☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » תורה ודעת » העמק דבר » מציאות הבורא

מציאות הבורא

40 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #12213

קלונימוס » מאנטאג אפריל 9, 2018 2:13 am

· #399147
מציאות הבורא
ס'דא א עניין וואס קוועטש מיך שוין א שטיק צייט ואכיר טובה אויב איינער קען עס קלארער מאכן.
לכאורה איז מוכרח אז ס'זאל זיין א בורא פאר די וועלט ווייל ס'מוז זיך דאך אנפאנגען ערגעץ, איי דארף מען פארשטיין ווער האט ממציא געווען דעם בורא, איז פשטות וועט מען זאגן אז ס'נישט שייך פאר אונז צו משיג זיין וואסערע מין מציאות דער בורא ממילא מוז דאך נישט זיין אז איינער האט געמאכט די בורא ווייל נאר לויט אונזערע השגות דארף א יעדע זאך האבן א בורא אבער אויב דער מהווה איז נישט עפעס וואס פיט אריין אין אונזער imagination מוז שוין נישט זיין אז יענס דארף האבן א בורא, עד כאן מה שנראה בעיני המהלך הפשוט, אבער לכאורה איז יתכן אז אויב אונז פאנגן נישט אן צו פארשטיין וויאזוי דער מציאות פון דער בורא ארבעט אולי איז בכלל נישט דא אזא מציאות און ס'איז יא געווארן פון זיך אליינס איי איך בין דאך נישט משיג וויאזוי ס'ווערט א יש מאין פון זיך אליינס, די זעלבע קשיא קענסטו דאך פרעגן ווען דו זאגסט אז ס'איז יא דא א בורא נאר דעמאלטס זאגסטו אז דו ביסט נישט משיג דער מציאות הבורא, נו, איז זאג די זעלבע יעצט אפילו אן דער בורא דהיינו אז ס'נישטא די super natural זאך און יעצט בין איך טאקע נישט משיג ווי אזוי ס'קען זיין אזא זאך אבער כאטש האב איך נישט סתם אריינגערוקט דא נאך א מיטל-מענטש, ועוד, פאר די זעלבע פרייז ווי דו לייגסט דארט אריין איין מציאות וואס איז נישט קיין בר השגה קענסטו דאך מדמיין זיין ככל העולה על רוחך און אריינלייגן דארט אינצווישן, אדער אפשר קען מען זאגן אביסל אנדערש אז לעולם איז יא דא א בורא וואס לית מחשבה תפיסא ביה אבער היות אונז פארשטיי מיר דאך נישט וויאזוי דער עצם מציאות איז יא קיים אן קיין בורא וועלן מיר זאגן אז קען זיין אז ס'איז עפעס אזא מציאות וואס ס'איז נישט קיין מציאות, ס'הייסט אז ס'איז א סארט מציאות וואס קען באשאפן א וועלט אבער ס'איז נישט קיין ישות פאר זיך אליינס איי אונז זעמיר עס נישט משיג, נו, דאס איז דאך עניוועי.

עגלה ערופה » מאנטאג אפריל 9, 2018 2:39 am

· #399149
גאט מיינט עפעס וואס דו קענסט נישט פרעגן קיין קשיות אויף. אויף איעדע גשמיות'דיגע זאך קענסטו פרעגן קשיות אבער איינמאל איך מאך אזא מושג ווי א זאך וואס דו קענסט שוין נישט פרעגן קיין קשיות אויף איז שוין אלעס פארענטפערט ווייל ס'איז שוין נישטא קיין קשיות וויבאלד מ'קען שוין נישט פרעגן קיין קשיות...
איי פארוואס קען מען נישט פרעגן קיין קשיות? העי! דו פרעגסט קשיות! און אויף גאט פרעגט מען נישט קיין קשיות...

קלונימוס » מאנטאג אפריל 9, 2018 3:04 am

· #399151
[ציטאט אראפגענומען]

פארוואס איז געטליכקייט מער מסתבר ווי דעם אז ס'קומט פון זיך אליינס, נישט אז דאס אז ס'קומט פון זיך אליינס איז א זאך וואס שטימט מיט אונזערע השגות, אבער איך זעה נישט מיט וואס ס'שטייט ווייניגער פון געטליכקייט וואס איז פונקט אזוי נישט מסתבר מיט אונזער השגה און פארוואס שטעלסטו דיך אפ ביי איין גאט דו קענסט פאר די זעלבע געלט אריינלייגן דארט אינצווישן נאך פופציג, אדער עפעס אנדערש אינגאנצען ווענדט זיך לויט ווי גרויס די כח הדמיון גייט, אדער אפשר מיינסטו צו זאגן אז ס'לייגט זיך מער אויפן שכל געטליכקייט איבער גארנישט אלץ עפעס אנדערע זייטיגע סיבות אדער ראיות.

געוואלדיג » מאנטאג אפריל 9, 2018 8:31 am

· #399155
פריינטליכע דערמאנונג
. כל המסתכל בארבעה דברים, ראוי לו כאילו לא בא לעולם, מה למעלה, מה למטה, מה לפנים, ומה לאחור.
משניות חגיגה פ''ב מ''א.

אישתישבי » מאנטאג אפריל 9, 2018 8:33 am

· #399156
לכאורה איז זאגען אז עס קומט פין זיך אליין פונקט אזוי ווי זאגן אז א גאט האט באשאפען, נאר די מאכסט דו בריאה פאר א גאט.

ודו"ק.

וואס מאכט גאט, גאט? אז ער האט באשאפן די וועלט.

פארדינסט גארנישט, און עס קען אפילו זיין אמת, נאר כדי צו קענען דינען דער גאט, לשבר את האוזן צוטיילט מען עס.

דער עיקר פראבלעם מיט דער הנחה פין גלייבען אין א גאט, איז אז א גאט וואס איז כולו רוחני, איז וויאזוי ווערט פין רוחני א גשמיות, און אויף דער יסוד שטייען אלע פיליזאפישע ספרים און מקובלים.

נעם אין אכט אז גלייבען אין א גאט איז לאו דוקא א תירוץ אויף אלע קשיות, נאר עס טוט מינדערען די קשיות. און אפילו דאס איז נישט אליבא דכולי עלמא, די סייענטיסטען למשל וועלען האלטען אז עס מאכט מער סענס אז די וועלט איז באשאפן געווארן אליין. עס ווענד זיך מן הסתם וויפיל יסודות מען האט אין ביידע.

לדעתי איז דער גאנצע אמונה אז עס איז דא א גאט נאר א ענין פין מסורה, דאס איז די איינציגסטע סיבה פארוואס איך נעם עס אהן, כשלעצמי קען זיין איך וואלט געמאכט אנדערע החלטות.

רביה''ק זי''ע » מאנטאג אפריל 9, 2018 11:02 am

· #399166
הא גופא זאגט די רמב"ם, אז גאט איז נישט קייין מציאות וואס מ'קען אנטאפן, גאט איז אפילו נישט קיין רוחני, ס'איז א מציאות וואס איז נישט קיין מציאות. און טאקע וועגן דעם זענען די גדולי ישראל אין זיינע צייטן ארויסגעגאנגען זייער שארף קעגן דעם, זיי האבן גע'טענה'ט אז דו זאגסט אין אנדערע ווערטער אז ס'נישט דא קיין גאט. אלע וויסנשאפטלער היינטיגע צייטן זענען ביי די מיינונג אז די וועלט איז באשאפן געווארן דורך א כח וואס איז העכער אונזערע השגות, זיי האלטן נאך אינמיטן אויסגעפינען וואס ס'איז. סטיווען האוקינג האט גע'טענה'ט אז די וועלט איז באשאפן געווארן דורך גרעוויטי, ווואס דאס איז אויך א מציאות וואס איז נישט קיין מציאות און קיינער ווייסט נישט וויאזוי און פארוואס ס'ארבעט.

רביה''ק זי''ע » מאנטאג אפריל 9, 2018 11:17 am

· #399168
עגלה ערופה
גאט מיינט עפעס וואס דו קענסט נישט פרעגן קיין קשיות אויף. אויף איעדע גשמיות'דיגע זאך קענסטו פרעגן קשיות אבער איינמאל איך מאך אזא מושג ווי א זאך וואס דו קענסט שוין נישט פרעגן קיין קשיות אויף איז שוין אלעס פארענטפערט ווייל ס'איז שוין נישטא קיין קשיות וויבאלד מ'קען שוין נישט פרעגן קיין קשיות...
איי פארוואס קען מען נישט פרעגן קיין קשיות? העי! דו פרעגסט קשיות! און אויף גאט פרעגט מען נישט קיין קשיות...

געוואלדיג
. כל המסתכל בארבעה דברים, ראוי לו כאילו לא בא לעולם, מה למעלה, מה למטה, מה לפנים, ומה לאחור.
משניות חגיגה פ''ב מ''א.

איך ווייס נישט צי דאס האט די משנה געמיינט, אבער הכל מודים אז מיט אזא געדאנקענגאנג קען מען קיין ערגעץ נישט אנקומען. וכבר אמר הנביא מוחמד: אַל תּתוַכּחו עִם עַם הַספר (כט, מו). מוחמד אליין האט אויך פארשטאנען אז 'אסר'ן צו פרעגן קשיות איז די בעסטע סגולה קיינמאל נישט צו אויסגעפינען דעם אמת.

אישתישבי » מאנטאג אפריל 9, 2018 11:18 am

· #399169
רביה''ק זי''ע
הא גופא זאגט די רמב"ם, אז גאט איז נישט קייין מציאות וואס מ'קען אנטאפן, גאט איז אפילו נישט קיין רוחני, ס'איז א מציאות וואס איז נישט קיין מציאות. און טאקע וועגן דעם זענען די גדולי ישראל אין זיינע צייטן ארויסגעגאנגען זייער שארף קעגן דעם, זיי האבן גע'טענה'ט אז דו זאגסט אין אנדערע ווערטער אז ס'נישט דא קיין גאט. אלע וויסנשאפטלער היינטיגע צייטן זענען ביי די מיינונג אז די וועלט איז באשאפן געווארן דורך א כח וואס איז העכער אונזערע השגות, זיי האלטן נאך אינמיטן אויסגעפינען וואס ס'איז. סטיווען האוקינגס האט גע'טענה'ט אז די וועלט איז באשאפן געווארן דורך גרעוויטי, ווואס דאס איז אויך א מציאות וואס איז נישט קיין מציאות און קיינער ווייסט נישט וויאזוי און פארוואס ס'ארבעט.

לאמיר צונעמען און דיר בעטען פאר מקורות אויף דיינע חשובע נקודות.

א. גאט איז א מציאות וואס איז נישט א מציאות, אפילו נישט קיין רוחני. רמב"ם.

ווי איז דער רמב"ם?

ב. גדולי ישראל קריגען אויף דער רמב"ם, און לדעתם זאגט דער רמב"ם און אַנדערע ווערטער אז עס איז (חלילה) נישטא קיין גאט.

ווער זענען די גדולים? ווי זאגען זיי אזוי אויף דער רמב"ם?

ג. אלע וויסענשאפטליכע האלטן אז די וועלט איז באשאפן מיט א כח העכער אונזערע השגות. און די קוואטס סטיוו האקונג וואס זאגט גרעוויטי.

ביטע אנווייזען א מקור אויף דעם שטיקל סטיוו, ד.ה. איינס אז עס איז למעלה מהשגתינו. ב. אז ער זאגט גרעוויטי.

לדבריך קומט אויס אז לדעת סטיוו ולדעת הרמב"ם דארף מען דינען גרעוויטי.

לולב הגזול » מאנטאג אפריל 9, 2018 11:41 am

· #399173
קלונימוס

לכאורה איז מוכרח אז ס'זאל זיין א בורא פאר די וועלט ווייל ס'מוז זיך דאך אנפאנגען ערגעץ

מוכרח איז גארנישט. גלייב מיר אז עס איז נאך דא א בחירה אפילו אויף ענייני אמונה!

אמת, אלס וואס אונז קענען משיג זיין האט א סיבה. גארנישט וואס אונז קענען משיג זיין ווערט פון זיך אליין. אבער וויבאלד "ס'מוז זיך דאך אנפאנגען ערגעץ" דארפען אונז דן זיין אין דעם אנפאנג - דער מסבב כל הסיבות.

דער אנפאנג איז זיכער נישט תלוי אין א זאך וואס איז געקומען פריער. אדער איז עס אייביג געווען אדער איז עס פון זיך אליינס געווארען אדער עפעס אנדרעש וואס מיר פארשטייען נישט בכלל. אזוי צו אזוי, וואס איז זיכער איז אז אונזער כלל וואס איז שולט אוף אלעס וואס אונז קענען משיג זיין אז עס קען נישט ווערען יש מאין, איז נישט שולט אויף דער מציאות וואס האט אלעס אנגעדרייט.

פארשטייט זיך אז אן קיין מסורה, און מיט לאגישע כללים אליין קענען אונז נישט משיג זיין אזא מציאות וואס איז אייביג, אדער א ישות וואס קען זיך אליין באשאפען. דער פראבלעים האט א יעדער איינער, נישט נאר מאמינים. להבדיל דער חוקרים וואס האלטען אז דער וועלט האט זיך אנגעהויבען פון א נקודה של אין-סוף און אלעס קומט פון אן איינציגקייט -אן "אחד", פלאנטערען זיך אויך ארום וואס דאס איז:

איז דאס אייביג געווען?

קען דאס ווערען פון זיך אליין?

קען מען דאס פארשטיין בכלל?

ועוד, אויב קען עפעס אייביג זיין אדער ווערען פון זיך אליין קען דאך זיין צוויי אדער מער אזעלכע מציאות'ן (טאקע פארדעם האבען עטליכע קריסטעליכע טיעלאגען געהאלטען אז דער שטן המשחית איז אייביג געווען).

למעשה ביסטו גערעכט אז ארויפלייגען א "לית מחשבה תפיסא ביה כלל" אויף א בורא איז פשוט צוגעלייגט אן עקסטער מיטל-מענטש. מ'קען עס זאגען גלייך אויף דער ערשטער נברא. לאמיר זיך עקלערען, נניח אז אונז זענען מיר אלע מסכים אויף דער 'גרויסע קלאפ' -ביג בענג אז כך היה, און פון דעם איז אלעס געווארען. אדער א) דער פינטעל איז אייביג געווען אדער אליין געווארען אדער ב) דער פינטעל איז באשאפען געווארען דארך א מציאות וואס איז אייביג געווען אדער אליין געווארען. דער צווייטער וועג לייגט צו אן עקסטער סטעפ וואס געט נישט צו גארנישט צום הבנת העניין.

בקיצור- עס איז נאך שיין דא בחירה ביי אמונה.

השתא דאתית להכי, דאס אז בעלי המקובלים אין היינטיגע פארשער נתנבאו בסגנון אחד איז א שטיקעל מכשול פאר בחירה. דא האט איר דער אנפאנג פון רח"ו מפי האר"י הק'.

"טרם שנאצלו הנאצלים ונבראו הנבראים, היה אור עליון פשוט ממלא את כל המציאות. ולא היה שום מקום פנוי בבחינת אויר ריקני וחלל, אלא הכל היה מלא אור האין סוף הפשוט ההוא. ולא היה לו לא בחינת ראש ולא בחינת סוף, אלא הכל היה אור אחד פשוט שווה בהשוואה אחת, והוא הנקרא 'אור אין סוף'... אז צמצם את עצמו אין סוף בנקודה האמצעית אשר בו באמצע ממש, וצמצם את האור ההוא והתרחק אל סביבות צדדי הנקודה האמצעית. ואז נשאר מקום פנוי, אויר וחלל ריקני מהנקודה האמצעית ממש. והנה הצמצום הזה היה בהשוואה אחת בסביבות הנקודה האמצעית הריקנית ההיא. באופן שמקום החלל ההוא היה עגול מכל סביבותיו בהשוואה גמורה. -עץ חיים רח"ו

"אור" קען נישט מיינען לעכטיגקייט- דאס איז דאך באשאפען געווארען! בפשטות מיינט עס ענערגיע וואס שטימט ממש מיט דער חוקרים.

דער יחודו של עולם. דער איינציגקייט וואס האט זיך מצמצם געווען ומשם נתפשט, וואס דער גאנצע חומר קומט מכוחו, אין מיר זענען אלע א תוצאה פון דעם איז דאך מיסודות האמונה! אמונה ע"י בחירה.

ואי אפשר להאריך בפירוש זה העניין במכתב, והרמז רב הנזק, כי יסברו בו סברות אין בהם אמת. אבל הזכרתי זה לבלום פי קטני אמנה מעוטי חכמה, המלעיגים על דברי רבותינו. -רמב"ן פרשת בראשית

געוואלדיג » מאנטאג אפריל 9, 2018 11:47 am

· #399174
רביה''ק זי''ע

געוואלדיג
. כל המסתכל בארבעה דברים, ראוי לו כאילו לא בא לעולם, מה למעלה, מה למטה, מה לפנים, ומה לאחור.
משניות חגיגה פ''ב מ''א.

איך ווייס נישט צי דאס האט די משנה געמיינט, אבער הכל מודים אז מיט אזא געדאנקענגאנג קען מען קיין ערגעץ נישט אנקומען. וכבר אמר הנביא מוחמד: אַל תּתוַכּחו עִם עַם הַספר (כט, מו). מוחמד אליין האט אויך פארשטאנען אז 'אסר'ן צו פרעגן קשיות איז די בעסטע סגולה קיינמאל נישט צו אויסגעפינען דעם אמת.

דא רעדט מען נישט פון שאלות, דא רעדט מען פון חקירה אין עצם מציאות אלוקות צו פראבירן מוכיח זיין מיט אונזער אייגענע נברא'דיג שכל,

אויב האסטו א טענה אז די מהלך פון די משנה ארבעט נישט, קענסטו זיך אלס ווענדן צו @רביה"ק זי"ע מסדר המשניות

רביה''ק זי''ע » מאנטאג אפריל 9, 2018 11:52 am

· #399175
אישתישבי

לאמיר צונעמען און דיר בעטען פאר מקורות אויף דיינע חשובע נקודות.

א. גאט איז א מציאות וואס איז נישט א מציאות, אפילו נישט קיין רוחני. רמב"ם.

ווי איז דער רמב"ם?
"והיסוד השלישי, שלילת הגשמוּת ממנו. וזהו כי האחד הזה אינו גוף ולא כוח בגוף." (הקדמה לפרק חלק) כח בגוף לויט ווי איך פארשטיי מיינט א רוחניותדיגע כח כדוגמת א מלאך, און ווי די רמב"ם ווייטער רופט עס אן א "דמיון" אדער א "תמונה" וואס אויף דעם שטייט אין פסוק "כי לא ראיתם כל תמונה". כ'האף נאר אז דו פארשטייסט אליין אז קיינער האט קיינמאל נישט געהאלטן אז גאט האט באמת א גוף אזויווי א מענטש, אז די רמב"ם זאך עס דארפן שולל זיין.

אישתישבי
ב. גדולי ישראל קריגען אויף דער רמב"ם, און לדעתם זאגט דער רמב"ם און אַנדערע ווערטער אז עס איז (חלילה) נישטא קיין גאט.

ווער זענען די גדולים? ווי זאגען זיי אזוי אויף דער רמב"ם?

<a class="postlink" href="https://youtu.be/h6734o_8E_8?t=133">https://youtu.be/h6734o_8E_8?t=133</a> ועיין בהשגות הראב"ד בהלכות יסודי התורה.

אישתישבי
ג. אלע וויסענשאפטליכע האלטן אז די וועלט איז באשאפן מיט א כח העכער אונזערע השגות. און די קוואטס סטיוו האקונג וואס זאגט גרעוויטי.

ביטע אנווייזען א מקור אויף דעם שטיקל סטיוו, ד.ה. איינס אז עס איז למעלה מהשגתינו. ב. אז ער זאגט גרעוויטי.
א. ווי ווייט איך ווייס, איז נישט דא קיינער וואס פארשטייט גרעוויטי.
ב. כ'מיין אז דאס איז די מערסט באוואוסטע סטעיטמענט פון איהם. <a class="postlink" href="http://blogs.reuters.com/faithworld/2010/09/02/god-did-not-create-the-universe-gravity-did-says-stephen-hawking/">http://blogs.reuters.com/faithworld/201 ... n-hawking/</a>

אישתישבי

לדבריך קומט אויס אז לדעת סטיוו ולדעת הרמב"ם דארף מען דינען גרעוויטי.
איך פארשטיי נישט וואס דו ווילסט ארויסברענגען מיט דעם. סטיוו האט קיינמאל נישט געזאגט אז מ'דארף דינען גרעוויטי. און די רמב"ם האט קיינמאל נישט געזאגט אז דער וועלט איז באשאפן געווארן דורך גרעוויטי

אונטער חכם » דינסטאג אפריל 10, 2018 10:38 pm

· #399422
Re: מציאות הבורא
איך געדענק אז ר אביגדור מיללער שרייבט ערגעץ אז מען קען טאקע נישט ניצן די ראי' אז עס מוז זיך אנפאנגען פון ערגעץ ווייל עס ווערט שווער מי ברא את הבורא.

ידעתי ידעתי » מיטוואך אפריל 11, 2018 2:42 pm

· #399472
אונטער חכם
איך געדענק אז ר אביגדור מיללער שרייבט ערגעץ אז מען קען טאקע נישט ניצן די ראי' אז עס מוז זיך אנפאנגען פון ערגעץ ווייל עס ווערט שווער מי ברא את הבורא.

הער דא-
<a class="postlink" href="https://www.torahanytime.com/#/lectures?a=51638">https://www.torahanytime.com/#/lectures?a=51638</a>

או אינו » מיטוואך אפריל 11, 2018 3:32 pm

· #399474
Re: מציאות הבורא
עגלה ערופה
גאט מיינט עפעס וואס דו קענסט נישט פרעגן קיין קשיות אויף. אויף איעדע גשמיות'דיגע זאך קענסטו פרעגן קשיות אבער איינמאל איך מאך אזא מושג ווי א זאך וואס דו קענסט שוין נישט פרעגן קיין קשיות אויף איז שוין אלעס פארענטפערט ווייל ס'איז שוין נישטא קיין קשיות וויבאלד מ'קען שוין נישט פרעגן קיין קשיות...
איי פארוואס קען מען נישט פרעגן קיין קשיות? העי! דו פרעגסט קשיות! און אויף גאט פרעגט מען נישט קיין קשיות...
ראו הדברים לעגלה ערופה

שלום על ישראל » מיטוואך אפריל 11, 2018 4:01 pm

· #399479
לאמיך פרעגן אן עם-הארץ'ישען פראגע, פארוואס איז נישט פארשטענדליך (נישט מוכח) אז איינמאך מיר גייען צוריק אזוי ווייט צו פארן בריאה (פאר די דיימענשאן פון "צייט" איז באשאפן געווארן), איז נישט קיין פראבלעם פון מי ברא את הבורא? ער איז אלץ דא געווען.

אין אנדערע ווערטער, נאר ווען מיר לעבן אין די צומצם פון זמן, לויפן מיא אויף א גראנאלאגישע סדר, און עס פעלט אויס צו פארשטיין וואס איז געווען "פאר" דעם.

מאכט סענס?

ידעתי ידעתי » מיטוואך אפריל 11, 2018 5:22 pm

· #399483
שלום על ישראל
לאמיך פרעגן אן עם-הארץ'ישען פראגע, פארוואס איז נישט פארשטענדליך (נישט מוכח) אז איינמאך מיר גייען צוריק אזוי ווייט צו פארן בריאה (פאר די דיימענשאן פון "צייט" איז באשאפן געווארן), איז נישט קיין פראבלעם פון מי ברא את הבורא? ער איז אלץ דא געווען.

אין אנדערע ווערטער, נאר ווען מיר לעבן אין די צומצם פון זמן, לויפן מיא אויף א גראנאלאגישע סדר, און עס פעלט אויס צו פארשטיין וואס איז געווען "פאר" דעם.

מאכט סענס?

אוודאי מאכט סענס, אבער דער פראבלעם איז אז די סייענטיסטס טעהנ'ען די זעלבע טעהנה, אז מען קען אויך נישט פרעגן, וואס איז גיווען בעפאר די סינגולר פוינט, וייל די צייט האט זיך אהן גיהויבן ביי די ביג בענג, און ממילא, מען קען דאך נישט פרעגן וואס איז גיווען בעפאר סי איז גיווען בכלל דער בגריף פון צייט,
כמובן אז וואס זיי זאגן אז א גרויסע שטות, וייל אפילו פאר סי איז געוון א צייט איז אבער גיווען דער חוק אז סי איז נישט קון שום רזולטאט אן א שטופ וואס האט גישטופט צו דעם [וואס עס רופט זיך ביי אינזערע ספרים עלול ועולל], דהיינו יעדע זאך האט א פריערדיגע סיבה אפילו סי איז נישט א סיבה וואס גידויערט צייט,
און ממילא איז נישט שייך דאס צו ענטפערן אויך לגבי דער קאנסעפט פון אונזערער אשכול, ודוק.

רביה''ק זי''ע » מיטוואך אפריל 11, 2018 6:23 pm

· #399486
ידעתי ידעתי
אפילו פאר סי איז געוון א צייט איז אבער גיווען דער חוק אז סי איז נישט קון שום רזולטאט אן א שטופ וואס האט גישטופט צו דעם [וואס עס רופט זיך ביי אינזערע ספרים עלול ועולל], דהיינו יעדע זאך האט א פריערדיגע סיבה אפילו סי איז נישט א סיבה וואס גידויערט צייט
🙄 😕
דו פארשטייסט בכלל וואס דו האסט יעצט געזאגט???

ידעתי ידעתי » מיטוואך אפריל 11, 2018 7:28 pm

· #399488
רביה''ק זי''ע
ידעתי ידעתי
אפילו פאר סי איז געוון א צייט איז אבער גיווען דער חוק אז סי איז נישט קון שום רזולטאט אן א שטופ וואס האט גישטופט צו דעם [וואס עס רופט זיך ביי אינזערע ספרים עלול ועולל], דהיינו יעדע זאך האט א פריערדיגע סיבה אפילו סי איז נישט א סיבה וואס גידויערט צייט
🙄 😕
דו פארשטייסט בכלל וואס דו האסט יעצט געזאגט???

איך פארשטעה גאר גוט, און איך וייס אז סי איז אביסל טיף, איך וועל דיר געבן א משל פון די גמרא וועלט: נאך ווען סי אז דא א דין אז 'גיטו וידו באים כאחד', איז דען דער יד נישט קיין רזולטאט פון גט, דהיינו דער 'היגיון' פון גורם ותוצאה, האט נישט קיין שייכות צו צייט, און לו יצוייר אז א הינדל גידויערט נישט קיין צייט צו לייגן די אייער, איז נאך אלץ די הינדל די מאמע און די איי דער קינד.

או אינו » מיטוואך אפריל 11, 2018 7:31 pm

· #399489

די פארשטייסט נאך אלץ נישט!

או אינו » מיטוואך אפריל 11, 2018 7:33 pm

· #399490
Re: מציאות הבורא
דאס איז אלס אין אינזער וועלטעל אין אינטער די געזעץ פין פיזיקה. איינמאל די זאגסט אין אנו משיגים , מנהיגי תיתי אז דער יסוד עקזעסטירט.

ידעתי ידעתי » מיטוואך אפריל 11, 2018 7:41 pm

· #399491
או אינו
דאס איז אלס אין אינזער וועלטעל אין אינטער די געזעץ פין פיזיקה. איינמאל די זאגסט אין אנו משיגים , מנהיגי תיתי אז דער יסוד עקזעסטירט.

היגיון האט נישט מיט פיזיקה, היגיון איז א הכרח מסברא אז לא יתכן אז אן איי זאל זיין אויף די וועלט אן א מאמע זאל איהר לייגן [אדער א בורא האט דאס באשאפן].
אגב, עס וואלט נישט גיווען כדאי צו ריידען מער בענוה, און זאגן "איך פארטעה נישט", אנשטאדט צו זאגן - דו פארשטייסט נישט?, דו קענסט דאך מיר נישט פרעזענטליך.

או אינו » מיטוואך אפריל 11, 2018 7:54 pm

· #399492
Re: מציאות הבורא
ידעתי ידעתי
או אינו
דאס איז אלס אין אינזער וועלטעל אין אינטער די געזעץ פין פיזיקה. איינמאל די זאגסט אין אנו משיגים , מנהיגי תיתי אז דער יסוד עקזעסטירט.

היגיון האט נישט מיט פיזיקה, היגיון איז א הכרח מסברא אז לא יתכן אז אן איי זאל זיין אויף די וועלט אן א מאמע זאל איהר לייגן [אדער א בורא האט דאס באשאפן].
אגב, עס וואלט נישט גיווען כדאי צו ריידען מער בענוה, און זאגן "איך פארטעה נישט", אנשטאדט צו זאגן - דו פארשטייסט נישט?, דו קענסט דאך מיר נישט פרעזענטליך.
דיינע רייד אנפלעקט ווער איר זענט. דיין סטאטוס אדער געשטאלט פאראינטערסירט מיך נישט.

ליטוואק פון בודאפעסט » מיטוואך אפריל 11, 2018 7:56 pm

· #399493
אזוי ווי עמעזאן האט שוין מציין געווען, דער חזון איש דערמאנט די שאלה אין אמונה ובטחון. די דרוקערס פון אמונה ובטחון האבען אבער משמיט געווען די חלק פון די ספר. עס איז אבער יא געדרוקט אין די ספר חזון איש טהרות, וואס אין דער בעק האט מען געדרוקט די אמונה ובטחון.

יש מבעלי דמיון השואלים מה נרוויח אם נסכים שיש להעולם ממציא, אחרי שהננו מוכרחים להסכים שבורא עולם נמצא ואין עת להתחלתו ומציאותו נצחית והרי הדרא קושיא לדוכתה איך אפשר לנמצא בלא הויה, אבל אין לדמיון בינה כי כל נמצא שיש לו מידה וקצב אורך ושטח אנו מציירים בדעתנו העדרו וכל הנמצאים בסוג הזה בהכרח שיש עת למציאותם ויש להם התחלה וכל שיש לו התחלה יש לו הויה וכל שיש לו הויה יש לו מהוה. אבל יש נמצאים שאין להם לא מידה ולא שטח והם נמצאים בחיוב ולא יצויר בהם העדר והן המושכלות, כמו ב' פעמים ב' הם ד', וכמו המושכל שהאלכסון עודף על האורך וכיוצא בהן מן המושכלות שאין למושכל מושגים ממושגי גוף ואין עת למציאותן ולא נולדו מעולם ולא ימותו לעולם. ואין מציאותן נרגשות רק בנשמה שניתן לאדם להבין ולהשכיל ונמצא כזה הוא מציאותו יתברך, ממציא כל הנמצאים, אך אין ליצור שום מושג ממהותו כי הוא יתברך בעל כח ובעל בחירה יודע כל יצוריו ויודע מעשיהם ויודע צורכם וכל המתרחש עמהם ומהוה את כל הנעשה בכל העולמות ברצונו יתברך כי כל הנעשה ברצונו יתברך קשורה ואין כל פעולה זולתו יתברך

אין די ספר זכור לדוד, א ספר זכרון אויף דוד'ל פרנקל, האט הרב גדליה נדל זצ"ל א שטיקל אויף די חזו"א. איך האב עס נישט פאר מיר, און איך האב עס שוין יארען נישט געזען, דעריבער קען עס נישט נאכברענגען. אבער דער חזון איש איז א שטארקע חומר למחשבה אויף דער ענין.

הקטן » מיטוואך אפריל 11, 2018 9:22 pm

· #399499
אבל אין לדמיון בינה כי כל נמצא שיש לו מידה וקצב אורך ושטח אנו מציירים בדעתנו העדרו וכל הנמצאים בסוג הזה בהכרח שיש עת למציאותם ויש להם התחלה וכל שיש לו התחלה יש לו הויה וכל שיש לו הויה יש לו מהוה.

די קשר צווישען space and time and matter

רביה''ק זי''ע » מיטוואך אפריל 11, 2018 9:28 pm

· #399500
ידעתי ידעתי
דער 'היגיון' פון גורם ותוצאה, האט נישט קיין שייכות צו צייט

אז דו וועסט נאר אביסל נוצן דיין דשעלי אין קאפ וועסט אליינס פארשטיין פארוואס ס'האט יא א שייכות.

עגלה ערופה » דאנערשטאג אפריל 12, 2018 2:22 am

· #399517
אין די חוקים פון פיזיקס איז בעצם נישטא קיין גורם און תוצאה.
אין די טאג טעגליכע לעבן איז מען געוווינט אז א גורם געשעהט אייבעג פאר די תוצאה און נישט פארקערט. למשל, דו וועסט זאגן אז אנצינדן א פייער האט גורם געווען די ליכט זאל ברענען, אבער נישט אז די ברענענדיגע ליכט האט גורם געווען אז דו זאלסט פארדעם אנצינדן א מעטש.
אבער ביי די fundamental laws of physics איז נישטא קיין קאוס און עפעקט, ס'איז פשוט א sequence פון זאכן. אזויווי די אלף בית. דו גייסט נישט זאגן אז די אות אלף איז גורם די אות בית און די אות ב' איז גורם די אות ג' און ג' איז גורם ד' אא"וו. דו קענסט פונקט אזוי זאגן פארקערט, אז ת' איז גורם ש' און ש' ר' אא"וו. נאר וואס דען, די א"ב איז פשוט א sequence און קיין איין אות איז נישט די גורם און קיין איין אות איז נישט די תוצאה.
אזוי אויך פיזיקס. די fundamental laws of physics זענען א פאר equations וואס זיי זאגן דיר וויאזוי זאכן טוישן זיך מיט צייט און ס'איז נישטא דארט קיין גורם און תוצאה.
צו פארשטיין מער קוק די ווידיא <a class="postlink" href="https://youtu.be/3AMCcYnAsdQ">https://youtu.be/3AMCcYnAsdQ</a>

ידעתי ידעתי » דאנערשטאג אפריל 12, 2018 3:56 am

· #399522
איך פארשטיי נישט, פאר וואס א סענטענס וי "אייינס מיט אייס זיינען צויי", איז א"מושכל" וואס איז אמת אפילו אן פיזיק [כמבואר בחזו"א לעיל], און "יעדער איי מוז האבן א האן וואס האט איהר גיהעאט [אדער אן אנדערע סארט בריאה כמובן]", דארף צוקומען צו די פיזיקס כדי צו ווערן וירקליך, ביידע שטאמען דאך פון דער זעלבער שכל.
אין בין גרייט צו לערנען און פארשטיין, אבער די סארט "מתנשאים" וואס זייערע תשובות איז בסגנון איך פארשטיי, דו פארשייסט נעביך נישט, גיבן מיר גאר נישט צו.

ידעתי ידעתי » דאנערשטאג אפריל 12, 2018 8:16 am

· #399531
[ציטאט אראפגענומען]

שטיי איך מיטן חזו"א צוזאמען, אויב אזוי בין איך זיכער צופרידן.

רביה''ק זי''ע » דאנערשטאג אפריל 12, 2018 9:27 am

· #399537
ווען איך האב געזען די חזון איש יארן צוריק האב איך עס פארשטאנען אזוי. אמת טאקע אז גאט האט געקענט מאכן א וועלט וואו ס'נישט דא קיין איינס און קיין צוויי וכו'. אבער איינמאל ער האט געמאכט אז ס'זאל זיין אז מושג ווי איינס, ליגט שוין אין דעם בהכרח אז צוויי איינסערס איז צוויי וכו', און מ'דארף עס נישט עקסטער באשאפן, און ס'קען אפילו נישט זיין אנדערש.

ידעתי ידעתי » דאנערשטאג אפריל 12, 2018 10:02 am

· #399543
רביה''ק זי''ע
ווען איך האב געזען די חזון איש יארן צוריק האב איך עס פארשטאנען אזוי. אמת טאקע אז גאט האט געקענט מאכן א וועלט וואו ס'נישט דא קיין איינס און קיין צוויי וכו'. אבער איינמאל ער האט געמאכט אז ס'זאל זיין אז מושג ווי איינס, ליגט שוין אין דעם בהכרח אז צוויי איינסערס איז צוויי וכו', און מ'דארף עס נישט עקסטער באשאפן, און ס'קען אפילו נישט זיין אנדערש.

ממש די סיים איז נוגע צי אונז, איינמאל וואס דער אייבערשטער האט געמאכט אזא מושג פון א גשמיות'דיגע עקזיסטענץ, ליגט שוין אין דעם בהכרח אז דאס מוז האבן א כאוס, און מ'דארף עס נישט עקסטער באשאפן, און ס'קען אפילו נישט זיין אנדערש.

רביה''ק זי''ע » דאנערשטאג אפריל 12, 2018 4:34 pm

· #399589
ידעתי ידעתי

ממש די סיים איז נוגע צי אונז, איינמאל וואס דער אייבערשטער האט געמאכט אזא מושג פון א גשמיות'דיגע עקזיסטענץ, ליגט שוין אין דעם בהכרח אז דאס מוז האבן א כאוס, און מ'דארף עס נישט עקסטער באשאפן, און ס'קען אפילו נישט זיין אנדערש.

טראל ארום מיט א צווייטן. גוד לאק.

רביה''ק זי''ע » פרייטאג אפריל 13, 2018 12:13 pm

· #399711
אז דו זעסט אז ס'זענען דא זאכן וואס עקזיסטירן ווייל זיי זענען מחויב מן המציאות און נישט ווייל זיי זענען באשאפן געווארן. די זעלבע איז בנוגע צו גאט.

רביה''ק זי''ע » פרייטאג אפריל 13, 2018 12:53 pm

· #399715
[ציטאט אראפגענומען]

איך פארשטיי אויך אזוי, און איך האב געווארט אז דו זאלסט עס פרעגן.
ס'זעט מיר אויס אז דער חזו"א האט פארשטאנען, אז נישט פשט אז 1+1=2 איז באשאפן געווארן צוזאמען מיט 1. נאר אז ס'האט אלץ געווען אזוי, ס'איז פשוט נאכנישט געווען קיין 1 אז מ'זאל קענען מאכן 1+1.

רביה''ק זי''ע » פרייטאג אפריל 13, 2018 1:05 pm

· #399717
[ציטאט אראפגענומען]

ניין, ווייל די וועלט איז נישט מחויב מן המציאות, מ'קען זיך זייער גרינג פארשטעלן א מציאות אן קיין וועלט.

רביה''ק זי''ע » פרייטאג אפריל 13, 2018 1:11 pm

· #399719
נאכאמאל. '1', איז נישט מחויב מן המציאות. 1+1=2 איז יא מחויב מן המציאות. מעיקס סענס?

רביה''ק זי''ע » פרייטאג אפריל 13, 2018 1:27 pm

· #399724
[ציטאט אראפגענומען]
איך פארשטיי אויך אזוי, אבער איך קען הערן פארוואס איינער זאל פארשטיין אנדערש.

קלונימוס » פרייטאג אפריל 13, 2018 1:28 pm

· #399726
[ציטאט אראפגענומען]

לויט דעם מוז איך דאך נישט זאגן אז ס'איז בכלל דא א בורא.

קלונימוס » פרייטאג אפריל 13, 2018 1:53 pm

· #399735
דער סברא פונעם חזו"א, אז די בורא איז פון אזא מין וואס דארף נישט קיין ממציא, קומט אריין נאר אויב איך זאג אז ס'מוכרח אז ס'דא א בורא, דעמאלטס פארענטפערט ער פארוואס ס'נישט מוכרח אז דער בורא דארף א בורא, אבער האסט נישט מכריח געווען אז ס'מוז זיין א בורא, ווייל מיין שאלה איז נאך א סטעפ פריער אז אויב אונז זאג מיר אז אונז זעמיר נישט משיג דעם בורא איז יתכן אז נאר לויט אונזערע השגות מוז א מצוי האבן א ממציא ממילא איז דאך זעכער דא בורא און אויף דעם קען מען זאגן אז ס'לאו דוקא אז דער בורא האט א ממציא, אבער אויב זאג איך אז אונזערע מוחות זענען מצומצם און קענען נישט משיג זיין די עכטע אמת איז יתכן אז בעצם דארט ווי אונז זעמיר נישט משיג דארף א מצוי נישט האבן קיין בורא.

קלונימוס » פרייטאג אפריל 13, 2018 2:13 pm

· #399742
און אויב דארט גילט נישט דער כלל איז ווי אזוי קומט מען צו צי די מסקנא אז ס'זיכער דא א ממציא?
אויב דארט ארבעט עס נישט לויט ווי אזוי אונז פארשטיי מיר, אפשר דארט דארף א נברא נישט קיין בורא ס'מעגליך אז ס'ארבעט דארט אויף עפעס אן אנדערען אופן וואס אונז זענען נישט משיג.

קלונימוס » זונטאג אפריל 15, 2018 1:35 pm

· #399844
[ציטאט אראפגענומען]

ווי אזוי איז שייך צו מאכן אזא מסקנא מיט די השגות פון אונזער וועלט אויב ס'יתכן אז דאס איז נישט דער ריכטיגע מציאות?