ברוך שפינוזהשמערלדי מעשה איז א גוטע נושא, חיים גראדע וואלט דאס אויסגעצויגן אין א פינעוו הונדערט בלאט נאוועלע, אבער דא האט זיך עס געפילט זייער געכאפט ווי א רויע דרעפט.
דאס איז די קונץ דערפון, ס'מאכט דיר אויף דיין IMAGINATION, די עיקר איז נישט די ארטיקל, נאר די מחשבות און געפילן וואס קומען נאכדעם.
נו, פון דעם רעדט דאך שמערל שליט"א. ווייל אין חיים גראדע'ס מעשיות האסטו דיך באלעקט מיט א יעדע שורה. און אויך זיך אפגעשטעלט טראכטן און חלומ'ען ווי גלייך דו ביסט דארט לעבעדיג אויף די סצענע. (לכה"פ איך.).
נישט נאר גראדע. נאר א יעדער גרויסער שרייבער , אידישע ווי גוי'אישע קענען אראפברענגען און שילדערן א סצענע אז דו זאלסט שפיהרן ווי גלייך דו ביסט ממש דארט. איינער א גרויסער גוי'אישער, שרייבער פון איירישן אפשטאם. (א שטיקל אוהב ישראל. נאר זייער א ליבעראלער.) האט אויך די מעלה. ער קען שילדערן א סצענע אז דער ליינער זאלל שפיהרן ווי גלייך ער שטייט דארט. ער האט אמאל געשריבן אן ארטיקל אין די צייטונג דעילי ניוס מיט די העדליין ..."דער שבת גוי"... מיט א לשון ..."נסתר"... א דריטע פערזאן. ווי גלייך ער איז אן אבזערווירער. האט ער אראפגעלייגט די סצענע וויאזוי ס'האט אויסגעזעהן א שבת אינדערפריה אין די אויגן פון א גוי'אישן (ארימען) יונגל ווען ער איז אריינגעקומען שבת אינדערפריה אנצו צינדן די הייצונג און אראפנעמען די לייכטערס פון טיש. און די אידישע מאמע האט איהם מכבד געווען מיט א שטיק פיינע, געשמאקע חלה און געפילטע פיש. ווער ס'ליינט יענעם ארטיקל קען מיינען אז ער איז דער גוי'אישער יונגל און ער שטייט דארט און האלט מיט די גאנצע סצענע...!