☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » פארברענגען » קאווע שטיבל » אשכול אן א טיטל #12208

אשכול אן א טיטל #12208

41 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #12208

— » מיטוואך אפריל 4, 2018 9:24 am

· #398925

דער פאסט איז אראפגענומען געווארן

ליפא » מיטוואך אפריל 4, 2018 9:26 am

· #398926
[ציטאט אראפגענומען]

מיינסט אוודאי ''מיליאנען אידן''...

ליפא » מיטוואך אפריל 4, 2018 9:29 am

· #398928
דאן זיי אביסל בעסער מדייק, דער ווילי עירוב הייסט א פלאפ. זייער ווייניג נוצן עס

אישתישבי » מיטוואך אפריל 4, 2018 9:34 am

· #398930
וואס הייסט זייער ווייניג, קיינער ניצט עס נישט, די וואס יא, וואלטען געטראגן אהן א עירוב אויך!!!

והראי', זיי טראגן מיט א עירוב וואס איז גאסר'ט דורך אלע רבנים אהן א אויסנאם, ווייל דער עירוב האט שוין דער רבי זי"ע געזאגט איז נאר גוט פאר סוכות, און פאר קאנטרי.

ליפא » מיטוואך אפריל 4, 2018 9:35 am

· #398931
ברבים איז וואס מאכט אויס. בצנעה קענסטו דאך ארומגיין מיט דיין בערזל און טעלעפאון אין טאש אויך.

לחיים ולברכה » מיטוואך אפריל 4, 2018 10:44 am

· #398936
[ציטאט אראפגענומען]

טויזענער אידן עסן פלייש מיט א הכשר פון א איד וואס לעבט שוין נישט?!?

לחיים ולברכה » מיטוואך אפריל 4, 2018 10:47 am

· #398937
אישתישבי
וואס הייסט זייער ווייניג, קיינער ניצט עס נישט, די וואס יא, וואלטען געטראגן אהן א עירוב אויך!!!

והראי', זיי טראגן מיט א עירוב וואס איז גאסר'ט דורך אלע רבנים אהן א אויסנאם, ווייל דער עירוב האט שוין דער רבי זי"ע געזאגט איז נאר גוט פאר סוכות, און פאר קאנטרי.

אויב וואונט איר אין וויליאמסבורג אין איר גייט אויפן גאס וועט איר זען אז מען טראגט אין נישט אזוי ווייניג מענטשן, והא ראי' אז מען מאכט יעדעס יאר חול המועד א צערעמאניע לכבודה פונעם עירוב אין ויאול משה

קל וחומר » מיטוואך אפריל 4, 2018 1:12 pm

· #398948
איך פארשטיי נישט.
קודם זאגט ער אז די עירוב איז 'געמאכט' געווארן אויסצורייסן דעם שבת.
באלד דערנאך זאגט ער אז ס'איז בכלל נישט פארהאן אן עירוב.

???

האבן זיי עס צוריסן אינצווישן?!?

אייער שפייז » מיטוואך אפריל 4, 2018 2:39 pm

· #398952
קל וחומר
איך פארשטיי נישט.
קודם זאגט ער אז די עירוב איז 'געמאכט' געווארן אויסצורייסן דעם שבת.
באלד דערנאך זאגט ער אז ס'איז בכלל נישט פארהאן אן עירוב.

???

האבן זיי עס צוריסן אינצווישן?!?
א גוטן מועד..

נעכטן ביינאכט האט יהדות וויליאמסבורג געהאט די זכי' צו הערן דעם פסק הלכה איבער דעם עירוב, פונעם פוסק הדור, דער גאון הגאונים, מרן אדמו''ר מהרז''ל מ'סאטמאר שליט''א!!

איך שטיי און טראכט צו איך הער גוט, צו נישט. ס'איז נאך נישט דא קיין דריי וואכן פון ווען דער זעלביגער רעדנער האט זיך אויף געשטעלט ברבים זאגן א הספד, און אויסגעלאזט מיט דעם באקאנטן פסוק וואס מיר זאגן יעדן טאג ביי מעריב, *באמור לציון מלך אלוקיך*. און אנשטאט דעם, האט דער עם הארץ געזאגט *באמור לציון מעילעך אלוקעיכאָ*. דערביי האט ער זיך מבזה געווען, ווי אויך מבזה געווען יעדע זאלי אין די שטאט. זיי האבן זיך ארום געדרייט אבל וחפי ראש.

נישט מער נישט ווייניגער, ער קריגט זיך אין הלכה מיט דעם אלעמען באקאנטען פוסק אין וויליאמסבורג, הגאון המפורסם ר' פישל הערשקאוויטש ז''ל. ווי אויך יבדל לחיים טובים מיט די פוסקי הדור ווי מרן הגאון מ'קארלסבורג שליט''א, און מרן הגאון מ'סערדעהעל שליט''א.

דער עם הארץ וואס ווייסט לכאורה נישט קיין חילוק פון עירוב תבשילין ביז עירובי חצירות גייט נאך ווייטער און זאגט, אז דאס גאנצע מאכן אן עירוב, איז א פריקת עול.

ווילן מיר פארשטיין צו די אלע תנאים און אמוראים פון מסכת עירובין, ווי אויך אלע ראשונים און אחרונים וואס האבן געשריבן פסק הלכות אויף הלכות עירובין זענען שוין אויך לשיטתו בגדר פורקי עול? אדער האבן זיי פשוט נישט פאראויס געזעהן אז ס'וועט אמאל זיין אזא הייליגע שטאט ווי וויליאמסבורג, אווי אן עירוב וועט גאר זיין טריפה?

ווי אויך איז באקאנט אז אין קרית יואל האט רבינו הקדוש זי''ע יא געהייסן מאכן אן עירוב. איז די שאלה צו לשיטתו וועט די רבי ז''ל אויך חלילה אריינגיין בגדר פורקי עול?

דער חידוש איז, ווי אזוי א מענטש וואס ווייסט אז לערנען איז זיי שוואכסטע קוואליפיקאציע, זאל זיך אפילו נישט שעמען צו זאגן א מיינונג אין א דבר הלכה?

אדרבה, טראכט א מינוט!!

האט איר שוין אמאל געזעהן ווי אזוי דער איד זיצט ביי אן אסיפת רבנים? איינגעמאכט, און עפענט נישט דאס מויל פאר פחד אז ס'זאל נישט ארויסקריכן עפעס אן אַמעראצעס, וואס די רבנים וועלן אונטער שמייכלען.

האט איר אים שוין געזעהן גיין אויף א באזוך צו א רבי וואס איז נישט אויף זיין פעיראל, אן משה פריעדמאן? דער משב''ק האלט אין איין רעדן צום אדמו''ר וואס מ'באזוכט, אזוי אז מ'זאל נישט באמערקן, אז דא זיצט אן עם הארץ וואס ווייסט ניטאמאל וואס איז פאני, ווען מ'זאגט אז די גר''א האט זיך געווייקט אין קערעסטיר ביי ר' ישעי'לע זי''ע.

האט איר שוין אמאל בטעות געהערט א זאלי אין די שטאט זאל זאגן, אז ער ווארט צו הערן צו די רבי גייט יא שאקלען מיט א דערי לולב, צו נישט? זיי ווייסן אלע, אז זיי האבן אים נישט גענומען אלס תלמוד חכם.

האט איר שוין בטעות אמאל געהערט א זאלי זאל זאגן אז ער ווארט צו הערן דעם מיינונג פונעם רבי'ן איבער דעם בראקל טשיקן? און דאס איז שוין נאכדעם וואס ער האט געזעהן די בילדער וואס שמואל ט''ב האט אריינגעשיקט צו אלע מאגאזינען ווי דער עם הארץ גייט אין א גן חיות אויף דריי שעה און לאכט צו אלע שעפסעלעך..

לסיום דברינו, העמיר געבן א שטיקל אדווייס פאר דעם גאון וקדוש. ס'איז דא א ווארט אויף ענגליש *'סטיק טו יור פּראפעשאן'*. אייך האט מען נישט אויף גענומען אלס רבי צו רעדן אין הלכה, מ'האט אייך נישט אויף גענומען צו קענען היסטאריע, מ'האט אייך נישט אויף גענומען צו פארהערן בחורים. און ניטאמאל צו וויסן מנהגים. מ'האט אייך אויף גענומען, זיך צו שלאגן מיטן עלטערן ברודער. ווילאנג איר פילט אויס דעם שליחות בשלימות, שטייט איר גוט ביי אייערע מענטשן, און די פרעמדע גאס האט כאטשיג הנאה אז אין סאטמאר קריגט מען זיך. ווען איר רעדט אין הלכה, מאכט איר ליצי ליצנות פון אייך און פון אייערע קהילה!!!

Sent from my SM-J327P using Tapatalk

לאקש » מיטוואך אפריל 4, 2018 3:14 pm

· #398954
היינט נאכט קומט פאר די יערליכע עצרת רבתי למען כבוד השבת אין די זאלן פון ויואל משה

מען וועט הערן דרשות פון הרבנים הגאונים הצדיקים, הגה"צ ר' זלמן לייב פילאף חבר הבית דין צדק דקהלתינו, הרה"ג שמעון אלסטער רב דביהמ"ד תורה ותפילה אין פלעטבוש

הרה"ג דיזבוי רב פון בארא פארק, עס וועט איבער געבן דעת קדשו פון די וויזניצע רבי ז"ל איבערן עירוב הרה"ג משה קעסלער דומ"ץ במאנסי אין ראה"כ אמת ואמונה דחסידי וויזניץ

היינט נאכט אום 9 אזייגער אין זאל פון ויואל משה.

ליטוואק פון בודאפעסט » מיטוואך אפריל 4, 2018 4:28 pm

· #398963
דארף מען קלערען די תכלית פון די יערליכע אסיפה, וועמען וויל מען אויפווייזען.

לכאורה פארשטייט יעדער אז די הלכה איז נישט די נושא. ווען די סערדעהעלער\קארלסבורגער גאונים זענען אויף סאטמאר׳ס זייט, האבען סאטמארער פיהרער׳ס קיין שום פראבלעם נישט זיי צו באקרוינען מיט אלע שטרנבוך\ברנסדורפר טיטלען. זיי זענען גארנישט ווייניגער. דער עולם איז נישט קיין משכנות יעקב אידען, וואס האלטען אלס פאר א רשוה"ר דאורייתא. דער עולם ליגט נישט אין עפעס א געפאר פון דער שיטת הרמב"ם וועגען א צוה"פ יותר מעשר. נישט די שאלות אויף די זיכוי הפת שטייט זיי אין וועג פון טראגן אין גאס אום שבת און יוהכ"פ.

דער סאטמארער (זאלי פראקציע) עולם האט גארנישט בעצם קעגען די עירוב. וויאזוי קען מען זיי צוריקהאלטן פון טראגן? דורך אוועקשטעלן א גייסט אז 'היימישע' סאטמארע אידען טראגן נישט און האלטן נישט פון די עירוב. דאס איז גאנץ א שטארקע מיטל, געווענליך. יעצט וואס פילע היימישע אידן טראגן, איז זייער שווער איינצורעדן דעם עולם אזא לאקש. מוז מען אוועקשטעלן א זעלבסטשטענדיגע סאטמארע היימישקייט. נו, ווער פארטרעט דעם ענין די מערסטע? נישט דער אדמו"ר אליינס? ווער נאך שטעלט אן די גייסט ווי דער גייסטישע פיהרער?

אלע אנדערע אויסדרוקן זענען סתם לאזונגען, מדרש פליאה תורה'ס אנצופילן די צייט.

פליקער » מיטוואך אפריל 4, 2018 6:09 pm

· #398964
נאכן הערן די באמבאסטישע סטעטמענט פון די רבי שליט''א איז מיר איינגעפאלן א מאסיוון איינפאל, היות לעצטענס מוטשעט ער זיך געפערלעך מיט גיוס, און בכלל די ציונים און די מדינה, פארוואס פראקלעמירט ער נישט אז סיז נישט דא קיין מדינה והכל על מקומו יבוא לשלום.

לאקש » מיטוואך אפריל 4, 2018 6:28 pm

· #398965
די ווערטער פון רבי'ן
📎 אסיפה כללית פסח עח (5).mp3

קלוגע יודל » מיטוואך אפריל 4, 2018 6:34 pm

· #398966
עירוב אין ירושלים = כבוד שבת
עירוב אין קרית יואל = כבוד שבת
עירוב אין וויליאמסבורג = פריקת עול???

ווי אוי זאגט דארט די רבי אז עס איז נישטא קיין עירוב וויבאלד מען קען עס נישט זעהן,, שוטה שבעולם!! לכבוד דיינע נאכפאלגערס וואס צורייסן עס האט מען עס געמוזט באהאלטן, והוא ראי' אין בארא פארק איז עס נגלה לעין כל. אויב די ווילסט דווקא גלייב איך אז די רבנים המכשירים וועלן עס דיר ווייזן.

לחיים ולברכה » מיטוואך אפריל 4, 2018 8:33 pm

· #398970
אייער שפייז
קל וחומר
איך פארשטיי נישט.
קודם זאגט ער אז די עירוב איז 'געמאכט' געווארן אויסצורייסן דעם שבת.
באלד דערנאך זאגט ער אז ס'איז בכלל נישט פארהאן אן עירוב.

???

האבן זיי עס צוריסן אינצווישן?!?
א גוטן מועד..

נעכטן ביינאכט האט יהדות וויליאמסבורג געהאט די זכי' צו הערן דעם פסק הלכה איבער דעם עירוב, פונעם פוסק הדור, דער גאון הגאונים, מרן אדמו''ר מהרז''ל מ'סאטמאר שליט''א!!

איך שטיי און טראכט צו איך הער גוט, צו נישט. ס'איז נאך נישט דא קיין דריי וואכן פון ווען דער זעלביגער רעדנער האט זיך אויף געשטעלט ברבים זאגן א הספד, און אויסגעלאזט מיט דעם באקאנטן פסוק וואס מיר זאגן יעדן טאג ביי מעריב, *באמור לציון מלך אלוקיך*. און אנשטאט דעם, האט דער עם הארץ געזאגט *באמור לציון מעילעך אלוקעיכאָ*. דערביי האט ער זיך מבזה געווען, ווי אויך מבזה געווען יעדע זאלי אין די שטאט. זיי האבן זיך ארום געדרייט אבל וחפי ראש.

נישט מער נישט ווייניגער, ער קריגט זיך אין הלכה מיט דעם אלעמען באקאנטען פוסק אין וויליאמסבורג, הגאון המפורסם ר' פישל הערשקאוויטש ז''ל. ווי אויך יבדל לחיים טובים מיט די פוסקי הדור ווי מרן הגאון מ'קארלסבורג שליט''א, און מרן הגאון מ'סערדעהעל שליט''א.

דער עם הארץ וואס ווייסט לכאורה נישט קיין חילוק פון עירוב תבשילין ביז עירובי חצירות גייט נאך ווייטער און זאגט, אז דאס גאנצע מאכן אן עירוב, איז א פריקת עול.

ווילן מיר פארשטיין צו די אלע תנאים און אמוראים פון מסכת עירובין, ווי אויך אלע ראשונים און אחרונים וואס האבן געשריבן פסק הלכות אויף הלכות עירובין זענען שוין אויך לשיטתו בגדר פורקי עול? אדער האבן זיי פשוט נישט פאראויס געזעהן אז ס'וועט אמאל זיין אזא הייליגע שטאט ווי וויליאמסבורג, אווי אן עירוב וועט גאר זיין טריפה?

ווי אויך איז באקאנט אז אין קרית יואל האט רבינו הקדוש זי''ע יא געהייסן מאכן אן עירוב. איז די שאלה צו לשיטתו וועט די רבי ז''ל אויך חלילה אריינגיין בגדר פורקי עול?

דער חידוש איז, ווי אזוי א מענטש וואס ווייסט אז לערנען איז זיי שוואכסטע קוואליפיקאציע, זאל זיך אפילו נישט שעמען צו זאגן א מיינונג אין א דבר הלכה?

אדרבה, טראכט א מינוט!!

האט איר שוין אמאל געזעהן ווי אזוי דער איד זיצט ביי אן אסיפת רבנים? איינגעמאכט, און עפענט נישט דאס מויל פאר פחד אז ס'זאל נישט ארויסקריכן עפעס אן אַמעראצעס, וואס די רבנים וועלן אונטער שמייכלען.

האט איר אים שוין געזעהן גיין אויף א באזוך צו א רבי וואס איז נישט אויף זיין פעיראל, אן משה פריעדמאן? דער משב''ק האלט אין איין רעדן צום אדמו''ר וואס מ'באזוכט, אזוי אז מ'זאל נישט באמערקן, אז דא זיצט אן עם הארץ וואס ווייסט ניטאמאל וואס איז פאני, ווען מ'זאגט אז די גר''א האט זיך געווייקט אין קערעסטיר ביי ר' ישעי'לע זי''ע.

האט איר שוין אמאל בטעות געהערט א זאלי אין די שטאט זאל זאגן, אז ער ווארט צו הערן צו די רבי גייט יא שאקלען מיט א דערי לולב, צו נישט? זיי ווייסן אלע, אז זיי האבן אים נישט גענומען אלס תלמוד חכם.

האט איר שוין בטעות אמאל געהערט א זאלי זאל זאגן אז ער ווארט צו הערן דעם מיינונג פונעם רבי'ן איבער דעם בראקל טשיקן? און דאס איז שוין נאכדעם וואס ער האט געזעהן די בילדער וואס שמואל ט''ב האט אריינגעשיקט צו אלע מאגאזינען ווי דער עם הארץ גייט אין א גן חיות אויף דריי שעה און לאכט צו אלע שעפסעלעך..

לסיום דברינו, העמיר געבן א שטיקל אדווייס פאר דעם גאון וקדוש. ס'איז דא א ווארט אויף ענגליש *'סטיק טו יור פּראפעשאן'*. אייך האט מען נישט אויף גענומען אלס רבי צו רעדן אין הלכה, מ'האט אייך נישט אויף גענומען צו קענען היסטאריע, מ'האט אייך נישט אויף גענומען צו פארהערן בחורים. און ניטאמאל צו וויסן מנהגים. מ'האט אייך אויף גענומען, זיך צו שלאגן מיטן עלטערן ברודער. ווילאנג איר פילט אויס דעם שליחות בשלימות, שטייט איר גוט ביי אייערע מענטשן, און די פרעמדע גאס האט כאטשיג הנאה אז אין סאטמאר קריגט מען זיך. ווען איר רעדט אין הלכה, מאכט איר ליצי ליצנות פון אייך און פון אייערע קהילה!!!

Sent from my SM-J327P using Tapatalk

נאך דיין לאנגע דרשה גייט מיר נישט אריין אין קאפ, קומט א מן הארץ מן התורה ומדרבנן סבראי וואס קען נישט קיין פסוק חומש אין קיין עברי, אין זאגט עפעס אין מיט אזא ווייטאג איז מען פארנומען וואס ער האט געזאגט אין ווואס ער מיינט אין וואס ער זאל טון, לאך דיר אויס אין פארטיג!!
וואס גייט דיר אן וואס ער זאגט?

אישתישבי » מיטוואך אפריל 4, 2018 10:54 pm

· #398972
ווייל ער איז דער מנהיג פין צען טויזענט מענטשן, עם הארץ צו מן הארץ.

לאקש » דאנערשטאג אפריל 5, 2018 12:03 am

· #398975
יעצט ביים אסיפה אין ויואל משה קעגן דעם אזוי גערופענעם עירוב האט הרה''ג ר' משה קעסלער נאכגעזאגט בשם די וויזניץ מאנסי'ע רבי זי''ע אז מ'איז מחייב צו מאכן א ברכה אויף עירובי חצירות אין וויליאמסבורג

יין שרף » דאנערשטאג אפריל 5, 2018 12:04 am

· #398976
אייסקריעם עסטו ביים סעודה...?

לאקש » דאנערשטאג אפריל 5, 2018 12:21 am

· #398980
הרה''ג ר' משה האט אויך געזאגט אז די וויזניץ'ע רבי האט געהייסן ארויסווארפן יונגעלייט און בחורים וואס טראגן אין וויליאמסבורג פון די כוללים און ישיבות

יין שרף » דאנערשטאג אפריל 5, 2018 12:23 am

· #398982
[ציטאט אראפגענומען]

א רב? א מורה הוראה? סיי וועלכע פסק הלכה פון אים וואלסטו ווען מקבל געווען?
#cutthecrap

איסר האטלקי » דאנערשטאג אפריל 5, 2018 12:27 am

· #398983
יא, ר' מאטעלע איז געווען א רב א מורה הוראה. זיין שווער דער סקווערער פלעגט אים אסאך צו פרעגן זיינע שאלות.

ערליכער איד » דאנערשטאג אפריל 5, 2018 1:44 am

· #398986
איך בין א ווישניצע'ר חסיד
מיין רבי זצ"ל האט קיינמאל נישט געהייסען ארויסווארפן קינדער וועגען טראגן מיט'ן עירוב עס איז שקר גס...

בן ישי » דאנערשטאג אפריל 5, 2018 2:28 am

· #398988
פארוואס פירט מען דאס נישט אראפ צו צימעס?

שבת אחים » דאנערשטאג אפריל 5, 2018 5:14 am

· #398991
סאיז א שאד אז רבי זלמן לייב לייגט זיך אריין אין די שטותים און הבלים. סאיז דאך דא אזויפיל וויכטיגערע זאכן מיט וואס ער קען זיין פארנומען. איך מיין אז ס׳איז מעהר אזא פערזענליכע פאטש אז מהאט איינגעפירט א עירוב אין זיין שטאט וואס ער איז געוועהן דערקעגן. און ער פילט ווי ער האט אביסל פארלוירן קאנטראל אויפן שטאט.

ליטוואק פון בודאפעסט » דאנערשטאג אפריל 5, 2018 6:25 am

· #398994
כשהוא חי קולו אחד, כשהוא מת קולו שבעה......


וואס נאך פסקים קען מען ערווארטען פון די מאנסי וויזניצער רבי זצ"ל? ווען גייט מען דרוקען די תשובות?

Sent from my LG-K373 using Tapatalk

גאנצל » דאנערשטאג אפריל 5, 2018 9:16 am

· #399001
[ציטאט אראפגענומען]


הייסט דו האלטסט אז דיין רבי האט געזאגט דדי דעקעלארציע מיט נגיעות ?

ער זאגט דאך דברים של טעם עס איז נישטא קיין עירוב ווייל מ'זעיט עס נישט און אז מ'זעיט עס נישט איז עס נישטא

שבת אחים » דאנערשטאג אפריל 5, 2018 10:39 am

· #399003
ליטוואק פון בודאפעסט
כשהוא חי קולו אחד, כשהוא מת קולו שבעה......


וואס נאך פסקים קען מען ערווארטען פון די מאנסי וויזניצער רבי זצ"ל? ווען גייט מען דרוקען די תשובות?

Sent from my LG-K373 using Tapatalk


אז מ׳טאר נישט כאפן קיין בילדער... 😂

לאקש » דאנערשטאג אפריל 5, 2018 1:27 pm

· #399013
ערליכער איד
איך בין א ווישניצע'ר חסיד
מיין רבי זצ"ל האט קיינמאל נישט געהייסען ארויסווארפן קינדער וועגען טראגן מיט'ן עירוב עס איז שקר גס...

הייסט ר' משה קעסלער איז א ליגענער?

לאקש » דאנערשטאג אפריל 5, 2018 1:31 pm

· #399014
.

טרויבן88 » זונטאג אפריל 8, 2018 7:22 am

· #399059
הערנדיג די ווערטער פון מהרז"ל דעם יום טוב האב איך באקומען די ענטפער אויף וואס איך האב שוין לאנג חושד געווען, די סיבה פארוואס ווילי האט נישט קיין עירוב איז צי איינשפארן די פרויען אינדערהיים כדי די מענער זאלן זיך קענען ארומדרייען מיט אויפגעהויבענע אויגן, יארן וואס עס שמעקט אזוי אבער יעצט זאגט ער עס אליינס, אזוי די אפגעפליקטער טיפיש זאלי עס איז א קידוש השם ווען מ'שטופט נישט קיין קערידזש??? אפשר גייסטו אהיים אין שימעל אפ דארט אין וואטש די בעיבי כדי דיין ווייב זאל קענען ארויסגיין? א מין רעדעריי וויפיל מער עקסטרעם קען מען נאך ווערן? פוי

ליטוואק פון בודאפעסט » זונטאג אפריל 8, 2018 9:17 am

· #399061
עס איז בדוק ומנוסה. איידער עס איז דא א הו"א פון אן עירוב, ליידט קיינער נישט פון 'שימעלען' אין שטוב. ברגע די הו"א עקזיסטירט, ווערט עס אומדערטרעגבאר. איך בין אויפגעוואקסן אן א הו"א פון מאכן אן עירוב. צום סוף האבן אייניגע מחוצפים, קעגן דעת רוב רבנים אין שטאט, געמאכט עפעס א זכר לעירוב, מיט א ריזיגע צאל נישט אנגענומענע קולות, כגון דער חזו"א שיעור טפח ועוד. פלוצלונג איז עס געווארן א פראבלעם און א מוטשעניש צו בלייבן אין שטוב.

אז אן עירוב איז כשר, איז די גאנצע נושא נישט וויכטיג. וואס עפעס מחמיר זיין במקום שאמרו להקל? אבער לגבי דאס שימלען אין שטוב, זעט מיר עס אויס ווי א געמאכטע פראבלעם.

שמעון וואלף » מאנטאג אפריל 9, 2018 12:24 am

· #399136
פליקער
נאכן הערן די באמבאסטישע סטעטמענט פון די רבי שליט''א איז מיר איינגעפאלן א מאסיוון איינפאל, היות לעצטענס מוטשעט ער זיך געפערלעך מיט גיוס, און בכלל די ציונים און די מדינה, פארוואס פראקלעמירט ער נישט אז סיז נישט דא קיין מדינה והכל על מקומו יבוא לשלום.


דערמאנסט מיך א ווארט וואס יענער האט געזאגט. פארוואס דארף מען א לחי וקורה און מ'זאל זיך פארשטעלן אז פי תקרא יורד וסותם - כאילו ס'איז דא א מחיצה, ענדערש שטעל דיך פאר כאילו ס'איז אינמיטן די וואך און ס'איז בכלל נישטא קיין איסור הוצאה!

שמעון וואלף » מאנטאג אפריל 9, 2018 12:35 am

· #399141
[ציטאט אראפגענומען]

בד"ו די פסק אז מ'זאל מאכן אן עירוב מיט א ברכה זאגט גארנישט לגבי די כשרות פון די שטאטישע עירוב. אפילו טאמער ס'דא א כשר'ע עירוב אויף די שטאט קען מען נאך אלץ מאכן א ברכה אויף א פריוואטע עירוב

berlbalaguleh » מאנטאג אפריל 9, 2018 12:44 am

· #399143
[ציטאט אראפגענומען]

חת"ם סופר: דו דארפסט פארשטיין אז מהרז"ל שליט"א האט געזאגט וואס ער האט געזאגט מכח זיין געשוואלענע עם הארצות. ער, בתום לבבו מיינט נעבעך אז אן עירוב איז די זעלבע ווי (להבדיל) אן השגחה פון דעם העטיעש-פעטיעש'ער רב פון התאחדות הרבנים. ממילא איז ער געקומען צו די מסקנא אז דאס איז געמאכט געווארן נאר פאר עקירת הדת.

איך וואלט איהם א סאך מער רעספעקטירט ווען ער קומט ארויס און זאגט אז די 3 גרעסטע בעלי הוראה אין אונזער דור קענען נישט לערנען. און זיי האבן פאלש געפסק'נט. און ער, ברוב גאונותו וועט אויפווייזן אז זיי האבן זיך טועה געווען בהלכה.

2 פון די מתירים פון עירוב לעבן נאך, ב"ה עמו"ש. האלט איך אז מהרז"ל אלס מרא דאתרא פון וויליאמסבורג עיר הקדשה זאל פאררופן א מיטינג מיט זיין כח התורא. און ארויסגעבן א פסק דין להלכה אז זיי זענען עמי הארצים. זיי קענען נישט לערנען. און זיי זענען נאכדערצו מכשיל ערליכע אידן מיט טראגן מיט'ן (טמא'נעם) עירוב...!

berlbalaguleh » מאנטאג אפריל 9, 2018 12:56 am

· #399144
פליקער
נאכן הערן די באמבאסטישע סטעטמענט פון די רבי שליט''א איז מיר איינגעפאלן א מאסיוון איינפאל, היות לעצטענס מוטשעט ער זיך געפערלעך מיט גיוס, און בכלל די ציונים און די מדינה, פארוואס פראקלעמירט ער נישט אז סיז נישט דא קיין מדינה והכל על מקומו יבוא לשלום.

פליקער: וואס רעדסטו...? טויזנטער אידן וועללן (ח"ו) פארלירן זייערע פרנסות. און דער איד וועט נישט האבן וואס צושרייבן פאר העדליינס...! און דער הייליגער מהרז"ל שליט"א וועט נישט האבן וואס צו פארקויפן ביי די שעלעשידעס טוירעה...!

זיכענדיגע שטיר » מאנטאג אפריל 9, 2018 12:27 pm

· #399182
[ציטאט אראפגענומען]

נישט ממש אזוי, טאקע פאר אפאר יאר איז געווען שטיל אבער לעצטענס איז עס ערגער געווארן, מיך האט איינער אנגעשריגן טאקע די שבת פארן אפווישן די נאז אויפן גאס... איך טראג אפן זייט די עירוב שטייט, מ'שרייט נאך אינגרויסן

ליפא » מאנטאג אפריל 9, 2018 12:36 pm

· #399183
קלוג האסטו געטון, נאך פאר יענער האט געשריגן האסטע זיך אפגעווישט דעם נאז און געגאנגען ווייטער...

לאקש » מאנטאג אפריל 9, 2018 8:00 pm

· #399245
דרשת הרה''ג ר' משה קעסלער דעת קדשו של אדמו''ר מוויזניץ זצ''ל בנוגע העירוב בוויליאסבורג:
📎 אסיפת השבת עח.mp3

לחיים ולברכה » מאנטאג אפריל 9, 2018 10:03 pm

· #399255
זיכענדיגע שטיר
[ציטאט אראפגענומען]

נישט ממש אזוי, טאקע פאר אפאר יאר איז געווען שטיל אבער לעצטענס איז עס ערגער געווארן, מיך האט איינער אנגעשריגן טאקע די שבת פארן אפווישן די נאז אויפן גאס... איך טראג אפן זייט די עירוב שטייט, מ'שרייט נאך אינגרויסן

כמאמר התנא כל מחלוקה שהיא לשם שמים סופה להתקיים,,, במלוא מובן המולה......

זיכענדיגע שטיר » מאנטאג אפריל 9, 2018 10:08 pm

· #399256
לחיים ולברכה
זיכענדיגע שטיר
[ציטאט אראפגענומען]

נישט ממש אזוי, טאקע פאר אפאר יאר איז געווען שטיל אבער לעצטענס איז עס ערגער געווארן, מיך האט איינער אנגעשריגן טאקע די שבת פארן אפווישן די נאז אויפן גאס... איך טראג אפן זייט די עירוב שטייט, מ'שרייט נאך אינגרויסן

כמאמר התנא כל מחלוקה שהיא לשם שמים סופה להתקיים,,, במלוא מובן המולה......
אזויווי דעמעקראט - ריפאליקענס... טי מיר א טובה


Sent from my iPhone using Tapatalk

קורקלענד » דינסטאג אפריל 10, 2018 2:02 am

· #399272
וואס איז די היסטאריע פון די מאנסי עירוב וואו די וויזניצע רב האט יא געטראגן אדער זיך געלאזט טראגן? עפעס האביך אמאל געהערט אז ס'געווען פסול פאר א וויילע? ווי אויך האט עס געהאט מערערע מכשולות און קילות? מאנכע האבן אמאל געשמיסט אז די וויזניצע רב האט דאן געלאזט רופן הרב פישעלע אויסצוארבעטן א היתר אויף די מאנסי עירוב? אנדערע האבן נך געזאגט בשם הרב פישעלע אז ער האט זיך אויסגעדרוקט אז די עירוב אין וויליאמסבורג איז אסאך מער מהודר און לכתחילה ווי די מאנסי עירוב. אויב איינער האט מער פרטים אדער קען קלאר מאכן אדער קאנפירמירן די היסטאריע דא ביטע.