☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » פארברענגען » א שמייכל » עצות וואס צו טוהן פון ליידיגייען

עצות וואס צו טוהן פון ליידיגייען

14 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #12106

ליטוואק פון בודאפעסט » פרייטאג פעברואר 2, 2018 11:29 am

· #394663
עצות וואס צו טוהן פון ליידיגייען
מסתמא איז נישט דא צווישען אונז צופיהל אפיציעלע ליידיגייערס, יעדער דא האט וואס צו טוהן, אפילו ווען עס איז נאר אפדעיטען כלל ישראל וועגען נסיעות פון איינער פון די ברידער (איך רעד צו דיר @לאקש) וכדו'.

פארט אבער, אמאל בעט א חבר מ'זאל טרעפען אן עצה וואס מ'דארף טוהן ביים ליידיגייען, ווען ער שעמט זיך צו פרעגען אפיציעל.

פאר דעם ווידמע איך די אשכול.

מיר איז יעצט איינגעפאלען א געדאנק. אז מ'האט צוויי קאנטעס אין גוגל, קען מען מאכען א הענגאוטס קאלל פון איינער צום צווייטען. אדער גאר א ווידיאו קאלל.

ברוך שפינוזה » פרייטאג פעברואר 2, 2018 12:02 pm

· #394670
מ'קען מאכן צוויי מאל די זעלבע אשכול...

אישתישבי » פרייטאג פעברואר 2, 2018 1:14 pm

· #394672
טרעף עפעס צו טוהן אין די קאך, טאמער איז שמוציג רוים אויף, אויב נישט מאך עפעס לכבוד שבת.

ברוך שפינוזה » פרייטאג פעברואר 2, 2018 1:16 pm

· #394673
אישתישבי
טרעף עפעס צו טוהן אין די קאך, טאמער איז שמוציג רוים אויף, אויב נישט מאך עפעס לכבוד שבת.

דאס טו איך געווענליך.

קאצקע ציקער » מוצ"ש פעברואר 3, 2018 9:25 pm

· #394685
ליטוואק פון בודאפעסט
מסתמא איז נישט דא צווישען אונז צופיהל אפיציעלע ליידיגייערס, יעדער דא האט וואס צו טוהן, אפילו ווען עס איז נאר אפדעיטען כלל ישראל וועגען נסיעות פון איינער פון די ברידער (איך רעד צו דיר @לאקש) וכדו'.

פארט אבער, אמאל בעט א חבר מ'זאל טרעפען אן עצה וואס מ'דארף טוהן ביים ליידיגייען, ווען ער שעמט זיך צו פרעגען אפיציעל.

פאר דעם ווידמע איך די אשכול.

מיר איז יעצט איינגעפאלען א געדאנק. אז מ'האט צוויי קאנטעס אין גוגל, קען מען מאכען א הענגאוטס קאלל פון איינער צום צווייטען. אדער גאר א ווידיאו קאלל.

אדער קען מען שמיעסן אויף קאווע שטיבל מיט די אייגענע צוויי ניקס בעק און פארט ... און מען קען שוין אריינווארפן א לייק פאר א נויט

אויסער געווענדליך » זונטאג פעברואר 4, 2018 1:27 pm

· #394755
געווענדליך שרייב איך נישט אנליין, אבער.........

אויב איינער וויל, קען ער שפילען פינג פאנג מיט זיך זעלבסט. מע דארף קענען שנעל לויפען.

וואלווי » זונטאג פעברואר 4, 2018 4:05 pm

· #394762
קאצקע ציקער
ליטוואק פון בודאפעסט
מסתמא איז נישט דא צווישען אונז צופיהל אפיציעלע ליידיגייערס, יעדער דא האט וואס צו טוהן, אפילו ווען עס איז נאר אפדעיטען כלל ישראל וועגען נסיעות פון איינער פון די ברידער (איך רעד צו דיר @לאקש) וכדו'.

פארט אבער, אמאל בעט א חבר מ'זאל טרעפען אן עצה וואס מ'דארף טוהן ביים ליידיגייען, ווען ער שעמט זיך צו פרעגען אפיציעל.

פאר דעם ווידמע איך די אשכול.

מיר איז יעצט איינגעפאלען א געדאנק. אז מ'האט צוויי קאנטעס אין גוגל, קען מען מאכען א הענגאוטס קאלל פון איינער צום צווייטען. אדער גאר א ווידיאו קאלל.

אדער קען מען שמיעסן אויף קאווע שטיבל מיט די אייגענע צוויי ניקס בעק און פארט ... און מען קען שוין אריינווארפן א לייק פאר א נויט


האסט נישט פארשטאנען ליטוואק, ווער ער גייט שוין אויס פאר ליידיגערקייט מיינט אז ער האט שוין אפגעדינט קאווע שטיבל, ס'קומט נישט נייע תגובות און אלע אשכולות בלייבן אויפ'ן זעלבע פלאץ, ער האט שוין געפירט א מלחמתה של תורה צווישען זיך, ס'געווען א ויקשב ה' וישמע, ווייל קיינער חוץ פונ'ם בורא כל עולמים האט נישט ריספאנדעד, ער האט שוין ריפרעשט אקטיווע אשכולות קנעפעל א יעדע 20 סקונדעס און די לעצטע פאר שעה, ולא נודע כי באו אל קרבנה...

א איד » זונטאג פעברואר 4, 2018 4:19 pm

· #394764
Re: עצות וואס צו טוהן פון ליידיגייען
קען מען גיין קיין אייוועלט, דארטן יאוועט זיך אקטיווע אשכולות אזש מען קען עס נישט נאכקומען.

קאצקע ציקער » זונטאג פעברואר 4, 2018 4:20 pm

· #394765
וואלוי טוט אזוי ווי מען זאגט ביי די שלום בית שיעורים קודם געב א קאמפלימענט נאכדעם קענסטו קריטיקירן... קודם געט ער א לייק נאכדעם קריטיק 😮 😂

קול דודי » זונטאג פעברואר 4, 2018 4:41 pm

· #394767
<a class="postlink" href="https://www.coursera.org/learn/understanding-arguments">https://www.coursera.org/learn/understanding-arguments</a>

וואלווי » זונטאג פעברואר 4, 2018 4:49 pm

· #394770
קאצקע ציקער
וואלוי טוט אזוי ווי מען זאגט ביי די שלום בית שיעורים קודם געב א קאמפלימענט נאכדעם קענסטו קריטיקירן... קודם געט ער א לייק נאכדעם קריטיק 😮 😂


קודם האסטו שוין געהאט וואס צוטוהן און נישט אויסגעגאנגען פאר ליידיגיין.

אזוי ווי ביי בלעם ס'ליגט ברכות אונטער די קללות...

וואלווי » זונטאג פעברואר 4, 2018 5:12 pm

· #394773
א איד
קען מען גיין קיין אייוועלט, דארטן יאוועט זיך אקטיווע אשכולות אזש מען קען עס נישט נאכקומען.


דאס קען מען טאקע טוהן ווען מען גייט ליידיג, אבער כ'ווייס נישט צו דאס איז אן "עצה" פאר ליידיגייען...

ליטוואק פון בודאפעסט » זונטאג פעברואר 4, 2018 7:24 pm

· #394781
נאך ווייניגער ווי קלינגען זיך אליינס אויף הענגאוטס......

אייז קריעם » מאנטאג פעברואר 5, 2018 8:28 pm

· #394864
נעם דעם פראדאקטיוו קורס

זאג עפעס אריין און קול מבשר דעת הקהל