציע געשיכטע וואס כהאב אמאל געליינט.
מיר באגריסן אים היינט מיט אותות של כבוד והערכה, ויהא בואו לברכה ולהרמת קרן החכמה והישרות.

אישתישבי » פרייטאג אפריל 13, 2018 8:28 am

· #399681
למשל אין לעצטע וועקער איז ער געווארן א מאלעסטעישען טעראפיסט.

קטלא קניא » זונטאג אפריל 15, 2018 9:52 am

· #399797
א דאנק די ווארעמע אויפנעם ווערטער הגם איך האב שטארק אנגעזאגט און געבעטן בכל לשון של בקשה נישט צו מאכן א טראסק. געמיינט האב איך שלא ידעו בשכבי ובקומי אבער למעשה זרחה עלי השמש.

סהדי במרומים שלא לכבודי ולא לכבוד בית אבא הרשמתי וכוונתי אך ורק להרבות כבוד שמים ויה"'ר שנגביר חילים בתורה ושתתקדש שם שמים על ידינו.

לגופו של ענין, ווי אנאנים האט געשריבן שטיי איך ארויסצוגעבן בקרוב (מיט @אנאנים'ס כסדרדיקער און אויסטערלישער הילף) א קונטרס בשם 'ותינוק ללמדו ספר' איבער דעם הייסן ענין פון חינוך הבנים אין חסידישע קרייזן. דער כתב יד האלט שוין נאנט צום סיום איידער איך שיק עס צום רעדאקטאר פאר הגהות והערות. וויבאלד איך שיק עס אפ וועל איך דערהיינטיקן דעם עולם איבער דעם מצב און וויאזוי דער עולם קען אנטייל נעמען און איך האף מען וועט זיך ווארעם אפרופן.

וואטש דיס ספייס!