מקצת מענה
זייט מיר מוחל אז איך האב פשוט נישט אזוי פיל צייט צו רעאגירן אויף אלע נקודות. און אפילו פאר א פאר אויך נישט
אבער איך מוז איין זאך יא זאגען אז מ'דארף זיך נישט אננעמען פאר מיין כבוד, איך האב עס זייער נישט ליב ווען אין אן אינטולעקטואלע געפעכט זאל מען זיך רעכענען מיט איינעמס כבוד. אויב ס'איז צענטראל צום שמועס איז מהיכי תיתי, אבער דער מהות פון מיין כאראקטער אדער וועמנס חסיד איך בין און צו איך בין א שיכור אויף סמים וקטורת איז בכלל נישט נוגע.
איך האב נישט אטאקירט מאסטער פאר זיין שמירת התורה אדער נישט. דאס איז דאך זיין פערזענליכע עסק. די שאלה איז געווען צו איך וויל מיך טרעפען אדער פארהאנדלן מיט אים. און אויף דעם האב געזאגט אז איינער ווי אים האט נישט קיין דעה. ווייל דער עתיד פון אונזער קולטור און אוזנער way of life אז עס זאל האבען א המשך, איז נישט אזאך וואס איז בנפשו, ולהיפך!. איז ער פונקט ווי איינער א קאטאליק וואס איז זיך מגייר און ווערט א איד און ווערט גאר אן אדוואקאט צו ריפארמען קאטאליק סקולס און פארלאנגט א בענקל צום טיש מיט די גלחים צו פארהאנדלען. אדער למשל פארלאנגען אז דער פויפסט זאל לאזען פרויען ווערן גלחים. אודאי קען ער זאגען וואס ער וויל און ער דארף נישט קיין הסכמה פון מיר. אמעריקע איז פריי און גרויס ווער עס וויל קען אים אויסהערן.
די טענה אז איך האב שוין ארויסגעגעבן מיינע קינדער, ממילא האב איך נישט קיין דעה איז באמת א גוטע טענה, און באמת קען איך נישט גיין אין קאורט מיט א תביעה (because I have no standing) אדער קומען צו א מנהל מיט טענות אז מ'זאל פארהאנדלן מיט מיר. איך בין נישט מער ווי איינער וואס איז שטארק איטערעסירט אז מיינע אייניקלעך זאלן האבען די מעגליכקייט צו בלייבן חסידישע כאניוקישע אידיש רעדענדיגע תלמידי חכמים וחסידים מיט'ן גאנצען קנאק. און אז זייערע עלטערן' מיינע קינדער, זאלען האבען די פולע רעליגעזע רעכטן זיי מחנך זיין כפי רצונם! ממילא בין איך מחותן פונקט ווי מאסטער אין דער forum of public opinion
און לדוגמא, א גרויסער חלק פון די וועד הנאמנים פון אגודת ישראל האלטן נישט און האבען נישט קיין מסורה צו מאכן מציצה בפה אבער דאך זענען געווען גרייט אויסצוליידיגן די קאסע פון קרן פון אגודת ישראל (און אגו"י האט אויסגעגעבן אלפי אלפים עד אין שיעור) צו קענפן פאר די "רעכטען" פאר די די וואס ווילן דוקא מציצה בפה. דאס זעלבע דא, מ'דארף נישט זיין א שטיצער פון א דרך פון א געוויסער מוסד אדער יענער מוסד וואס געבט נישט גענוג (לפי דעתי או דעתך) למודי חול פאר די קינדער, מ'קען גאר האבען שארפע קריטיק אבער מ'מוז פארשטיין אז וואס מאסטער טיט און בפירוש פארלאנגט אין זיין אפענער פראגראם (ראה הריפארט) שטעלט איין אין א סכנה די רעכטן פון אלע מוסדות אפילו די וואס האבען געהעריגע למודי חול.