☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » פארברענגען » קאווע שטיבל » נתניהו חובק ילדים

נתניהו חובק ילדים

2 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #12078

אייז קריעם » דאנערשטאג יאנואר 18, 2018 10:24 pm

· #393759
נתניהו חובק ילדים
איך ווינדער זיך אז קיינער מערקט נישט דעם וואונדערבארן שפיל וואס דער פרעמיער פון ישראל שפילט דא אפ מיטן ארימשלעפן דעם קליינעם משה'לע האלצבערג קיין מומבעי און די אלע בילדער ארים דעם.

פערצופאל האט ביבי אסאך פוטער אויפן קאפ יעצט ממילא שאפט ער א דיסטראקציע.

למעשה איז נישט יושר פארן קינד. איי וועסטו זאגן זה נהנה וזה לא חסר? עס איז יא חסר. דער קינד איז נאך צו יונג צו באגרייפן וואס גייט פאר און קיקט מיר אויס צו זיין טאטאל צומישט.

די איינציגע סיבה וואס איך טראכט פארוואס קיינער רעדט נישט דערפון איז דער עולם איז שוין אזוי צוגעוואוינט צו ביבי'ס פאליטישע שטיקלעך אז מען קיקט שוין נישט אויף דעם. אדער ווייל אלע פאליטישנס טיען די זאכן איז דאס נישט קיין חידוש.

אבער ניצן א קינד איז שוין עפעס אנדערש.

קלוגע יודל » פרייטאג יאנואר 19, 2018 1:07 am

· #393763
Re: נתניהו חובק ילדים
עס האט גארנישט מיט די פיטער וואס ער האט יעצט אויפ'ן קאפ, נתניהו האט שוין געזאגט פאר משה'לע מיט א שטיק צייט צוריק אז ער נעמט איהם מיט קיין אינדיע.