☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » תורה ודעת » תורה און מחשבה » גבורת ה' למהר"ל

גבורת ה' למהר"ל

6 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #12160

יעקב מענטש » מיטוואך מערץ 7, 2018 5:00 pm

· #397000
גבורת ה' למהר"ל
איך האב א שטארקע תשוקה צו 'קענען' דעם ספר, איך האב שוין דורכגעלערנט רוב, אבער די הקדמה שניה האב איך קיינמאל נישט פארשטאנען, צוליב געוויסע מושגים וואס ער דערמאנט דארט וואס זענען פרעמד פאר מיר.

איינער קען מיר מסביר זיין שיטת הרלב"ג, און אויב מעגליך צוצייכענען א מקור.

בתודה למפרע

berlbalaguleh » דאנערשטאג מערץ 8, 2018 2:35 am

· #397070
לכב' הרב החשוב ר' יעקב מענטש שליט"א. איך מיין אז דער ספר הייסט ..."גבורות ה'"...בלשון רבים. מיט א ווא"וו...!

Gimpel » דאנערשטאג מערץ 8, 2018 3:56 am

· #397084
רלב"ג
עיין בספר הברית בענין ספרי רלבג שהלך בדרכי פילוסופיה ותברח מספריו יותר מאש

רביה''ק זי''ע » דאנערשטאג מערץ 8, 2018 3:59 am

· #397086
Gimpel
עיין בספר הברית בענין ספרי רלבג שהלך בדרכי פילוסופיה ותברח מספריו יותר מאש

עיין בספר ... בענין ספר הברית שהלך בדרכי ... ותברח מספריו יותר מאש

ליטוואק פון בודאפעסט » דאנערשטאג מערץ 8, 2018 8:35 am

· #397094
Re: גבורת ה' למהר"ל
איך ווייס נישט ווי דער רלב"ג איז, אבער לגבי די נקודה פון דער חילוק צווישען א נס דורך תפלה אדער אן תפלה, קוק אין די לעצטע רמב"ן על התורה.

עס איז דא א דרוק פון מהר"ל פון מכון ירושלים וואס מ׳האט שטארק באארבעט. אפשר קוק דארט.

Sent from my LG-K373 using Tapatalk

ליטוואק פון בודאפעסט » דאנערשטאג מערץ 8, 2018 10:48 am

· #397102
עס איז מיר יעצט ענדליך געלונגען צו נוצען דער אוצר החכמה וואס איז אומזיסט פאר דער וואס האט א קאנטע אין זייער פארום, און דארט האב איך געקוקט אין דער מכון ירושלים דרוק פון גבורות ה', מיט דער פירוש פון הרב יהושע הרטמן, וואס הייסט דער וועלטס מומחה אין מהר"ל. דער מראה מקום פון דער רלב"ג, לויט איהם, איז מלחמת ה' מאמר ו' ח"ב פ"ט, קוק דא