☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » פארברענגען » קאווע שטיבל » אויב יעדער אמעריקאנער זאל געבן פאר יעדן אמעריקאנעם $1

אויב יעדער אמעריקאנער זאל געבן פאר יעדן אמעריקאנעם $1

13 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #1210

זר זהב » דינסטאג יולי 24, 2012 6:27 pm

· #28105
אויב יעדער אמעריקאנער זאל געבן פאר יעדן אמעריקאנעם $1
וואלט דאך יעדער אמעריקאנער געהאט 300 מיליאן דאלער, ניין?

און יעדער האט דאך צו געבן איין דאלער, ניין?

פארוואס רעדט נישט ראמני אדער אבאמא דערפון?

מ'וואלט געקענט מיט איין שריט מאכן יעדן פאר א מיליאנער.

יידל » דינסטאג יולי 24, 2012 6:37 pm

· #28113
זר זהב
וואלט דאך יעדער אמעריקאנער געהאט 300 מיליאן דאלער, ניין?

און יעדער האט דאך צו געבן איין דאלער, ניין?

פארוואס רעדט נישט ראמני אדער אבאמא דערפון?

מ'וואלט געקענט מיט איין שריט מאכן יעדן פאר א מיליאנער.

אויב יעדער אמעריקאנער דארף געבן פאר יעדער אמעריקאנער איין דאלער, דארף יעדער אמעריקאנער שפענדען 300 מיליאן דאלער. סארי, איך האב נישט די געלט דערצו..

זר זהב » דינסטאג יולי 24, 2012 6:40 pm

· #28116
קוק אהער, איך בין סלאו!

יידל » דינסטאג יולי 24, 2012 6:40 pm

· #28117
עס דערמאנט מיר פון די צייט ווען מיין כיתה אין חדר האט בר מצוה געהאט און מ'האט צוזאם גענומען 2 דאלער פון יעדע אינגל פאר א בר-מצוה מתנה. ביז איין חכם איז אויפגעקומען מיט א חשבון אז אויב יעדער וועט געבן פאר יעדן 2 דאלער וועט דאך יעדער באקומען די זעלבע סומע געלט, אויב אזוי קען דאך יעדער קויפן זיין אייגענע מתנה און צו וואס מאכן די טירחא פון צוזאם נעמען געלט?

נח געציל » דינסטאג יולי 24, 2012 6:43 pm

· #28122
זר, האסט מיך דזשאסט געמאכט פאר אן עושר! ווייל איך גיי האלטן די אלע דאללארן ביי מיר, און אזוי ארום שפאר איך מיך דריי מיליאן דאלאר!

געפילטע פיש » דינסטאג יולי 24, 2012 6:48 pm

· #28123
דאס איז דאך וואס די חכמי ישראל האבן געזאגט פאר דוד המלך ווען ער'ט געזאגט לכו והתפרנסו זה מזה, זיי האבן עם געענטפערט אין הבור מתמלא מחוליתו.

זר זהב » דינסטאג יולי 24, 2012 6:48 pm

· #28124
איך בין דאך צומישט. אויב זאל איך היינט ארוםגיין נאך געלט איבער גאנץ אמעריקא און יעדער וועט מיר געבן איין דאלאר וועל איך דאך האבן 300 מיליאן. נו זאל יעדער אזוי טון. וואס גייט פאר מיט מיר?

שימעלע » דינסטאג יולי 24, 2012 6:50 pm

· #28126
קודם כל שטיעמט עס נישט אזוי ווי יידל האט ארויס געברענגט. און אפולי עס איז מעגלעך אז יעדער און אמעריקע זאל אויפאיינמאל באקומען דריי הונדערט מיליאן איז נישט קיין גרויסע מעלה ווייל די דאלער וועט אזוי טראסקענען אז סוועט זיין ווערט כמעט גארנישט.
לאמיר זאגען א הויז וואס איז יעטץ ווערט א מיליאן דאלער א טאג נאך יעדער ווערט רייך(?) וועט ער עס נישט ווילען פארקויפן פאר וויניגגער ווי א פאר ביליאן. און די ארבייטער וועלן נישט ווילען ארבייטען נאר פאר אפאר טויזענט א שעה וכו׳.

געפילטע פיש » דינסטאג יולי 24, 2012 7:37 pm

· #28139
און בכלל, אז די גאנצע עולם גייט בטלען ביי די טירן וואס גייען די שנורערס טוהן? זיי גייען דאך ארויסגיין פון ביזנעס!

טעלעפאן » דינסטאג יולי 24, 2012 8:37 pm

· #28175
ערנסט גערעדט , אז יעדער האט די זעלבע זאך געלט וועט די אנפלאציע טראסקען ווי צודרייט

אבער וואס איך פארשטיי נישט איז, מען גיבט אויס ביליאנען צו הייבן די עקאנאמיע, מ׳שיקט א טשעקל פון $600 פאר א מענטש, און ס׳מאכט נישט צופיל אויס. ענדערש מאך אפ צו שפענדן צוויי ביליאן דאללער, און שיק אפ randomly צו קנאפע צוויי הונדערט טויזענט בירגער 100,000$ (קענסט אפילו צולייגן נאך 2-3 ביליאן, וויפיל האט דער סטימילוס פעקעדזש געקאסט?), אוי וועט די עקאנאמיע אנהייבן בומען

וואס זאגט איר צו מיין פלאן?

קרעקער » דינסטאג יולי 24, 2012 9:26 pm

· #28198
כעל דיר אויסזאגען א סוד אז די שנארערס טיען טאקע דאס
פאשטייט זיך זיי קענען נושט אנקימען צי גאנץ אמעריקע אבער זיי פראבירען כיד ה' הטובה עליהם
אין אסאך פין זיי זענען טאקע מצליח....

smart » מיטוואך יולי 25, 2012 12:49 am

· #28289
און אסאך פון זיי זנענן געווארען גרויסע עשירים. בידעי ובמכירו קאמינא

נפתלי » מיטוואך יולי 25, 2012 2:37 pm

· #28470
טעלעפאן
ערנסט גערעדט , אז יעדער האט די זעלבע זאך געלט וועט די אנפלאציע טראסקען ווי צודרייט

אבער וואס איך פארשטיי נישט איז, מען גיבט אויס ביליאנען צו הייבן די עקאנאמיע, מ׳שיקט א טשעקל פון $600 פאר א מענטש, און ס׳מאכט נישט צופיל אויס. ענדערש מאך אפ צו שפענדן צוויי ביליאן דאללער, און שיק אפ randomly צו קנאפע צוויי הונדערט טויזענט בירגער 100,000$ (קענסט אפילו צולייגן נאך 2-3 ביליאן, וויפיל האט דער סטימילוס פעקעדזש געקאסט?), אוי וועט די עקאנאמיע אנהייבן בומען

וואס זאגט איר צו מיין פלאן?

מסכים צום פלאן אבער לייג מיר אויף די ליסטע רענדאמלי