☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » תורה ודעת » קונסט » פילם'ס איבער די צווייטע וועלט מלחמה

פילם'ס איבער די צווייטע וועלט מלחמה

120 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #1217
בלאט: 1 2 3

בוטן » דאנערשטאג יולי 30, 2020 2:29 pm

· #455553
קוקענדיג די היסטאריע און חלק פון נאצישע דאקטורים און זייערע מיטארבייטער, זעה איך נישט די אונטערשייד ביז 'מיימאנעדיס שפיטאל' ובדומה להם, אין די קריזיס פון קאוויד ניינצן.

בוטן » דאנערשטאג יולי 30, 2020 5:28 pm

· #455566
https://www.youtube.com/watch?v=gtnrvP5u3cQ
א אינטערעסאנטע און געלונגענע פילם - מיט א טוויסט

פאליטיקאנט » דאנערשטאג יולי 30, 2020 6:40 pm

· #455572
Re: פילם'ס איבער די צווייטע וועלט מלחמה
בוטן
קוקענדיג די היסטאריע און חלק פון נאצישע דאקטורים און זייערע מיטארבייטער, זעה איך נישט די אונטערשייד ביז 'מיימאנעדיס שפיטאל' ובדומה להם, אין די קריזיס פון קאוויד ניינצן.
אהא, כ'האב מיך טאקע געוואונדערט צו וועם מ'דארף צוגלייכן מיימאנידיס, צו כמעלניצקי אדער די נאציס, שכוח פארן אנטשיידן.

בוטן » דאנערשטאג יולי 30, 2020 6:58 pm

· #455575
פאליטיקאנט
בוטן
קוקענדיג די היסטאריע און חלק פון נאצישע דאקטורים און זייערע מיטארבייטער, זעה איך נישט די אונטערשייד ביז 'מיימאנעדיס שפיטאל' ובדומה להם, אין די קריזיס פון קאוויד ניינצן.
אהא, כ'האב מיך טאקע געוואונדערט צו וועם מ'דארף צוגלייכן מיימאנידיס, צו כמעלניצקי אדער די נאציס, שכוח פארן אנטשיידן.

כ'ווייס נישט צו דו ביסט סארקאסטיש, אבער די אונטערשייד פון כאמילנעצקי און די נאצי קראנקע-שוועסטער אין די לאגערן און אין דיייטשלאנד, ביים הונריכטן גייסטיש קראנקע צום טויט. איז אז כאמילנעצקי האט קיין פראגע געהאט צו ער זאל הארגענען מטעם לאגיק.
די נאצי שיטה איז געווען כלומרשט א חסד פאר די מענטשהייט, אז לעבן פאר'ן פאלק מיט שוואכע מענטשהייט איז נישט גוט - לשטיתם הפראית. ווידער הארגענען ווי מ'רופט עס א המתת חסד, א גרינגע טויט, ווייל דער קראנקער איז שוין אלט, שוואך, האט נישט קיין אויסזיכט - לויט די מעדיקל שכל - און וועט ממילא נישט לעבן מער ווי אכציג יאר... און מ'פלאגט אויס דעם מאשין, צו מ'לאזט עהם הונגערן צו טויט, צו גלייך דערווערגן מיט שטילע וועגן...
יעצט זעסטו שוין די גזירה שווה?

פאליטיקאנט » דאנערשטאג יולי 30, 2020 7:09 pm

· #455578
Re: פילם'ס איבער די צווייטע וועלט מלחמה
און דו האלטסט אז זיי האבן געהארגעט אידן אלס אלס חסד, ווייל זיי האט באמת געגלייבט אין דעם אידעאלאגיע?

בוטן » דאנערשטאג יולי 30, 2020 7:28 pm

· #455581
פאליטיקאנט
און דו האלטסט אז זיי האבן געהארגעט אידן אלס אלס חסד, ווייל זיי האט באמת געגלייבט אין דעם אידעאלאגיע?

דו דארפסט וואטשן די דאקומענטאריס פון די האלאקוסט, אינעם אפטיילונג פון מענגעלע'ס העלפערס, וועסטו זען אז יא, זיי האבן געהאט דעם אידעאלאגיע פאר די אויגן

קאצקע ציקער » דאנערשטאג יולי 30, 2020 7:54 pm

· #455585
אז מען רעדט שוין איז אינטערסאנט צו באמערקן די אמת איז עס דארף א עקסטערע אשכול אבער די שפאנישע אינקוויזיציע איז אויך געלאפן אויף דעי איאדאליגיע פון חסד זיי האבן פשוט רחמנות געהאט אויף די כופרים זיי זאלן נישט ברענען אין העלל

berlbalaguleh » פרייטאג יולי 31, 2020 8:43 am

· #455601
בוטן
פאליטיקאנט
און דו האלטסט אז זיי האבן געהארגעט אידן אלס אלס חסד, ווייל זיי האט באמת געגלייבט אין דעם אידעאלאגיע?

דו דארפסט וואטשן די דאקומענטאריס פון די האלאקוסט, אינעם אפטיילונג פון מענגעלע'ס העלפערס, וועסטו זען אז יא, זיי האבן געהאט דעם אידעאלאגיע פאר די אויגן

בוטן: ס'ווענדט זיך וועלכער פון די העלפערס. די אידישע דאקטוירים און קראנקן שוועסטער וועלכע האבן אדורכגעפיהרט די עקספערימענטן אויף זייערע אידישע קרבנות זענען געצווינגען געווארן דאס צו טון. און די נאצישע העלפערס האבן עס געטון אלס שנאה און פאראכטונג פון דעם אידישן פאלק. זיי האבן נאר גענוצט די אידעאלאגיע אלס איינס פון די תירוצים. אזוי ווי מענגעלע אליין...!

טאמבל סאס » פרייטאג יולי 31, 2020 1:03 pm

· #455611
Shoah by Claud Lanzmann

בוטן » פרייטאג יולי 31, 2020 3:54 pm

· #455647
berlbalaguleh
בוטן
פאליטיקאנט
און דו האלטסט אז זיי האבן געהארגעט אידן אלס אלס חסד, ווייל זיי האט באמת געגלייבט אין דעם אידעאלאגיע?

דו דארפסט וואטשן די דאקומענטאריס פון די האלאקוסט, אינעם אפטיילונג פון מענגעלע'ס העלפערס, וועסטו זען אז יא, זיי האבן געהאט דעם אידעאלאגיע פאר די אויגן

בוטן: ס'ווענדט זיך וועלכער פון די העלפערס. די אידישע דאקטוירים און קראנקן שוועסטער וועלכע האבן אדורכגעפיהרט די עקספערימענטן אויף זייערע אידישע קרבנות זענען געצווינגען געווארן דאס צו טון. און די נאצישע העלפערס האבן עס געטון אלס שנאה און פאראכטונג פון דעם אידישן פאלק. זיי האבן נאר גענוצט די אידעאלאגיע אלס איינס פון די תירוצים. אזוי ווי מענגעלע אליין...!

אין הכי נמי, כ'זאג נאר וועלכע פארב זיי האבן גענוצט

berlbalaguleh » זונטאג אוגוסט 2, 2020 3:41 pm

· #455740
גלות יוד
דא האט עטס די באוויסטע מאווי פון די צוויי אידן רודולף וורבע און אלפרעד וועצלער ווי אזוי זיי האבן זיך ארויסגעשמוגלט פון אוישוויץ און זיי האבן למעשה געברענגט צו די וועלט די אינפארמאציע וועגן די געפערליכע טהאטן פון די דייטשן ימ"ש ס'איז זייער אינטרעסאנט http://www.pbs.org/wnet/secrets/episode ... schwitz/8/

איך האב געליינט דעם בוך פון רודאלף וורבא. נאר ס'איז נישט קיין דאקומענטארי. ענדערש א נאוועל. (אפשר , בעיסד אן פאקט.). רודאלף וורבא איז א גרויסער ליגנער. און ער שניידט צו פאקטן אז זיי זאללן שטימען מיט זיין אגענדא.

למשל. ער ברענגט דארט אין זיין בוך אז בשכר זאת וואס ער האט נישט ארויסגעגעבן דעם נאמען פון דעם קאפא וואס האט איהם געגעבן די רענצל מיט די ווערדפולע סחורה צו שמוגלען צו די אנדערע זייט פון בילדינג. און ער האט זיך געלאזט שמייסן מיט גרויס אכזריות דורך די 2 נאצי אויפזעהערס, האט איהם דער קאפא פארשאפט א גרינגע ארבעט. צו זיין א רעגיסטראר. און ער האטציך געקענט ארומדרייען א גאנצן טאג אן אפגעבן דין וחשבון וואס ער טוט.

אויך אנדערע טיילן פון זיין באשרייבונג שלא יאות להעלות אותם על הכתב זענען אומגלויבליך. אז די נאציס האבן דאס אלעס צוגעלאזט. נאר ער שרייבט אזוי...!

לאמיר זאגן » זונטאג אוגוסט 2, 2020 5:51 pm

· #455759
פאר א שטיק צייט צוריק האב איך געזען די פילם וואס לויפט אין א שיינע פאר סעריעס, די ערשטע חלק דערפון הייסט the winds of war און די צווייטע חלק הייסט war and remembrance. איך נאך אזא פילם אין מין לעבן נישט געזען, אזוי ארגינעל, אזוי רירנד אזוי דראמאטיש און שרעקעדיג. עס קאווערט יעדן אספעקט פון די האלוקאסט, די לאגערן, די קריג זעלבסט, סיי פון די אליאירטע זייט און סיי פון די דייטשע זייט, די אסאסינעישן אויף היטלער און פיל נאך, און אין צוגאב פארט עס נאך מיט א מעשה אויך. מעכטיג!

די מעין חידוש פון די פילם איז וויפיל פלייש זיי האבן.
ליטערלי הונדערטער מענטש עקטן דארט, ווען זיי מאכן א נאצי מיליטערישער מארש איז עס נישט א אלטע ווידיאו אראפגעכאפט פון די זייערע מארשן, אזוי ווי אין רוב פילמ'ס. נאר עס איז לייוו, הונדערטער סאלדאטן שטייען אויסגע'שורה לייוו און אזוי ווייטער אין די לאגערן און ביי די מלחמה זעלבסט וכן הלאה במשך דעם גאנצן פילם.

קאצקע ציקער » זונטאג אוגוסט 2, 2020 8:23 pm

· #455792
בעל רגש
https://www.imdb.com/title/tt3704050/
remember
די אטעם פארכאפנדע געשיכטע פון זאב, א האלאקאסט איבערלעבער, וואס נאך זיין ווייבס טויט, מאכט ער זיין לעבנס מיסיע צו אפגעפונען און נקמה נעמען פונעם נאצי מערדער וואס האט ערמארדעט זיין פאמיליע ביים קריג,
די געשיכטע פירט אויף א עמאציאנאלער ראולער קאוסטער, ביז צום שאקירענדער אומגלויבליכער ענדע וואס דרייט ארום דעם גאנצן בילד, און לאזט דעם צוקוקער מיט אומפארענדיגטע געפיהלן און מחשבות פון ברענעדיגע נקמה הרגשים צו די פארשאלטענע רשעים.
הויעך רעקאמענדירט.

סטופיד מעשה פארוואס זאל א נאצי אפעציר האבן די ענערדזי פון ג'יין הארגענען אנדערער נאצי אפיצירן

טאמבל סאס » מאנטאג אוגוסט 3, 2020 2:50 am

· #455824
Re: פילם'ס איבער די צווייטע וועלט מלחמה
טאמבל סאס
Shoah by Claud Lanzmann
https://youtu.be/_n7_gSUVCwc

Sent from my SM-G950F using Tapatalk

קאצקע ציקער » מאנטאג אוגוסט 3, 2020 5:18 am

· #455825
קאנצעפט
נס קאווע
ס'דא א פילם דער אונטערגאנג ס' איז אין דויטש איינער האט עס איבער געזעצט פון אינטן אויף ענגליש נארמאל האבעך עס נישט אזוי ליעב אבער אזויווי ס'פערטל ענדליך צו יודיש גייט עס מיט, ס' פון היטלער אין בונקער די לעצטע שטיק צייט

דער פילם איז געווען די שפילצייג פון אלע לצים אויף יו-טוב וואס האבן אונטערגעשלאגן די ווערטער אויף ענגליש אויפ'ן סקרין ביים סצענע וואו היטלער שרייט און שימפט, האבן די לצים געלייגט ווי ער רעגט זיך אויף יעדע צווייטע זאך... איין טאג אויף גוגל און איין טאג אויף פעיסבוק, און לעצטנס אויף לעידי גאגא...

די פילם'ס ארויסגעבער האלטן אינאיין ארייגעבן קאמפלעינטס צו יו טוב זיי זאלן עס אראפנעמען צוליב קאפירייט פארלעצונגען...

אט זעט איינס ווי ער רעגט זיך ווען ער ווערט געוואויר אז טשאק נאריס קומט אט אט... (כ'גלייב נישט ס'וועט מאריך ימים זיין אוי יו טוב...)
http://www.youtube.com/watch?v=ZrHmcpRA ... re=related

https://youtu.be/m5R0UHGh8vA

היטלער ימ"ש האט קאראנא

טאמבל סאס » מאנטאג אוגוסט 31, 2020 5:26 am

· #458009
Re: פילם'ס איבער די צווייטע וועלט מלחמה
Einzatzgruppen series אויף נעטפליקס.

Escape from sobibor 2018, און 1987.
כאטש 2018 איז מער מאדערן און דראמאטיש איז 1987 מער רעאליסטיש.
דא קענמען זעהן אינטערוויאוס מיט די סורווייווערס. https://www.sobiborinterviews.nl/en/search-interviews
נאכער איז דא די מאווי קאנספירעסי, איבער די Wannsee conference. אויכעט זייער גוט.

Sent from my SM-G950F using Tapatalk

נײגעריגער » זונטאג סעפטעמבער 6, 2020 11:58 pm

· #458382
איך אויך

אויך קענט איר ליינען The House of Dolls פונעם באקאנטן מחבר קא-צעטניק (אויך זיין בוך Piepel פאר די מענערישע גירסה) אבער דאס איז שוין אביסעל קאנטרעוועסעל ווייל עס מישט פאקט מיט פיקציע.

דא קען מען ליינען דאס בוך אין יודיש, דאס הויז פון די ליאַלקעס: https://www.yiddishbookcenter.org/colle ... di-lyalkes

שאול'ס זוהן, Saul fia, אן אונגערישער פילם איבער אַ זאָנדער-קאָמאנדאו אין אוישװיץ װאס זעהט זיין אייגן זוהן צװישן די הרוגים און זוכט א רב װאס זאל זאגן קדיש, זייער דראמאטיש https://yi.wikipedia.org/wiki/%D7%A9%D7 ... 7%94%D7%9F
געװינען אן אַסקער און עגל הזהב 2015

(Inglourious Basterds (2009
https://www.youtube.com/watch?v=kaVhtfVoyg4

א פיקטיװער פילם איבער נקמה אין די נאציס
דירעקטירט דורך קװענטין טאראנטינאָו, בּרעד פּיט און קריסטאָף װאָלץ אין די הויפּט ראלעס

שמן למאור » זונטאג אוגוסט 7, 2022 1:00 pm

· #505901
א טעלעגראם קאנאל, אראפצולאדענען פילמס איבער די צווייטע וועלט מלחמה בחינם.
https://t.me/bestww2movies1000

יעקב פאטאש » דאנערשטאג יולי 27, 2023 2:33 am

· #532354
סלינקי
דאקומענטעריס
'AUSHWITZ: THE NAZIS AND THE 'FINAL SOLUTION
די געשיכטע פון ​​די 'פיינעל סאלושען' עפאכע פון די האליקאוסט, איבערהויפט פון די מערסטע טרויעריג באקאנטע טויט לאגער, אוישוויץ. (6 חלקים)

EINSATZGRUPPEN: THE NAZI DEATH SQUADS

א זעלטענע דורכבליק אין די ראלע פון ​​די טויט סקוואדס באקאנט אלס "איינזעצגרופן", נאציס וועלכע זענען פאראנטווארטליך אויף די מאסן מערדער פון אידן, ציגיינער און רוסישער ארעסטאנטן דורך שיסן, איידער די קאנצעטראציע לאגערן זענען געווארן די אפיציעלע מיטל פאר די הרוגות. (4 חלקים)

NUREMBERG: NAZIS ON TRIAL
היינטיגע אינטערוויוס, סצענעס פון די ארכיוון און דראמאטיש איבערגעשפילט, די סעריע דערציילט די געשענישן פון די נורעמבערג טרייעלס און די פראפייל פון דריי הויפט נאציס. (3 חלקים)

STEAL A PENCIL FOR ME
א ציענדע ראמאנטישע דאקיומענטערי פילם דורך אקאדעמי אווארד נאמאני מישעל אהייאן, אן עכטע געשיכטע איבער א פארפאלק וואס האבן זיך פארליבט בשעת'ן שמאכטן אין לאגער און צוזאמען האבן זיי איבערגעלעבט די גיהנום. עס ברענגט ארויס די כוח פון ליבע און די מעגליכקייט פון דאס מענטשליכע מין צו איבערקומען אומגעהויערע פּיין און ווייטאג.

THE SEVEN DWARFS OF AUSCHWITZ
א פאמיליע פון זיבן אידישע קארליקעס וואס האבן געלעבט אונטער די נאצי הערשאפט. וואס עס געשעט ווען זיי ווערן אנדעקט דערגרייכט אסאך ווייטער ווי מ'קען זיך נאר פארשטעלן. אקטיאר ווארוויק דייוויס דערציילט די געשיכטע פון ​​די אָוויץ משפחה, אַ גרופע פון ​​זיבן אינטערהאלטערס וואס זענען געווארן פארכאפט און, עווענטועל, גיני פּיגס צו די נאצי'ס מלאך המות דר. דזשאסעף מענגעלע ימש"ו און זיינע פינסטערע אבסעסיעס. ווארוויק'ס עקספאדיציע נעמט אונז צו מזרח אייראפע און פארשט אויס זייער מערקווירדיגע, אינספירירענדע געשיכטע פון ​​מענטשליכע שטארקייט.

NAZI CONCENTRATION CAMPS
שוידערליכע סצענעס פון די נאצי קאנצענטראציע לאגערן באלד נאכן באפרייען, באשטייט בעיקר פון הויפענעס טויטע קערפער הי"ד און לעבעדיגע סקעלעטענס. פרעזענטירט געווארן אלס עדות אין די נורעמבערג טרייעל.

THE LAST NAZIS
דאקומענטירט פארבליבענע לעבעדיגע מלחמה קרימינאלן, אולי די לעצטע געלעגנהייט צו רעדן צו די מענטשן און אויפדעקן די אימפאקט זייער עקזיסטאנץ האט געהאט אויף אנדערע.
מאוויס THE BOY IN THE STRIPED PAJAMAS
די חורבן דורך א אומשולדיג קינד'ס אויגן. א אכט יעריגער דייטשע אינגל באקענט זיך מיט א קינד וועלכער לעבט אויף די אנדערע זייט פון דעם צוים נישט וויסנדיג אז ער איז א אידישער ארעסטאנט. כנ"ל.

NAKED AMONG WOLVES
א פילם באזירט אויף אן אמת'ע געשיכטע פון ​​א פאר'יתומ'טע בעיבי וואס ווערט אריינגעשווערצט אין בוכענוואלד קאנצעטראציע לאגער און די השתדלות פון די ארעסטאנטן אים צו באשיצן פון ווערן אויפגעדעקט ווען די לאגער'ס נאצי וועכטער ווערט געוואר פון זיין אנוועזנהייט.

WINTER IN WARTIME
דערציילונג וועגן א בחור אין נאצי-אקופירט האלאנד וואס ווערט געפריווט מיט פאמיליע לויאליטעט, ווייטאגליכע בחירות צווישן סעיפטי און קוראזש, און די ביטערע מציאות פון מלחמה.

SCHINDLER'S LIST
איינער פון די היסטאריש וויכטיגסטעע פילמען אמאל ארויס געגעבן, סטיווען ספילבערג'ס שינדלער'ס ליסט איז א מאכטפולע געשיכטע וועמענס לעקציעס פון מוט און אמונה זעצן פאר צו באגייסטערן דורות. געווינער פון זיבן אקאדעמי אווארדס כולל בעסטער בילד און בעסטער דירעקטאר, די אומגלויבליכע אמת'ע מעשה פאלגט נאך דעם עניגמאטישער אסקאר שינדלער (ליאם נעסאן), וועלכער האט געראטעוועט די לעבן פון מער ווי 1,100 אידן בשעת דעם חורבן. עס איז די נצחון פון איין מענטש וואס האט געמאכט א דיפערענץ און די דראמע פון ​​יענע וואס האבן איבערגעלעבט איינע פון די טונקעלסטע קאפיטלען אין מענטשליכע היסטאריע דורך זיינע פעולות.

RIPHAGEN: THE UNTOUCHABLE
א העכסט געקוקטער טריללער פון נידערלאנד וועגן אַ ברייט-באקאנטער האלאנדישער פאררעטער וואס האט געהאלפן די נאציס צוזאמברענגן אידן פון באהעלטעניש צו גנב'נען זייערע נכסים און איז פאראנטווארטליך אויף הונדערטער אומגעקומענע נפשות. א יוניק געשיכטע איבער די סארט צוזאמארבעט וואס האט געמאכט נאצי אקופאציעס אזוי סוקסעספול אין אייראפעאישע לענדער.

RUN BOY RUN
אן אכט יעריג אידיש אינגל אנטלויפט פון די ווארשע געטע און באהאלט זיך אויס צווישן די ביימער וואו ער נעמט אויסערגענליכע שריט צו איבערלעבן.

MASTERPIECE CLASSIC: THE DIARY OF ANNE FRANK
אין א צייט פון פיינטשאפט, גייט א פאמיליע אריין אין באהעלטעניש. ס'פארהאן א גייסט וואס מ'קען נישט צעברעכן. ס'פארהאן א קול וואס מ'קען נישט דערשטיקן. באזירט אויף די טאגבוך פון א אידיש מיידל.
ישר כוח @סלינקי פארן צאמשטעלען די ליסט.
איך האב יעצט גענדיגט וואטשען
THE BOY IN THE STRIPED PAJAMAS
לפי ענית דעתי האט עס גארנישט מיט אינזער חורבן.
עס איז א שיינע מאווי וועגן א דייטשע נאַיווע אינגעל וואס האט זיך באפריינדעט מיט א אידישע אינגעל.

יעקב פאטאש » דאנערשטאג יולי 27, 2023 1:53 pm

· #532370
גלות יוד
דא האט עטס די באוויסטע מאווי פון די צוויי אידן רודולף וורבע און אלפרעד וועצלער ווי אזוי זיי האבן זיך ארויסגעשמוגלט פון אוישוויץ און זיי האבן למעשה געברענגט צו די וועלט די אינפארמאציע וועגן די געפערליכע טהאטן פון די דייטשן ימ"ש ס'איז זייער אינטרעסאנט http://www.pbs.org/wnet/secrets/episodes/escape-from-auschwitz/8/
ווי קען איך עס טרעפן אויף טעלעגראם?
בלאט: 1 2 3