☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » פארברענגען » געזעלשאפט » אשכול אן א טיטל #1221

אשכול אן א טיטל #1221

35 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #1221

— » מיטוואך יולי 25, 2012 2:33 am

· #28308

דער פאסט איז אראפגענומען געווארן

געפילטע פיש » מיטוואך יולי 25, 2012 2:46 am

· #28309
פשי! פיינע רעיונות, כ'רוף שוין לאנג אן געוויסע גרופעס "ראדיקאל דזשודאיזם" , אבער דא לייגסטו אראפ די גאנצע פיקטשער. מיט אזא צחיחות הלשון, ממש זיך צו באלעקן.

בן תמליון » מיטוואך יולי 25, 2012 9:00 am

· #28324
איר זאגט דאך אזוי גוט. וואס איז טאקע דער פסיכאפאטישער הסבר פארוואס ציט א מענטש צו קראנקע קיצוניות ווי איידער נארמאלע מעסיקייט?

קאווע טרינקער » מיטוואך יולי 25, 2012 9:58 am

· #28341
יעדעס ווארט א טראפ וואסער על נפש צמאה.
ייש"כ.
שרייב נאך.

הערה, פשוט צו פארשטיין, נישט צו מגיב זיין חלילה.
אדרבה, פון רב שטיימאנ'ס בארד, טיש און בענקל, זעה איך עקסטרמיזעם עד אין סוף. וועלכער נארמאלע מענטש (וגדולי ישראל בכלל) לעבט אזוי?

וויזניצער רבי'ס התנגדות פון השתתפות ביים סיום הש"ס לייגט "נישט" אין געפאר דעם גאנצען סיום.
וואס ליגט אינטערדעם איז, אז אינערהאלב אגודת ישראל זענען דא אויך מתנגדים פון רופן רב לאו (עכ"פ אונטערן נאמען פון "אגודת ישראל") און זיי האבן אנגערייצט דעם רבי'ן.

סחורה היא וללמוד אני צריך

קאווע טרינקער » מיטוואך יולי 25, 2012 10:10 am

· #28348
יא, רבי שמעון לעלוב'ער האט אויך געשטיצט נחל-חרדי, כידוע.

לאמיר נישט פארקריכען.
בנוגע עקסטרעמיזם, איז כדאי מבדיל צו זיין צווישען דעם המון עם, און די מנהיגים. און מנהגים מיין איך נישט דא די בעלי הלכה והשקפה, איך מיין די משתלטים על המידיע, און זייען אן חרבנות.

עסן עסט'זיך » מיטוואך יולי 25, 2012 10:30 am

· #28360
כ מיין אז רב שטיינמאן איז בכלל נישט מעסיג, די מידיע לייגט אים נאר אזואו אראפ כהאב נישט געזעההן גארנישט מעסיג פון אים, אבער וואסא חיליק די שרייבסטי פייין A1!

קאווע טרינקער » מיטוואך יולי 25, 2012 10:35 am

· #28362
עסן עסט'זיך
כ מיין אז רב שטיינמאן איז בכלל נישט מעסיג, די מידיע לייגט אים נאר אזואו אראפ כהאב נישט געזעההן גארנישט מעסיג פון אים, אבער וואסא חיליק די שרייבסטי פייין A1!

ער איז אזוי ליבעראל, אז כ'פארשיי נישט וויאזוי ס'איז אים געלאנגען צו ווערן אנגענומען ביים עולם.
זעה אין אישי.

עסן עסט'זיך » מיטוואך יולי 25, 2012 10:53 am

· #28369
פארוואס אין אישי, שטעל אראויף

עסן עסט'זיך » מיטוואך יולי 25, 2012 10:53 am

· #28370
פארוואס אין אישי, שטעל אראויף

משה געציל » מיטוואך יולי 25, 2012 2:08 pm

· #28456
הערליך שיין קופערניקוס! א יעדע מאמר דיינס ליין איך איבער א צוויי דריי מאל!
בנוגע עקסטרעמיזעם האב איך שוין א אלטע טעאריע אז ע״פ רוב איז דער מענטש נישט שולדיג דערין, דער אראבער ווערט מח-געוואשען מיום הלדותו אז זיך אויפרייסען פאר דזשיהאד איז די גרעסטע זאך וואס ער קען צוקומען, וואס ווילסטו, מה יעשה הבן שלא יחטא? שטעלט אייך פאר אז די שיטה פון רבי׳ן ז״ל וואלט געלויטעט אז די העכסטע מדריגה וואס א איד קען צוקומען איז זעלבסטמארד נגד המדינה, קיפ מיי ווערד, עס וואלט געווען גאנצעטע סעקטעס אינערהאלב די חסידים ווער עס קען גיין עקסטרעימער, די בני יואל וואלטן ווען געהאט קינדער יעדע פינף מינוט נאר צו קענען בויען א דור פון פרישע אויפרייסער׳ס.

זר זהב » מיטוואך יולי 25, 2012 2:16 pm

· #28462
משה געציל

פארוואס זאל איך אנעמען וואס דו שרייבסט ווען דו אליינס גלייבסט נישט וואס דו שרייבסט

יידל » מיטוואך יולי 25, 2012 2:18 pm

· #28464
זר זהב

נעם נישט אזוי ערנסט, זר'לע. ער האט נאר געמיינט לשבר את האוזן.

שמעקעדיג » מיטוואך יולי 25, 2012 2:20 pm

· #28466
משה געציל
די בני יואל וואלטן ווען געהאט קינדער יעדע פינף מינוט נאר צו קענען בויען א דור פון פרישע אויפרייסער'ס.

😂 😂 😂 😂 😂 😂 😂 😂 😂 😂 😂

שמעקעדיג » מיטוואך יולי 25, 2012 2:22 pm

· #28468
קופערניקעס - איך האב אסאך וואס צו שרייבן. אבער נישט יעצט.

אבער איך טאר נישט אוועקגיין בעפארן איבערלאזן א דאנק פאר דיין אויסערגעווענליכע כח הכתיבה, וואס מאכט מיר טראכטן און לאכן אין די זעלבע צייט.
נאר היות איך בין אויפגעצויגן אינגאנצן אנדערש, קען איך דיר נישט געבן פולע גערעכט. כאטש אפאר גוטע נקודות איז אמת.

איין זאך - דו ביסט א עקסטרעמיסט אויף דיינע ענינים - צו מאכן פשרות און גיין מיט מעסיגקייטן. איז דאס אויך א סארט עקסטרעמיזם..???

קרעקער » מיטוואך יולי 25, 2012 2:47 pm

· #28478
איך גלייב אז דו האלטסט אז יעצט האבען זיי אויך קינדער יעדע פינף מיניט נאר צי קענען בויען א דור הולכים בשיטת רבינו זיע

גלות יוד » מיטוואך יולי 25, 2012 2:59 pm

· #28486
איך פארשטיי נישט כלאים שעטנז פרה אדומה איז אויך עקסטרעם? וואס מיינט מעסיג און פארגלייך צי וואס? עס קומט דא אויס אז איש הישר בעיניו יעשה און אפשר ssm אויכט? ווי הייבט זיך עס אן ווי ענדיגט זיך עס און וואס דארף זיין די סטאנדארד?

יידל » מיטוואך יולי 25, 2012 3:19 pm

· #28496
גלות יוד
איך פארשטיי נישט כלאים שעטנז פרה אדומה איז אויך עקסטרעם? וואס מיינט מעסיג און פארגלייך צי וואס? עס קומט דא אויס אז איש הישר בעיניו יעשה און אפשר ssm אויכט? ווי הייבט זיך עס אן ווי ענדיגט זיך עס און וואס דארף זיין די סטאנדארד?

אה, א ריכטיגע סעמפל פון א שווארץ-און-ווייס-קיין-גרעי-עריע קוקער.

גדעון » מיטוואך יולי 25, 2012 3:54 pm

· #28502
מקען זיך טאקע היינט צוטאגס איבערצייגן די 'קלוגקייט' פון רב שטיינמאן וואס האט אויסגעארבייט די 'פשרות' און מעסיגקייט ביי די פרשה פון חק טל,

שמעקעדיג » מיטוואך יולי 25, 2012 5:18 pm

· #28534
גלות יוד
עס קומט דא אויס אז איש הישר בעיניו יעשה און אפשר ssm אויכעט?

וואס איז SSM ?

שרייבער » מיטוואך יולי 25, 2012 5:34 pm

· #28542
וואס האסטו געמאכט חיתוך דא? איך האב שוין אפגעליינט דיין גאנצע ארטיקל, און איך האב אנגעהויבן איבערצוליינען צו שרייבן וואס איך לייק און וואס איך דיסלייק, האסטו געגעבן א שנייד ארויס א גאנצע שטיקל, וואס איז? האסט מורא וועסט נישט קענען רואיג דרימלען אזוי?

גלות יוד » מיטוואך יולי 25, 2012 7:45 pm

· #28602
שמעקעדיג
גלות יוד
עס קומט דא אויס אז איש הישר בעיניו יעשה און אפשר ssm אויכעט?

וואס איז SSM ?

same *** marriage

שמעקעדיג » מיטוואך יולי 25, 2012 7:58 pm

· #28607
דאנקע. יעצט כאפ איך.

גלות יוד » פרייטאג יולי 27, 2012 11:22 am

· #29221
אלעס פיין און וואויל ווען דאס קומט פאר סתם אין קארפארעיט אמעריקע אבער וואס טיט זיך ווען דאס געשעט ביי אונז און בעקיארד ווייס איך שוין נישט וואס צי טיהן זאל איך זיין עקסטרעם פאסיוו קען איך נישט איך וועל אוודאי מוזן מוחה זיין הפגנות קול קורא'ס פארשטייסט ס'איז נישט דא קיין אבסעלוטע מהלך בין איך גערעכט?

berlbalaguleh » פרייטאג יולי 27, 2012 5:22 pm

· #29349
וויכוח איבער אפשטאם פון נאמען ארטאדאקס
איך בין בדרך כלל מסכים מיט דיינע אפשאצונגען פון'ם מצב, כאטש נישט מיט אללע ענינים. אבער איין זאך האלט איך אז דו האסט געמאכט א טעות. דער מקור און מיין פון נאמען "ארטאדאקס" איז נישט, עקסטרעם אדער להיפוך "פון יענעם'ס שיטה אדער דרך".נאר פונקט דאס פארקערטע: בלייבן ביי דעם אריגינעל'ן דרך. ווייל ס'איז אויפגעקומען "רעפארם" וואס האט אפגענייגט פון דרך. זענען מיר "ארטאדאקס" , וואס האלט זיך צו דעם אריגינאל'ן וועג.

לאדיך אפ » פרייטאג יולי 27, 2012 7:13 pm

· #29381
berlbalaguleh
איך בין בדרך כלל מסכים מיט דיינע אפשאצונגען פון'ם מצב, כאטש נישט מיט אללע ענינים. אבער איין זאך האלט איך אז דו האסט געמאכט א טעות. דער מקור און מיין פון נאמען "ארטאדאקס" איז נישט, עקסטרעם אדער להיפוך "פון יענעם'ס שיטה אדער דרך".נאר פונקט דאס פארקערטע: בלייבן ביי דעם אריגינעל'ן דרך. ווייל ס'איז אויפגעקומען "רעפארם" וואס האט אפגענייגט פון דרך. זענען מיר "ארטאדאקס" , וואס האלט זיך צו דעם אריגינאל'ן וועג.

די איידיע פון צוטיילן אידישקייט אין פראקציעס איז א איידיע וואס איז אויפגעקומען נאך רעפארם.

berlbalaguleh » זונטאג יולי 29, 2012 2:42 pm

· #29451
לאדיך אפ
berlbalaguleh
איך בין בדרך כלל מסכים מיט דיינע אפשאצונגען פון'ם מצב, כאטש נישט מיט אללע ענינים. אבער איין זאך האלט איך אז דו האסט געמאכט א טעות. דער מקור און מיין פון נאמען "ארטאדאקס" איז נישט, עקסטרעם אדער להיפוך "פון יענעם'ס שיטה אדער דרך".נאר פונקט דאס פארקערטע: בלייבן ביי דעם אריגינעל'ן דרך. ווייל ס'איז אויפגעקומען "רעפארם" וואס האט אפגענייגט פון דרך. זענען מיר "ארטאדאקס" , וואס האלט זיך צו דעם אריגינאל'ן וועג.

די איידיע פון צוטיילן אידישקייט אין פראקציעס איז א איידיע וואס איז אויפגעקומען נאך רעפארם.

רייט: אבער נאכ'ן צוטיילן זענען מיר "ארטאדאקס" געבליבן ביי דעם אריגינעל'ן דרך. עכ"פ אזוי טענה'ן מיר.

יידל » זונטאג יולי 29, 2012 2:52 pm

· #29454

אונזער אריגינעלע דרך איז נישט געווען צו מאכן פראקציעס. יעדער שטאט האט געהאט א קהילה און די קהילה האט געהאט אין זיך פונעם פרומסטען רב ביזן שטאטס מוסר. דעם חתם סופר'ס אויפטו פון מאכן א קהילה ווי בלויז ארטאדאקסן וועלן זיך געפינען איז געווען א חידוש. די שטאטוס קווא זענען געווען די ממשיכי דרכם פון די אריגינעלע מהלך.

לעמאן דזשוס » זונטאג פעברואר 10, 2013 9:23 pm

· #85905
אנאנים, איצט געליינט דעם פתיחת האשכול, ווייסטאך אין די זכרונות אשכול האביך גארנישט פארלארן ימי כאן הם מעט ורעים...

האסט מיר ארלעדיגט, איך גיי מיך שוין נישט לאזן איינרעדן! וד״ל

לעמאן דזשוס » זונטאג פעברואר 10, 2013 9:27 pm

· #85907
הלא כתבתי לך וד״ל. למה תפרסם שלא תד״לת?

ליטוואק פון בודאפעסט » מיטוואך סעפטעמבער 2, 2015 1:21 pm

· #299149
@אנאנים – דיין משלים זענען אויך עקסטרעם און קורצ-זיניג. חק טל איז אראפגעפאלען וועגען די חידוש ארגאניזאציע, נישט וועגען די קנאיש'ע לאגער. הרב אלישיב האט יא געהאט מיינונגען אין השקפה און ישיבות, נאר אין די פאליטיק האט ער אלס איבערגעגעבען פאר הרב שטיינמאן, ווייל פאליטיק און מעטנשען פארשטייט ער בעסער. דער בעלזער 'פשרה' פון א היימשע שומרים זעט מיר אויס א נערישקייט און אן קיין שום סיכוי צו העלפען, ווייל ס'לייגט קיינער נישט אין געפאר, און דער עיקר תירוץ פון די מתנגדי ה'חרדים' איז אז זיי ריזיקירען זייערע לעבען און די חרדים נישט. הרב שטיינמאן איז גארנישט די מעסיגער וואס מ'לייגט איהם פאר אפילו יעצט. ער אליינס רעדט פון עמלק וכדו', און דער עיקר חילוק צווישען איהם און זיין קעגענער איז אין די דרכי המלחמה, נישט אין די ציל פון די מלחמה.
איך מיין נאר ארויסצוברענגען אז פאר דיין תועלת ארויסצודרוקען דיין נקודה, ביסטו אויך אריינגעפאלען אין די שמאלער וועג פון טראכטען, ווייל די מטרה האט פארהייליגט די מיטל'ען, און ביי דיר די מטרה פון מסביר זיין טאלעראנץ איז יעצט דער 'ערך על' צו וואס אלס צילט.

petergrifin » מיטוואך סעפטעמבער 2, 2015 2:34 pm

· #299166
Seriously? You think he's gonna answer you?

ליטוואק פון בודאפעסט » מיטוואך סעפטעמבער 2, 2015 2:40 pm

· #299167
If we cry and kvetch a little, Tatty will give in. He always does. Credit - the marvelous middos machine.

מי אני » מאנטאג יולי 8, 2019 6:51 pm

· #432842
בן תמליון
איר זאגט דאך אזוי גוט. וואס איז טאקע דער פסיכאפאטישער הסבר פארוואס ציט א מענטש צו קראנקע קיצוניות ווי איידער נארמאלע מעסיקייט?

לגבי אונזער געזעלשאפט קען מען ענטפערן אז ביבער, אין זיין קנאקעדיגן ארטיקל פאר׳ן וועקער (נומער 6) ״דער קייזער גייט נאקעט״, האט זייער גוט ארויסגעברענגט דעם phenomenon פון groupthink מיט וואס אונזער געמיינדע איז געשלאגן (מכח אונזער געזעלשאפט׳ס זיין אזוי insular און cohesive/close-knit ווייל מ׳פילט א געפאר פון דרויסן, וואס דאס איז בעצם די טעם פון די התייסדות פון די ארטאדאקסישע, און נאכדעם חרדי׳שע, באוועגונג. וואס דאס איז איינע פון די antecedents פון groupthink, ועיין בדברי דר. אירווינג זשאניס).

יעצט, דר. מאאס (2014), לגבי טעראריזם און ראדיקאלעזאציע, קלערט אז groupthink קען צוברענגען צו ראדיקאליזם. לפי״ז קען זיין אז דאס איז די טעם פארוואס ס׳איז דא אזא נייגונג ביי אונז צו עקסטרעמיזם (לעירד ווילקאקס זאגט טאקע אז מ׳זעהט דאס פארקערטע; ביי עקסטרעמיסטן זעהט מען אסאך groupthink).

איך פארשטיי אז ס׳איז אסאך מער קאמפליצירט ווי נאר דאס (מיינטס נישט אז איך בין אן עקסטרעמיסט וואס באנוצט זיך מיט שווארץ-און-ווייס וועג פון טראכטן...). איך זאג סתם להערה בעלמא.

Sent from my iPhone using Tapatalk

מי אני » מאנטאג יולי 8, 2019 6:58 pm

· #432843
גלות יוד
איך פארשטיי נישט כלאים שעטנז פרה אדומה איז אויך עקסטרעם? וואס מיינט מעסיג און פארגלייך צי וואס? עס קומט דא אויס אז איש הישר בעיניו יעשה און אפשר ssm אויכט? ווי הייבט זיך עס אן ווי ענדיגט זיך עס און וואס דארף זיין די סטאנדארד?

איך גלייב אז (א חלק פון) וואס קופערניקוס מיינט איז אז מ׳דארף זעהן (objectively) משווה צו זיין די Normative [כלליות׳דיגע/ראציאנאלע] וועג פון באטראכטן די נושאים מיט אונזער פערזענליכע/רעליגיעזע Descriptive וועג פון זיי באטראכטן. אין אזא פאל, ווען מ׳האט די ביידע פערספעקטיוון צונאזאם ווערט מען, אין אלגעמיין, נישט צוגעצויגן צו אן עקסטרעם ודוק (והרבה יותר וכו׳).

Sent from my iPhone using Tapatalk

מי אני » דינסטאג יולי 9, 2019 7:04 pm

· #432911
שמעקעדיג

איין זאך - דו ביסט א עקסטרעמיסט אויף דיינע ענינים - צו מאכן פשרות און גיין מיט מעסיגקייטן. איז דאס אויך א סארט עקסטרעמיזם..???

איך פארשטיי אז ס׳איז נישט ממש וואס דו מיינסט (אלס וויץ) אבער אינטרעסאנט. (פון די וויקיפידיע ענטרי אויף עקסטרעמיזם.)
📎 IMG_4908.jpg

Sent from my iPhone using Tapatalk