די פראבלעם ווערט פון שלעכט צי ערגער...
TechCrunch: Linus Torvalds declares Intel fix for Meltdown/Spectre 'complete and utter garbage' <a class="postlink" href="http://google.com/newsstand/s/CBIwgu-UwTc">http://google.com/newsstand/s/CBIwgu-UwTc</a>עס איז דא צוויי באָג'ס איינס הייסט meltdown וואס איז א סאפטווער פראבלעם, און די צווייטע הייסט Spectre וואס איז א הארדוועיר פראבלעם, וואס הייסט אז די אויסשטעל פונעם טשיפ איז פראבלעמאטיש, וואס די ריכטיגסטע אפטייטש איז אז ביז עס קומט נישט ארויס א נייע טשיפ מיט א בעסערע אויסשטעל וועט די פראבלעם נישט אוועקגיין, כדי צו פארשטיין אביסל די נושא איז וויכטיג אויסצושמועסן ווי עס האט שוין אסאך מאל אויסגעדעקט געווארן אז אינטעל און עי-עם-די האבן אויסגעשטעלט די טשיפס מיט "דירעקט עקסעס" ווי זיי קענען קאנטראלירן די טשיפ עפעס וואס מען קען נישט טוישן מיט די קאמפיוטער און ממילא אויך נישט מיט א אנטי-ווירוס פראגראם, און עס שיקט אויך אינפארמאציע צי אינטעל, דא רעדט מען פון א פראססעס וואס איז געמאכט צי מאכן די טשיפ ארבייטן שנעלער וואס הייסט speculative execution ווי פראססעסאר מאכט אליינס אפ וואס צי טון, און נאך פאר עס באקומט די אינסטרוקציע עס צי טון, אין פאל עס האט נישט געדארפט ווערן געטון דעמאלטס ווערט עס צוריקגעצויגן, אין אנדערע ווערטער אויב מען ארבייט עס גוט אויס קען מען באקומען אינפארמאציע פונעם טשיפ אנדעם וואס עס זאל האבן געקוקט צי סיי יענער דארף עס, און עס האט נישט קיין סעקיוריטי צי טשעקן צי עס איז safe דאס מיינט אז א העקער קען באקומען די אינפארמאציע אן אפהאלט, און די באג איז סיי קאמפיוטערס און עפל קאמפיוטערס און ענדרויד טעלעפאונס און אייפאונס, און מען קען דורכפירן די אטאקע דורכן בראוזער אן צי דארפן אינסטאלירן א פראגראם וכו'. די פעטשעס פאר די פראגראם וועט האלטן אין איין ווערן אפדעיטעט וויבאלד עס איז נישט דא קיין געהעריגע פיקס, נאר מען פרובירן צי טוישן די וועג וויאזוי פראגראמען שיקן commands צי די סי-פי-יו, און די קאמפיוטער וועט זיין אביסל שטייטער ווייל ווי געשמועסט איז די סי-פי-יו אויסגעשטעלט אזוי כדי עס זאל זיין שנעלער, אינטעל אליינס זאגט אז עס קען ווערן פון 5 % ביז 30 % שטאטער,
מער איבער די פראסעס
https://en.m.wikipedia.org/wiki/Speculative_execution