געוואלדיג! מכינים עצמם ומשטיני"ם בגדול. כ'האב מיך געהאלטן ביי די זייטן.
רעב וואלף איר פארהארגעט נר מצוה די ביזנעס. איר געבט א פתח פאר די קליענטן צו אדאפטן זייערע טולס פון איין יו"ט אויף די אנדערע.
דער אמת איז כ'האב נישט אלעס פארשטאנען. וואס איז די סוד הצימצום דווין תתקטר?
ס'איז נגרר על הנכתב לעליל מיניה, וז"ל, ויאכלו ענוים וישבעו כל מה דאפשר בעשרה פיתים אלו דהוא סוד הצימצום דווין תתקטר, פי' זיך צו זעטיגען כל מה דאפשר מיט אזעלעכע קליינ"ע ברויטעלעך, טאקע א סוד הצומצום פון בווין תתקטר, וואס איז די קאבאליסטישער היי וואקאבעלערי דעפינישען פאר י"ב חלות...און עקשיה מיט א 'ה' איז אויסגערעכנט געווען?
ניין, איבערהויפט נישט. ס'איז א טעות הדפוס און אויף דעם שטייט אויף די אנדערע זייט פונ'ם שער בלאט, שגיאות מי יבין און די מערכת בעט פאר סיי וועלעכע הערות אריינצורופען. וכאן המקום להודות צו @טאמבל סאס פאר זיין דער נחשון....
וואס מיינט מ"מ מצאתי כופר?
ס'איז די מסקנא און פסק אויף די שאלה וואס מיסודו איז דאס די סוגיא פון מהפך קערה על פיה וכמבואר בפנים איז דאס א שאלה פון כפירה בעיקר, מילא איז דער ראב"ד מסיים בלשונו הזהב, ואפי' אם יש מליץ להגיד לאדם ישרו, און ס'איז דא שטארקע צדדים אויף מתיר צו זיין, מ"מ מצאתי כופר, קען מען דאס נישט מתיר זיין מחמת ענין הכפירה וכמבואר.און ר' מאיר הוה דייק בשמא? אז ער האט מקפיד געווען נאכצוזאגן בשם אמרו?
פשוט'ער אפטייטש כעין די גמ' דארט אין יומא אז אין א נאמען איז מרומז דער מהות פונ'ם מענטש, נישט די נושא פון איבערזאגען בשם אומרו בכלל. ועל דרך זה א מליצה און רמז אנצהייבן ביי די "נר" מצוה שאלות פון א שאלה אויף די חנוכה "נרות" סופלייס.עטס זעטס, מיטאמאל וואונדער איך מיר צו ס'וואלט זיך נישט געלוינט צו האבן מער געלערנט?
קיינמאל נישט צו שפעט, ווי אויך זאגען חז"ל (ברכות ד' ע"א) למד לשונך לומר איני יודע.
ווי אזוי האט די רבי אין חדר געזאגט אז מ'וועט נישט פרעגען וועט מען קיינמאל נישט קענען...אדער אפשר וואלט עס דאן געהייסן איך לערן לקנטר חלילה..
זארג נישט, ס'איז נישט ע"מ לקנטר, ע"מ לקנטר וועלען מיר באלד צוקומען. דא איז אן אנדערע בחינה, דאס איז אמת'ער מלחמתה של תורה וואס אויף דעם איז שוין דא די הבטחה פון חז"ל (קידושין ל' ע"ב) אמר רבי חייא בר אבא: אפילו האב ובנו, הרב ותלמידו שעוסקין בתורה בשער אחד, נעשים אויבים זה את זה ואינם זזים משם עד שנעשים אוהבים זה את זה, שנאמר; "אֶת וָהֵב בְּסוּפָה", אל תקרי בְּסוּפָה, אלא בְּסוֹפָהּ. רעב וואלף, וועסט אמאל אונז מגלה זיין די נאך מער באהאלטענערע רמזים, די סארט וואס זענען טארגעטעד פאר ר' מנשה פילאפ צו פארשטיין?
אט דאס וואלט טאקע געווען ע"מ לקנט"ר, צו קאנטר'ן מנשה פיליפ, ואיהו גופיה איז נאר א קאנטר פאר דער וועקער, קומט אויס ס'איז א פארצוויגטע מלחמה דא, א שאס, א קאנטר שאס, א קאנטר לקאנטר שאס, וכו' וחוזר חלילה. זאל ער אליינס אויס פיגור'ען וואס צו טוהן מיט די צייט...