ישיבת כוכבי אור - בערי וועבער
46 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #12184
ישיבת כוכבי אור - בערי וועבער
היינט ווען אינז האבן שוין זינגערס וואס זענען געווארן רבנים מיט בתי מדרשים איז שוין נישט אזוי שווער צו ווערן א זינגער א ראש ישיבה.
מ'רעדט דא פון דער באקאנטע לעבעדיגע זינגער בערי וועבער וואס האט געעפנט א ישיבה א צייט צוריק אין לעצטענס האט זיך עס אביסל מער פארברייטערט אין ס'איז אין פלאן צו ווערן נאך גרעסער.
אנגעהויבן האט זיך עס ווען בערי האט געטראפן אפאר בחורים וואס דרייען זיך אויף די גאסן אין ווערן משוגה פון די טאג אין ער האט מחליט געווען אז ער גייט זיי העלפען אביסל אין געבן א סיפוק החיים, היינט האלט עס אז בערי איז געווארן די אפיציעלע ראש ישיבה פון ישיבת כוכבי אור אין מאנסי אין אינטער עם זענען דא א שטאב פון פיינע מגידי שיעור אין פראפעשינעלס.
מיט אזא ראש ישיבה איז דאך פשוט אז די ישיבה צייכנט זיך אוואדאי אויס אין אינטערטעימענט, מ'געבט אריין א געשמאק אין א לעבעדיגקייט אין די בחורים מ'ברענגט כסדר אינטערסאנטע רעדנערס אין אלע סארט ענינים אין פארשטייט זיך מברענגט כסדר זינגערס אויף שיינע קומזיצן, יעדן טאג דאווענט מען שחרית צוזאמען מיט בערי אין יואלי לעבעוויטש וואס ס'קימען כסדר ארויס שיינע קליפס פון די לעבעדיגע דאווענען ווער רעדט נאך פון ראש חודש, די ראש ישיבה בערי געבט א שיעור הלכה יעדן טאג נאכן דאווענען.
בקיצור א געשמאקע ישיבה פאר בחורים וואס זענען נישט אין קיין ישיבה אין וואלטן זיך געדרייט אויף די גאסן ווען נישט בערי אין זיינע מיטארבעטערס גיטע הארץ.
איין זאך וואס איך קען צוענדיגן מיט איז: ווי איז דאס געווען אין אינזער צייטן??
כה לחי בערי קיפ איט אפ!
דא האט איר א ווידיא ווי די ראש ישיבה בערי רעדט אביסל וועגן די ישיבה אין לאדענט יעדעם וואס האט נישט קיין ישיבה זיך איינצושרייבן.
פאר מער אינפערמאציע וועגן די ישיבה אין זיך איינצושרייבן קען מען רופן 845-662-1580
https://m.youtube.com/watch?v=jhUsOk3wI ... e=youtu.be
אלכסנדר האט שוין פין לאנג א זינגער א ראש ישיבה.
אישתישביאלכסנדר האט שוין פין לאנג א זינגער א ראש ישיבה.
קענסט דאך זאגן אז יואלי ראטה איז א זינגער
אישתישביאלכסנדר האט שוין פין לאנג א זינגער א ראש ישיבה.
ער איז א תקנות זינגער
אישתישביאלכסנדר האט שוין פין לאנג א זינגער א ראש ישיבה.
נעה א שוואכע זינגער
איך קען נישט פונקטליך די פרטים מיין עיקר אינפערמאציע איז פון די קליפס וואס איך זעה כסדר, שכח פארן צולייגן די דעטאלן.
עלטערן צאלן שכר לימוד?
יונתן יאזשעף מה טיבו? וואס איז די מעשה מיט עים? חוץ וואס ער איז א שפילער און א קאזין מיט יואלי ראטה וואס נאך קען ער?
קאצקע ציקעריונתן יאזשעף מה טיבו? וואס איז די מעשה מיט עים? חוץ וואס ער איז א שפילער און א קאזין מיט יואלי ראטה וואס נאך קען ער?
ער איז א מגיד שיעור אין ישיבה.
טאקע א הערליכע זאך אזא טאלאנטפולער און געלונגענער יונגערמאן זאל זיך אריינלייגן אין אזאנא עבודת הקודש, ר' שמואל בער כמותך ירבו בישראל! זאלסט האבן אסאך הצלחה און אפגעהיטן ווערן פון אלע סארט פראבלעמען נאר זעהן גוטע פירות מיט מזל און גליק מיט נחת פון די קינדער און תלמידים
הרב מנחם באמבאך איז געקומען געבן א שיעור אין ישיבה.
די ראשי ישיבות אין א שמועס און קוקן אויף די ענגלישע ביכער וואס מ'לערנט אין ישיבה
📎 DfAYjqWU0AIjV6u.jpg 📎 De9SsKRU8AAv40V.jpg
אמור לי מי חברך ואומר לך מי אתה
סיום מסכת ברכות לעצטע וואך דאנערשטאג נאכט
📎 DfDjGteVQAIisj1.jpg
מוראדיג
חנוכת הבית און סיום מסכת אין ישיבת כוכבי אור
http://theahblick.com/?p=155390
מצפה לישועהאמור לי מי חברך ואומר לך מי אתה
מצפה לישועה: דו מיינסט גוטס אדער שלעכטס...?!
בן ישיחנוכת הבית און סיום מסכת אין ישיבת כוכבי אור
http://theahblick.com/?p=155390
בן ישי: ייש"כ. נאר ווען איינער א ידען (אזוי ווי דו, למשל) וואלט צוגעגעבן א שטיקל ביאור איבער די נעמען און פאזיציעס פון די אלע חשוב'ע פערזענליכקייטן וועלכע האבן אנטייל גענומען אין ד געהויבענע מסיבה. פאר אזעלכע עמי הארצים, אזוי ווי איך. וואס קען נישט קיינעם אויף די פיקטשערס חוץ ר' בערל וועבער שליט"א. וואלט דאס א סאך צוגעגעבן צו די וויכטיגקייט פון די מאורע...!
אישתישביאלכסנדר האט שוין פין לאנג א זינגער א ראש ישיבה.
דאס איז א גוטע שטיק ליצנות. ווייל אט די ..."זינגערס" זענען בכלל נישט פון צווישן די טייערע אידן די מצדיקי הרבים אזוי ווי ר' יואל'י ראטה, אדער ר' בערי וועבער שליט"א. און נאך עטליכע צדיקים יסודי עולם, וועלכע האבן דערהערט דעם וויי געשריי פון די אידישע קינדער. את נאקת בני ישראל. וואס די פאלשע ראשי ישיבות טוען אפ אין נאמען פן די תורה, רח"ל. כי מה שהם דורשים, לכבוד עצמם דורשים...!
מזל טוב
היינט קומט פאר אין מאנרא די ערשטע תנאים פון א תלמיד פון ישיבת כוכבי אור.
הבחור י.פ. וועלכע לערנט שוין א שטיק צייט אין ישיבה ווי ער האט אויך געדינט אלץ פאטאגראפירער פון ישיבה איז פאריגע וואך א חתן געווארן מיט א חשובע מיידל פון מאנרא, און היינט גייט פארקומען די תנאים.
אויף שמחות ווייטער געזונטערהייט.
סיום הש"ס אין ישיבת כוכבי אור בהשתתפות ר' יואל ראטה שליט"א
http://www.breslevcenter.com/news/סיום-השס-ישיבת-כוכבי-אור-מאנסי
ווייל אזויהיינט קומט פאר אין מאנרא די ערשטע תנאים פון א תלמיד פון ישיבת כוכבי אור.
הבחור י.פ. וועלכע לערנט שוין א שטיק צייט אין ישיבה ווי ער האט אויך געדינט אלץ פאטאגראפירער פון ישיבה איז פאריגע וואך א חתן געווארן מיט א חשובע מיידל פון מאנרא, און היינט גייט פארקומען די תנאים.
אויף שמחות ווייטער געזונטערהייט.
לעצטע וואך איז פארגעקומען די חתונה בשעה טובה ומצלחת
הלל היינט מיט יואלי לעבאוויטש און בערי וועבער מיט די ישיבה
https://www.instagram.com/theyoel/
https://youtu.be/4es9r4OGSg8
ווי זענען די רבנים מיט אן איסור?
זיי זענען צו דאמב (דום) צו פארשטיין און עפרישיעיטן דעם עמקות און די געוואלדיגע אויפטוה פון אט די ישיבה. און די יונגעלייט די כוכבי אור. די מזכי הרבים וועלכע געבן זיך אמת'דיג אפ מיט די טייערע תלמידים. כזוהר הרקיע מזהירים...! אויך. זיי זענען ביזי מיט ארויסגעבן די דוממע, נארישע און צוועקלאזע איסורים. אויף אלץ און אלעמען. ווען זייער ריעל עסטעיט און השגחה ביזנעס איז סלאו...!
ישיבת כוכבי אור גרייט זיך אויף א ערשטמאליגע טשערידי קאמפיין די וואך מיטוואך און דאנערשטאג.
https://www.charidy.com/ko
📎 Screenshot_20201130-001322_WhatsApp.jpg 📎 Screenshot_20201130-001306_WhatsApp.jpg

📎 Screenshot_20201129-193201_Instagram.jpg 📎 Screenshot_20201129-193243_Instagram.jpg

📎 Screenshot_20201130-191847_WhatsApp.jpg
בערי וועבער הייסט ראש הישיבה?
חיים יואלבערי וועבער הייסט ראש הישיבה?
יא

📎 Screenshot_20201202-014836_Instagram.jpg 📎 Screenshot_20201202-014900_Instagram.jpg 📎 Screenshot_20201202-014852_Instagram.jpg
די קאמפיין איז לייוו.
https://www.charidy.com/ko

📎 Screenshot_20201202-192109_WhatsApp.jpg 📎 Screenshot_20201202-192102_WhatsApp.jpg

📎 Screenshot_20201202-213747_Instagram.jpg 📎 Screenshot_20201202-213642_Instagram.jpg
נתקבל!
📎 Screenshot_20201202-214620_WhatsApp.jpg
נייע ניגון לכבוד די קאמפיין וועט ערשיינען מארגן בעזהשי"ת
📎 Screenshot_20201203-011131_WhatsApp.jpg
אין אנדערע נייעס האב איך געהערט אז ריהענע מיט גאגא גרינדן א אוניווערזיטעט..
קוק אהער, אז דער לאולייף קליפה הידוע איז געווען א 'רב', אז יואלי ראטה שרייבט בריוו פאר און מוסר'ט אויס 'כלל ישראל' קען בערי אויך זיין א 'ראש ישיבה'.
כמאמר הכתוב It's a free country.
בן ישינייע ניגון לכבוד די קאמפיין וועט ערשיינען מארגן בעזהשי"ת
https://youtu.be/SM-bMkW7jjA
Re: ישיבת כוכבי אור - בערי וועבער
שוין ערשינען, זייער גוט!
אמאל האט מען פראבירט צו האלטען שוואכע בחורים און ישיבות, היינט פראבירט מען צוהאלטען שוואכע אינגעלייט און ראש ישיבות
(סאיז נאר א ווערטעל. ר' בערי איז א טייערע אינגערמאן, טאקע נישט אויף מיין נוסח, אבער מיינ'ס א טייערע נאנטע חבר).
https://youtu.be/ZVjxJYUcDsc
קאצקע ציקערhttps://youtu.be/ZVjxJYUcDsc
כ׳האב אויסגעהערט אפאר מינוט אינמיטן, זיין פשט אין די מים המאררים איז זייער שיין, כ׳בין נייגעריג צו ס׳איז זיין אייגענס צו ער נעמט עס פון ערגעץ.
Re: ישיבת כוכבי אור - בערי וועבער
און די פשט אין תורה של בעל פה איז אויך נישט אוועקצומאכן
Sent from my SM-G930W8 using Tapatalk