☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » פארברענגען » קאווע שטיבל » בארבערשאפס

בארבערשאפס

16 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #12186

הגיון » זונטאג מערץ 25, 2018 3:06 pm

· #398345
בארבערשאפס
אזוי ווי ימי פסח משמשים ובאים, און דער מנהג איז דאך זיך אפצושערן אויף דעם חג הפסח. און דער רמ"א זאגט דאך: חייב אדם להתגלח לכבוד יום טוב, וכל המתגלח על טריפע"ל זיר"א הרי זה משובח. יעדער ווייסט דאך די משוגעים הויז וואס טוט זיך ביים שמש שטוב יעדן ראש חודש, ספעציעל בעפאר יום טוב. מזיצט אויף א בענקל וואס שווימט אויף אפגעשוירענע האר, און מ'ברויך נאך האלטן א שיסל מיט רויטע, שווארצע, ברוינע אפגעשוירענע האר. אויב דאס איז נישט גענוג, שפאצירט דער נעקסטער קונה ארויס מיט וויין, ליכט, און א בינטל רויטע האר. דער שמש (אדער בחור, שטייט א פארסאפאטע מיט א הייסע שעיר מאשינדל, און טריפעל זיראט מאסן קעפ, צו די דיספלעשער פון אסאך חובבי כבוד הבריות.

ברידער לאמיר זיך ארויסהעלפן איינער דעם צווייטן, נישט ח"ו אונטער צו ברענגן דעם שמש, נאר אפצוהיטן אויף כבוד הבריות, לאמיר זיך שעירן טיפס פון גוטע בארבערשאפס איבער די פינף באראס.

אויב ווייסט איר פון א גוטן בארבערשאפ, ביטע נישט צוריק האלטן פון מיטטיילן מיט אנדערע.

כלבאשבוע » זונטאג מערץ 25, 2018 4:10 pm

· #398353
שמעוןס אויף רוט 59

גראף » זונטאג מערץ 25, 2018 4:10 pm

· #398354
Borough Park
44th st bet 13 & 14th Ave (right off 13).

ליטוואק פון בודאפעסט » זונטאג מערץ 25, 2018 4:14 pm

· #398356
Re: בארבערשאפס
איינער וואס מאכט טריפל זערא, קען מאכען אליינס אין פראנט פון א שפיגעל. קויף א מאשינקע פאר ווייניגער ווי דרייסיג טהאלער. איך בין באלד פערציג יאר און איך האב קיינמאל נישט באצאלט א שערער אין מיין לעבען, תלי"ת. און איך מאך נישט קיין טריפל זערא.

Sent from my LG-K373 using Tapatalk

הגיון » זונטאג מערץ 25, 2018 4:50 pm

· #398360
א שפיגל איז א שווערע מעשה. אויסער די mess בלייבט מען מיט א האלב אפגעשויערענע קאפ. און אויסער אויב איינער דארף זיך נישט ספראווענען מיט א דיקע שיעור פיאות.

ליטוואק פון בודאפעסט » זונטאג מערץ 25, 2018 4:53 pm

· #398361
Re: בארבערשאפס
די בני בית קען אויך ארויס העלפען

Sent from my LG-K373 using Tapatalk

חסיד פון ליטא » זונטאג מערץ 25, 2018 8:04 pm

· #398364
Re: בארבערשאפס
ליטוואק פון בודאפעסט
די בני בית קען אויך ארויס העלפען

Sent from my LG-K373 using Tapatalk
נישט אלעמאל.

berlbalaguleh » מאנטאג מערץ 26, 2018 1:39 am

· #398390
ליטוואק פון בודאפעסט
די בני בית קען אויך ארויס העלפען

Sent from my LG-K373 using Tapatalk

ליטוואק פון בודאפעסט: מ'רעדט דאך דא פון העיליגע אידן וואס שערן זיך מיט א טריפל זיראו. מ'טאר נישט דערציילן אין ביהמ"ד אדער אין כולל. ס'ארא פנים וועט עס האבן אויב דער יונגערמאן 'עט דערציילן ווער ס'האט איהם אריינגעשניטן אין שיעור פיאות אריין...?!

חברהמאן » מאנטאג מערץ 26, 2018 12:43 pm

· #398445
אז מרעד שין פון די בני בית, איז דא א פראבלעם צי שערן די בני בית ?

berlbalaguleh » מאנטאג מערץ 26, 2018 12:46 pm

· #398447
חברהמאן: ביטע לאז די שאלה פאר דעם גרויסן חזיר און פערווערט וועלכער רופט זיך ...."אנאנים"... אין מאחורי הפרגוד. און ער קומט אייביג אויף מיט די מערסטע אייגנארטיגע חזיר'ישע שאלות. באקליידעט אין א פרומען, תמימות'דיגן לבוש...!

אונטער חכם » מאנטאג מערץ 26, 2018 1:42 pm

· #398453
Re: בארבערשאפס
גראדע בין איך אמאל געוויסע ביי א דיין אין שטוב און איינער האט אריינגערופען מיט די שאלה צו ער מעג שערן זיין ווייב, דער דיין האט זיך מיינעך צום סוף סתם ארויסגעדרייט פון ענטפערן.

ליטוואק פון בודאפעסט » מאנטאג מערץ 26, 2018 2:06 pm

· #398457
Re: בארבערשאפס
זעט זיך אויס מ׳האט געטראפען מר אנאנים. דער דיין וואס דרייט זיך אויס פון אזעלכע שאלות.

Sent from my LG-K373 using Tapatalk

קאך_לעפל » מאנטאג מערץ 26, 2018 2:14 pm

· #398459
אונטער חכם
גראדע בין איך אמאל געוויסע ביי א דיין אין שטוב און איינער האט אריינגערופען מיט די שאלה צו ער מעג שערן זיין ווייב, דער דיין האט זיך מיינעך צום סוף סתם ארויסגעדרייט פון ענטפערן.


תנו רבנן: שבעה בנים היו לה לקמחית וכולן שמשו בכהונה גדולה. אמרו לה חכמים: מה עשית שזכית לכך? - אמרה להם: מימי לא ראו קורות ביתי קלעי שערי. - אמרו לה: הרבה עשו כן, ולא הועילו.

יומא מ''ו עב:

ליטוואק פון בודאפעסט » מאנטאג מערץ 26, 2018 3:39 pm

· #398461
Re: בארבערשאפס
הייסט׳ס זי האט עס קיינמאל נישט אויפגעדעקט, אפילו צו שערען. ווייזט זיך אויס אז זי האט זיך נישט געשוירען. דאס האט גארנישט מיט מאן צו פרוי.

דער דיין דארף זוכען א צווייטע דזשאב

Sent from my LG-K373 using Tapatalk

הוגה » דינסטאג מערץ 27, 2018 12:34 am

· #398505
קאך_לעפל

תנו רבנן: שבעה בנים היו לה לקמחית וכולן שמשו בכהונה גדולה. אמרו לה חכמים: מה עשית שזכית לכך? - אמרה להם: מימי לא ראו קורות ביתי קלעי שערי. - אמרו לה: הרבה עשו כן, ולא הועילו.
יומא מ''ו עב:


גיב א קוק וואס די תוספת ישנים אויפן פלאץ זאגט. און אז מ'רעדט שוין, דאס אנצייגן אויף די מעשה פון קימחית לראיה איז אן עמראצית גדולה. קימחית האט גע'טענה'ט אז די סיבה פארוואס זי האט זוכה געווען צו זיבן קינדער כהנים גדולים (וואס כאטש זעקס פון זיי זענען אוועק יונגערהייט בחיה) איז ווייל זי האט מקפיד געווען נישט אויפצודעקן איר (לאנגע) האר. האבן די חכמים עס אוועקגעמאכט און איר געזאגט אז הרבה עשו כן ולא הועילו. חז"ל האבן זיך אויסגעלאכט פון קימחית' באבע מעשיות.


.
FB_IMG_1522124883798.jpg

בן אדם » דינסטאג מערץ 27, 2018 1:32 am

· #398512
קאך_לעפל
אונטער חכם
גראדע בין איך אמאל געוויסע ביי א דיין אין שטוב און איינער האט אריינגערופען מיט די שאלה צו ער מעג שערן זיין ווייב, דער דיין האט זיך מיינעך צום סוף סתם ארויסגעדרייט פון ענטפערן.


תנו רבנן: שבעה בנים היו לה לקמחית וכולן שמשו בכהונה גדולה. אמרו לה חכמים: מה עשית שזכית לכך? - אמרה להם: מימי לא ראו קורות ביתי קלעי שערי. - אמרו לה: הרבה עשו כן, ולא הועילו.

יומא מ''ו עב:

העי, דו אויפגעקלערטער ארוני. פארשטייסט נישט קיין שטיקל גמרא. קלעי טייטשט א שטיק געפלאכטנס, און שערי מיינט א קארב. אט דאס האבן דעמאלטס די פרויען געטראגן אויף זייער קאפ, א געפלאכטענע בעססגיט וואס האט עטוואס דערמאנט די האר זייענדיג געפלאכטן, און 'קלעי שערי' האט זיך דאס גערופן. און אויף דעם איז מען געגיינגען א טיכל ארומגעבינדן איבער דעם גאנצן קארב משום צניעותא, והדברים ידועים וברורים. איז ווען זי האט געזאגט 'מימי לא ראו קורות ביתי קלעי שערי' איז פשוט אז זי האט געמיינט די 'קלעי שערי' און נישט ח"ו די אייגענע האר וואס איז שוין לאנג געווען ארויסגעפליקט פון אלטקייט און סתם אזוי נישט איינגעפאלן אזא זאך פון עובר זיין על דת ישראל ח"ו, און דאס איז געווען די חידוש, אז אינדערהיים ווען מ'מעג יא אויפדעקן די 'קלעי שערי' האט זי עס אויך נישט געטון און פארדעם האט זי זוכה געווען צו זיבן זון כהנים גדולים.

חג כשר ושמח