☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » פארברענגען » צימעס » פנימי דזשאוקס אויף די וויזשניצע רבי'ס

פנימי דזשאוקס אויף די וויזשניצע רבי'ס

18 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #12191

חקרן » דינסטאג מערץ 27, 2018 7:52 am

· #398519
פנימי דזשאוקס אויף די וויזשניצע רבי'ס
אין דעם אשכול וועל איך זאגן דזשאוקס וואס דרייט זיך ארום צווישן וויזשניצע חסידים, אויף די נייע וויזשניצע רבי'ס. טייל פון די דזשאוקס וועט נישט יעדער פארשטיין, מען דארף זיין א וויזשניצער דאס צו פארשטיין, ס'איז פנימי. אבער איך גלייב אז יעדער וועט הנאה האבן דערפון. איך וועל אנהויבן און יעדער וואס האט עפעס מוסיף צו זיין קען מוסיף זיין.

דעם שבת ביים ליינען, האט דער רבי שליט"א פון מאנסי זיך אויסגעדרייט, און געפרעגט "וואו אלט איז דער ברודער געווען"?

נאך א ווארט:
א איד איז אריינגעגאנגען צום בארא-פארקער רבי'ן שליט"א, מיט א קוויטל. ביי זיין ווייב'ס נאמען, האט ער מזכיר געווען אז זי ווארט ב"ה א קינד. דער חסיד האט צוגעשריבן אין דער זייט, "נא לא לומר לשפרה"... דער רבי שליט"א דרייט זיך אויס מיט א שמייכל, "דו מיינסט אז זי ווייסט נישט"? ודפח"ח.

ווער עס וויל קען מוסיף זיין גוטע דיבורים...

איסר האטלקי » מיטוואך מערץ 28, 2018 1:01 am

· #398604
די ערשטע ווערטל ליגט מיר עפעס אין קאפ, כ'קען מיך נישט דערמאנען ווער עס האט עס אמאל געפרעגט... דערמאן ביטע.

צווייטע ווערטל דארף מען קענען ספינקא צו כאפן, נישט וויזניץ.....

יהודי פשוט » מיטוואך מערץ 28, 2018 9:32 am

· #398626
Re: פנימי דזשאוקס אויף די וויזשניצע רבי'ס
איסר האטלקי
די ערשטע ווערטל ליגט מיר עפעס אין קאפ, כ'קען מיך נישט דערמאנען ווער עס האט עס אמאל געפרעגט... דערמאן ביטע.


די לעצטע פאר חדשים פאר די וויזניצ'ער רבי פון מאנסי זצ"ל איז אריין אין שפיטאל האט ער איינמאל אדער מער געפרעגט זיין גבאי ווי אלט די ברודער איז געוועהן ווען ער איז אוועק האט דער גבאי גע'ענפערט 95 האט די רבי זצ"ל געזאגט, הייסט אז מ'האט זיך אפגעשמועסט...

איך אויך » דאנערשטאג מערץ 29, 2018 4:47 pm

· #398725
די עלסטע וויזניצע רבי וואוינט אין מאה שערים.

פשטו ידיכם » דאנערשטאג מערץ 29, 2018 11:16 pm

· #398748
איך אויך
די עלסטע וויזניצע רבי וואוינט אין מאה שערים.

מאה רשעים.

שבת אחים » פרייטאג מערץ 30, 2018 6:19 pm

· #398779
איך טרעף א אייניקל פונעם רבין זצ״ל. פרעג איך אים נא, וויאזוי גייט עס אן דעם זיידען? זאגט ער גלייב מיר, איך האלט עס ממש נישט אויס! איך בין ארויפגעגאנגען נעכטן צום זיידענס ציון און געוויינט מיט ביטערע טרערן. ״זיידע אויף אלעס קען איך נאך מוותר זיין אבער וואס וועט זיין מיט די חודשליכע טשעק???״

סקרן » מאנטאג אפריל 9, 2018 12:20 pm

· #399178
איך הער אז די מאנסיער רבי איז פסח ווען די די ירושלימער לעיקוואודער רב איז ביי אים געווען איז ער נישט געגאנגן קיין קאלירטע בעקיטשע אזוי ווי די רבי הכ"מ פלעגט זיך פירן ווען א צווייטער רבי פלעג קומען?

לך לך » דאנערשטאג אפריל 26, 2018 1:25 pm

· #400752
א וויזניצער יונגערמאן איז געגאנגען אין שפיטאל האבן א קינד נו, וועם רופט מען. האט ער גערופן אלע אכט רבי'ס זיך מזכיר זיין. אינמיטן האט זיך געמאכט א קאמפליקאציע האט ער שנעל גערופן סקולענער רבי בעטן א ברכה...

גאנצל » דאנערשטאג אפריל 26, 2018 4:21 pm

· #400764
דאס איז ניקס קיין 'פנימי' זשאוק.........

לאקש » פרייטאג אפריל 27, 2018 1:21 pm

· #400869
היינט צו טאגס, שפירט זיך יעדע וויזניצער חסיד, ווי א כיתה א' אינגל..

ווען איינער טרעפט אים, פרעגט ער אים, *ווי אזוי הייסט דיין רבי*...

קאצקע ציקער » פרייטאג יולי 6, 2018 1:03 am

· #408205
זיסער אשכול און וואס פונקטליך זיכט עס אין צימעס?

שבת אחים » מאנטאג אוגוסט 20, 2018 2:18 pm

· #411551
איך טרעף ר׳ יענקל מיללער׳ס זוהן ר׳ ישראל אויף די גאס פרעג איך אים וועלכע רבי האסטו אויסגעוועלט? זאגט ער וואס הייסט וועלכע? סאיז דאך נאר דא אכט!!??? 😂

איך טרעף א צווייטען מיט וועם כהאב געלערנט אין ישיבה איך פרעג אים נא וועלכע רבי? זאגט ער ״אלע אכט-באר״

שבת אחים » דינסטאג נאוועמבער 27, 2018 2:24 pm

· #417449
א איד זאגט מיר אז פון אלע אכט וויזניצער רבי׳ס האלט ער אז די בארא-פארקער רבי איז די חשובסטע ווייל ער איז דאך די איינציגסטע בן אחר בן...

שמחהלע קאפשטיק » מאנטאג אוגוסט 12, 2019 12:28 am

· #434660
הויזן
<a class="postlink" href="https://pbs.twimg.com/media/EBhIv18XYAA-VF7?format=jpg&name=small">https://pbs.twimg.com/media/EBhIv18XYAA ... name=small</a>

איסר האטלקי » מאנטאג אוגוסט 12, 2019 6:18 am

· #434666
שמחהלע קאפשטיק
https://pbs.twimg.com/media/EBhIv18XYAA-VF7?format=jpg&name=small

די צווייטע האלב...
📎 EBhIv18XYAA-VF7.jpg

חקרן » מאנטאג אוגוסט 12, 2019 2:12 pm

· #434709
דער שמועס איז אמת (אויסער דער חלק אז האדמו"ר מקייאמישא האט אים געזאגט וועגן עסטרייך). האדמו"ר ממאנסי האט אים גע'עצה'עט אז ער זאל קויפן נאך א פאסיק, וואס זאל שטענדיג ליגן אין די שבת'דיגע הויזן, אזוי זאל ער עס נישט דארפן טוישן (אמת'דיג)...

רביה''ק זי''ע » מאנטאג אוגוסט 12, 2019 5:26 pm

· #434713
קען איינער אריינקומען מיט מער אינפאו איבער די וויזניצע שבתדיגע מלבוש הנקרא "גרעיע הויזן", מיט א בילד אויב מעגליך ווי דאס קוקט אויס?

איסר האטלקי » דינסטאג אוגוסט 13, 2019 12:31 am

· #434748
דער קרית יואלער רב האט שוין יארן צוריק מתריע געווען איבער דעם פאסיק אין וויזניץ, נאך בימי אביהם...