☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » תורה ודעת » היסטאריע » חסידישע פאקטן

חסידישע פאקטן

57 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #12151
בלאט: 1 2

berlbalaguleh » דאנערשטאג מערץ 1, 2018 12:38 pm

· #396663
שבת אחים
ביבער
אז רבי שלוימעלע באבאווער פלעגט ארויסגיין מיט מיידלעך און גיין אין טעאטערס. נקודה.


כהאב אמאל געהערט אז הרה״ק ר׳ חיים מאירל וויזניצער זצ״ל האט אים געשריבן א לאנגע מוסר בריוו נאך די מלחמה אז ער זאל אננעמען רביסטיווע אזויווי זיינע עלטערן. ער האט זיך פאר א קורצע צייט געדרייט אין בוקארעסט ביי די קריג און זיך אויסבאהאלטן צוזאמען מיט אמרי חיים און זיין משפחה און דארט האבן זיך באקאנט געמאכט. שפעטער נאכן קריג האט ר׳ חיים מאירל געהערט אז ער דרייט זיך מיט א הונט אויף די גאס האט ער אים געשריבן די לאנגע בריוו ווי ער בעט אים ער זאל צוריק אויפבויען די חסידות באבוב אויפדאסניי.

אזוי האב איך געהערט שוין אסאך מאל. קען זיין אז סאיז נישט אמת. אויב איינער ווייסט מעהר פרטים זאל זיך מעלדן.

שבת אחים: איך האלט אז דו ביסט קלוגער פון דעים. ביטע גלייב נישט אזעלכע אבסורדאלע שקרים און פשוט'ע בילבולים וועלכע קומען פו א היציגן מוח וואס פאנטאזירט יומם ולילה...! ס'עט נאך קומען איינער א מטורף און זאגן אז מ'האט איהם געזעהן טאנצן מיט חזירים און עסן שיקסעס...ואין לדבר סוף...ופתי יאמין לכל דבר...!

שבת אחים » דאנערשטאג מערץ 1, 2018 1:31 pm

· #396665
ר׳ בערל סאיז נישט זיכער אז סאיז שקרים.

דעס איז זיכער אמת אז ר׳ שלמה באבובער זצ״ל איז געוועהן ביי ר׳ חיים מאירל אין בוקערעסט ביים קריג פאר א קורצע צייט.
סאיז זייער מעגליך אז ר׳ חיים מאירל האט אים געשריבן א לאנגע בריוו פון חיזוק נאכן קריג אז ער זאל אויפבויען חסידות באבוב נאכאמאל.

שבת אחים » דאנערשטאג מערץ 1, 2018 1:44 pm

· #396666
אישתישבי
שבת

ווער די א רבי, ווערסטו צוריק פרום בכל פרטיה?

איך בין זיכער איר וועט האבן אסאך חסידים!!!


גוט מארגן. איך בין שוין לאנג א רבי מיט א דיקן גראבען גארטל און עטרה פון אינטען, כהאב מיך אפילו געקויפט ״א עסקעלעיט מיט לייטס און סייירינס״ כבין דאך די באוויסטע וועשניצער רבי פון סטעטן איילענד. די איינציגסטע זאך וואס איך טוה נישט איז אננעמען קוויטלעך, דאס פיר איך מיך נישט, נאר פדיונות נעם איך אן. כ׳נעם אן קעש, טשעקס, ביטקוינס, קרעידט און דעביט קארדס, פוד סטעמפס, און טאהשע קיופאנס.

ווי מ׳טיילט געלט הייב איך די האנט ווי מטיילט קלעפ הייב איך די פוס...

berlbalaguleh » דאנערשטאג מערץ 1, 2018 1:51 pm

· #396667
שבת אחים
ר׳ בערל סאיז נישט זיכער אז סאיז שקרים.

דעס איז זיכער אמת אז ר׳ שלמה באבובער זצ״ל איז געוועהן ביי ר׳ חיים מאירל אין בוקערעסט ביים קריג פאר א קורצע צייט.
סאיז זייער מעגליך אז ר׳ חיים מאירל האט אים געשריבן א לאנגע בריוו פון חיזוק נאכן קריג אז ער זאל אויפבויען חסידות באבוב נאכאמאל.

שבת אחים: דער חלק אז ר' חיים מאיר'ל דער אמרי חיים האט איהם געשרבן א בריו נאכ'ן קריג און געזאגט א ביסל מוסר אויך איז אמת. אבער דער חלק אז ער האטציך ארומגעדרייט מיט א הונט איז א בייזוויליגער שקר...!

גראף » דאנערשטאג מערץ 1, 2018 1:53 pm

· #396668
Re: חסידישע פאקטן
@שבת אחים המכונה כ''ק מרן וועשניץ ד'סטעטען איילענד שליט''א. א פרייליכען פורים. איך קען קומען רומפלען ביי דיר שושן פורים אדער אינמיטן די זומער?

Sent from my XT1096 using Tapatalk

קאמפאט » דינסטאג יוני 16, 2020 7:00 am

· #451890
שבת אחים


שפעטער נאכן קריג האט ר׳ חיים מאירל געהערט אז ער דרייט זיך מיט א הונט אויף די גאס

אזוי האב איך געהערט שוין אסאך מאל. קען זיין אז סאיז נישט אמת. אויב איינער ווייסט מעהר פרטים זאל זיך מעלדן.


דער מעשה מיט דער הונט ווערט פארציילט אויף ברוכל ראבינאוויטש פון מונקאטש און סאון פאולא

berlbalaguleh » דאנערשטאג יוני 18, 2020 1:01 am

· #452031
קאמפאט: אויף ר' ברוכ'ל ראבינאוויטש מ'מונקאטש, ווען ער האט געוואוינט אין סאן פאולא, בראזיל האביך עס אויך געהערט מפי איש מהימן. אבער נישט אויף איהם אליין. נאר אויף זיין ..."רעבעצין"..!
בלאט: 1 2