☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » פארברענגען » געזעלשאפט » דזשואיש פרעסס באשרייבט וועלערא גאז סטעישאן אין מאנראו

דזשואיש פרעסס באשרייבט וועלערא גאז סטעישאן אין מאנראו

6 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #1220

זר זהב » מיטוואך יולי 25, 2012 12:36 am

· #28287
דזשואיש פרעסס באשרייבט וועלערא גאז סטעישאן אין מאנראו
דער היימישער גאז סטאנציע קיך נעבן קרית יואל האט זיכער עפעס גאר גוט געקאכט אדער געבאקן אזש ס'איז א אפשטעל פלאץ פאר א דזשאיש פרעס קאלומניסט'קע און איר מאן יעדע וואך ווען זיי קומען צוריק פון די קעטסקילס. און זיי פארשטייען שוין איינמאל צו ראמענס...

אפשר איז עס גאר אן אדווערטייזמענט? ווער ווייסט...

דא האט איר דעם לינק

שמעקעדיג » מיטוואך יולי 25, 2012 12:49 am

· #28288
זייער שיין. אלס אן איינקויפער פון ביידע, סיי אין מאנרא און סיי אין מאנסי, קען איך נישט מער ווי מיטשטימען אויף די געשמאקע און פרישע עסן.

זר זהב » מיטוואך יולי 25, 2012 12:51 am

· #28290
איך האב אויך אזוי געהערט אויף זייער טשולענט אז ס'גאר גוט; וואס מיר וואונדערט נאר איז ווי גוט קען דען א מילכיגע טשולענט זיין?!

smart » מיטוואך יולי 25, 2012 1:09 am

· #28292
שוין אסאך פארזיכט פון זיער עסען. זייער גוט און גוטע סערוויס

זר זהב » מיטוואך יולי 25, 2012 1:43 am

· #28301
וואס וואלסטע רעקאמענדירט? (איך גלייך צו עסן)

איך אויך » מיטוואך יולי 25, 2012 5:53 am

· #28310
ווען דיין ווייב וועט האבן א מאן א אלטע קוטער א מגולח בשם lou פלאנצבוים וועסטו אויך פארשטיין צו ראמענס...