☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » פארברענגען » קאווע שטיבל » תפילין פאר א צווילינג

תפילין פאר א צווילינג

4 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #12116

א-שופר-איז-א-שופר » מאנטאג פעברואר 5, 2018 12:08 pm

· #394834
תפילין פאר א צווילינג
רבותי מיר דארף אייער הילף. פאר אלעם וויל בעטען רשות צו מאכען א שטיקל מגבית\ אפיעל אבער עס איז א מצב פון באו מים עד נפשת און מיר ווייסען נישט ווי זיך אהין צו טוהן.

א נאנטע ידיד מיינע, א חבר נאך פון קיינדווייז אן גייט בעזהש"ית בר מצוה מאכען א צווילינג און קען אפי' נישט קויפען תפילין פאר די בר מצוה בחורים.

ווער רעדט פון קויפען היט'ן און סוט'ס פאר זיי, ווי אויך מאכען א סעודת בר מצוה.

די משפחה גייט ארום צוריסען און צושמיסען און עס וואלט געוועהען שיין און מענטשליך אז מען זאל זיי קענען אביסעל ארויסהעלפען.

מיר, אפאר חברים האבען זיך אריינגעלייגט פראבירן צו ערלעדיגן די מצב, מיטען באשטעלען תפילין און היטן סוט'ס און א האלל, אבער מיר דארפען דעם הילף פון דעם ציבור. די בר מצוה איז נאך פאר פסח תשע"ח, הבע"לט

מיר האבען געמאכט א GoFundMe

<a class="postlink" href="https://www.gofundme.com/TefilinForMyBoys">https://www.gofundme.com/TefilinForMyBoys</a>

ליפא » מאנטאג פעברואר 5, 2018 12:15 pm

· #394835
ווי איינער האט שוין אמאל ערווענט איז בעסער ווען אזא סארט קאמפיין האט שוין עפעס נדבות פון חברים און קרובים פאר מ'שטעלט עס ארויס אין פובליק. הצלחה

א-שופר-איז-א-שופר » מאנטאג פעברואר 5, 2018 12:27 pm

· #394836
ליפא
ווי איינער האט שוין אמאל ערווענט איז בעסער ווען אזא סארט קאמפיין האט שוין עפעס נדבות פון חברים און קרובים פאר מ'שטעלט עס ארויס אין פובליק. הצלחה


נישט איז נישט, איך האב געטובן מיינס, אפשר וועלען אנדערע זיך אנרופען, מגלגלין זכות ע"י זכאי און...

קלוגע יודל » מאנטאג פעברואר 5, 2018 1:04 pm

· #394839
Re: תפילין פאר א צווילינג
א-שופר-איז-א-שופר
ליפא
ווי איינער האט שוין אמאל ערווענט איז בעסער ווען אזא סארט קאמפיין האט שוין עפעס נדבות פון חברים און קרובים פאר מ'שטעלט עס ארויס אין פובליק. הצלחה


נישט איז נישט, איך האב געטובן מיינס, אפשר וועלען אנדערע זיך אנרופען, מגלגלין זכות ע"י זכאי און...
כאטשיג די פאר חברים זאלן געבן עפעס