☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » פארברענגען » א שמייכל » טאנטע באשי מאכט יעדן טאג די ברכה שעשני כרצונו..

טאנטע באשי מאכט יעדן טאג די ברכה שעשני כרצונו..

14 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #12108

יין שרף » מוצ"ש פעברואר 3, 2018 9:32 pm

· #394686
טאנטע באשי מאכט יעדן טאג די ברכה שעשני כרצונו..
יא! זי מאכט עס! דו קענסט אויך! המממ.. קענסט נישט? קליק דא..

פעטער מרדכי מאכט יעדן טאג 15 מאל אשר יצר. מאכט אויך די ברכה, און דאנק די רבש"ע אז איר האט נישט זיין מאגן.. (שב ואל תעשה עדיף...)

מומע קריינדל מאכט יעדן טאג די ברכה פון המפיל. מאך אויך א ברכה, און דאנק די אייבישטער אז די שלאפסט נישט דארט..

זרח דיין שכן אין ביהמ"ד מאכן יעדן טאג די ברכה פון רוק'ע הארץ על המים. מאך די אויך א ברכה און דאנק די רבש"ע אז דו שפייסט נישט ביי עלינו..



באבי פרידמאן מאכט יעדן טאג די ברכה פון אשר צג אגוז 4 מאל א טאג, מאכט אויך די ברכה, און דאנקט די רבש"ע אז איר האט נישט אלצהיימערס..
806117164_35437.jpg

נאטירליך » זונטאג פעברואר 4, 2018 1:01 am

· #394708
😂 😂 😂 😂

שמעקעדיג » זונטאג פעברואר 4, 2018 1:03 am

· #394710
נאטירליך
:lol: 😂 😂 😂

גם אני לאכחתי,
וואס איז טאקע פשט פון דעם ברכה?

ברוך שפינוזה » זונטאג פעברואר 4, 2018 1:04 am

· #394711
וועלכע ברכה?

נאטירליך » זונטאג פעברואר 4, 2018 1:09 am

· #394713
ברכת בתולים
ברוך אתה ה' אלקינו מלך העולם, אשר צג אגוז בגן עדן שושנת העמקים בל ימשול זר במעין חתום, על כן אילת אהבים שמרה בטהרה וחוק לא הפרה, ברוך הבוחר בזרעו של אברהם

berlbalaguleh » זונטאג פעברואר 4, 2018 2:05 am

· #394717
יין שרף: ייש"כ. אבער די ברכה פון ברוך מתיר אסורים וואס ר' מענדל (ניין, נישט פון די גאלע) מאכט פיהר מאל אין טאג איז א חשש ברכה לבטלה. ווייל ס'העלפט נישט.

מ'פארציילט א מעשה אויף דעם גרויסן אידישן קאמעדיאנט שמעון דזשיגאן אז ער איז אמאל געגאנגען באזוכן זיין חבר אין תפיסה אין ארץ ישראל. האט ער באמערקט אז דער חבר ווילל נישט זיצן. האט ער איהם געפרעגט פארוואס זיצסטו נישט...? האט איהם דער חבר געענטפערט ווייל ער וויל נישט אז ס'זאלל הייסן אז ער איז געזיצן. האט איהם דזשיגאן געזאגט. אפילו דו שטייסט. און אפילו דו גייסט אדער ליגסט זיצסטו אויך...ודפח"ח (זאלל שוין זיין ..."שפתותיו דובבות בקבר"...!

מפוזרי » זונטאג פעברואר 4, 2018 8:21 am

· #394728
Re: טאנטע באשי מאכט יעדן טאג די ברכה שעשני כרצונו..
ווער איז ר' מענדיל?

אישתישבי » זונטאג פעברואר 4, 2018 8:48 am

· #394732
אמאהל איז איינער וואס בשעת'ן זיצען אין תפיסה האט זיין ווייב מזנה געווען אן געהאט א קינד, שפעטער ווען דאס קינד איז געשטארבן האט ער נעבעך געמוזט זיצען שבעה, שלא יאמרו, און זיך אפגערעדט אז דאס מאל זיצט ער באמת פאר גארנישט.

berlbalaguleh » זונטאג פעברואר 4, 2018 9:27 am

· #394733
אישתישבי: ייש"כ. איך האבמיך טאקע גוט אונטערגעשמייכלט. אבער , ביטע נעקסט טיים זאג דזשאוקס מיט א פרייליכערע ענדינג...!

וואלווי » דינסטאג פעברואר 6, 2018 9:20 pm

· #394935
berlbalaguleh
אישתישבי: ייש"כ. איך האבמיך טאקע גוט אונטערגעשמייכלט. אבער , ביטע נעקסט טיים זאג דזשאוקס מיט א פרייליכערע ענדינג...!


קענסט נישט פארנעמען א דזשאוק?

אה, ס'איז א דזשאוק...

איסר האטלקי » מיטוואך פעברואר 7, 2018 12:52 am

· #394965
מפוזרי
ווער איז ר' מענדיל?

ר' מענדל קאהן, א ברודער פון מאיר ברוך, און אליין אויך א שיינער חזן.

ער איז מענקאו, וואס איז נוטריקון זיין נאמען, מענ[דל] קא[הן].

גראדע איז ער זייער א טויגליכער, ער מאכט וויין אליין, גאר געשמאק. איך האב שוין עטליכע מאל פארזוכט ביים סדר נאכט און איינגעשלאפן ביי כרפס.....

פליקער » מיטוואך פעברואר 7, 2018 2:47 pm

· #395015
איך קען גוט ר' מענדעל וואס מאכט די ברכה אשר יצר

ער איז גאר א פיינער איידעלער כאראקטער

ווי עס זעט מיר אויס אז איינער נעמט אים פאר א נאסע רייזע, און האט באשלאסן אים צו פארשפרייטן אלס קהל'ס נער אלעס פאר א ביסל גאלע

זייער מארקעטונג קאמפיין זעט מיר אויס ווי עס צילט אנצוהויבן פארציילן מופתים פון פרעסען גאלע עני טיים סון

גריידע האב איך צוויי מופתים ווי איך האב תיכף געזען א שטארקע שינוי נאכן עסן די געהויבענע גאלערעטעך, 1 איך האב תיכף געזען א שינוי אויפן וואגשאל, און 2 מיין מאגען האט גלייך אנגעהויבן פלאקערען

איך גלייב אז ר' מענדעל ווארפט זיך אין קבר, אוי סארי ער לעבט נאך, נאר ער וואלט זיך געווארפן אין קבר ווען עס איז ווען ערלויבט.

נאר וואס איך וואלט געוועט אז ער האט פארקויפט מער גאלע אין די לעצטע עטליכע וואכן מער וויפיל אלע יארן צינעזאם

ווייל מיר זענען פערד

berlbalaguleh » מיטוואך פעברואר 7, 2018 9:09 pm

· #395061
פליקער: כ'האב נישט געוואוסט אז פערד עסן גאלע. איך געב פאר מיינע פערד צו עסן שטרוי. זאג עס נישט הויעך. זיי וועללן נאך אויך בעטן גאלע. און איך קען עס מיר נישט ערלויבן. ס'איז צו טייער...!

קאצקע ציקער » זונטאג פעברואר 11, 2018 12:19 am

· #395265
געהאט דעם גאלע שבת איימסארי איך זעה נישט די גרויסע גדולה דערפון