☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » פארברענגען » אידישע און אלגעמיינע נייעס » שערורויה מחודשת איבער שייטלעך פון תקרובת ע"ז

שערורויה מחודשת איבער שייטלעך פון תקרובת ע"ז

31 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #12071

אישתישבי » מיטוואך יאנואר 17, 2018 8:40 am

· #393628
שערורויה מחודשת איבער שייטלעך פון תקרובת ע"ז
עס טוט זיך נאכאמאל יעצט וועגן די שייטלעך, איך וועל צולייגן א קול קורא, און א הערה וואס ווייזט אביסעל אויף איגנארענץ.

<a class="postlink" href="https://mobile.nytimes.com/2004/07/14/world/a-religious-tangle-over-the-hair-of-pious-hindus.html">https://mobile.nytimes.com/2004/07/14/w ... indus.html</a>

פין יענע צייט, און רעדט אביסעל וועגן דעם אז "טויזענטער" ארטאדאקסישע פרויען האבן פארברענט די שייטלעך, אבער בתוך הדברים שטייט דארט


'We run through about 20,000 blades daily,'' said Ajeya Kallam, the temple's executive officer. He said the sale of hair brought in $6.17 million last year, adding to the already substantial earnings of India's richest religious institution. (The temple's primary income, about $333 million annually, comes from the monetary donations of its faithful and wide-ranging investments.)


געדענק גוט דער סומע וויפיל געלט עס ברענגט אריין א יאר,

און דערנאך,



and much of India's hair exports, which totaled $62.5 million last year, come out of the customary Hindu tradition of offering one's hair at temples.


שמע מינה אז מען רעדט פין א מועט, רוב האר קומט פין באצאלטע פרויען וואס לאזן זיך באצאלן פאר די האר.

אישתישבי » מיטוואך יאנואר 17, 2018 8:43 am

· #393629
קול קורא, אז רוב איז פין די תקרובת
📎 shaitel.pdf

שמערל » מיטוואך יאנואר 17, 2018 9:56 am

· #393634
קשיא רישא אסיפא? לא קשיא רישא בחדא טעמפל, סיפא בכל הטעמפלים כולם. שמע מינה שמע מינה.

אישתישבי » מיטוואך יאנואר 17, 2018 10:06 am

· #393636
שיינע תירוץ. אבער מיט דער מציאות האט עס נישט. וויפיל טעמפעלס איז דא וואס מען טוט דער האר שניידען?

ווען דער קול קורא שרייבט "מען" האט מברר געוועהן אז רוב איז תקרובת, ווי האט "מען" מברר געווען? דאס איז די איגנארענץ פין דער געשעפט, מען רעדט איין א מעשה אז רוב קומט פין תקרובת, ווייל עס מוז זיין, און ער בויט א תשובה מיט א קאפ-שטיק פין א אויפטוה אז אפילו ביי א גוי גייט מען נישט נאך רוב ווייל פאר אים איז אסור בתקרובת (גראדע אז פאר אים איז תקרובת נישט אסור בהנאה, דאס לאזט ער בכוונה אין דער זייט) און דער רעשט איז היסטאריע, יעדער שמעקער גיבט ארויס איסורים אויף דער שייטעל וואס איז בעצם א חפצא דאיסורא ממילא.

כוכב » מיטוואך יאנואר 17, 2018 10:39 am

· #393637
כהאב געליינט דער מאמענט איבער שייטלעך און כ'האב געזען דעם רעדאקטארס דילעמע אויף יעדן בלאט וויאזוי זיך אומצוגיין מיט דער פרשה.
פון איין זייט שטייט א יונגערמאן וועלכער האט געהאט א סוקסעספולע שייטל ביזנעס און ער האט עס אויפגעגעבן ווייל זייענדיג אין דער ליניע אזוי לאנג איז אים קלאר אז ס'עקזיסטירט כמעט נישט קיין האר אויף די מארקעט נאר פון אינדיע. דער יונגערמאן טענה'ט, אז די רבנים וואס האבן דעמאלט געזאגט אז ס'איז נישט קיין תקרובת (חידה ווייס און רב בעלסקי) זענען געווען שארט קאמינג מיט אינפארמאציע און 03 איז נישט 18 וואס מיט איין סוירטש אויף יו טוב קענסטו מיט דיינע אייגענע אויגן זען די גאנצע פראצעדור און ווי די גוים שעפשן די נאמען פון די עבודה זרה וכו'.
פון די אנדערע זייט איז דא א חשוב'ער רב וואס גיט די השגחה
לויט מיין אבזערוואציע האט זיך מאמענט געטראפן אין א פלאנטער:
שטייט א יחיד און טענה'ט קעגן א הכשר פון א רב -- ער האט אבער קרעדיביליטי.
שטייט הרב דונער און פארטיידיגט דעם הכשר פונעם רב -- ער האט אבער נישט קיין שום פרישע מדע, ער זינגט פשוט דעם טראדיציניאלן חרדיזם-הימנע ניגון "אז מ'קען זיך פארלאזן אויף א הכשר."
די שטעלונג אז די שייטלעך זענען פראבלאמאטיש האט אליין פראבלעמען, ס'וועקט אויף אן אלטע שערורי' וואס איז נישט אזא באחנטע מאנעווערע בפרט אויף שייטלעך וואס קיינער איז נישט נייגעריג צו הערן אז סטויג נישט ווען אן אלטערנאטיווע איז נישטא געהעריג.
די שטעלונג אז די שייטלעך זענען נישט גוט גייט אויך אין קעגנזאץ פון די הכשר פון עפעס א חשובן רב אין ארץ ישראל.
די שטעלונג אז די שייטלעך איז יא גוט איז אין א געוויסן זין זיך פארמאכט די אויגן אויף מציאות און אויף די מעגליכקייט פון אינפארמאציע וואס איז היינט פארהאנען.
די שטעלונג אז די שייטלעך זענען גוט איז אין דעם פאל דעם דעווילס אדוואקאט און די קולא, טראץ וואס די אנדערער זייט גייט קעגן א רב...
אננעמען הרב דונערס מיינונג איז נישט מער ווי דער אור אלטער בת היענה'ישע וועג אז אין לאחר ההשגחה ולא כלום.
דער שרייבער פארט אהין און אהער און מ'זעט ווי ער מוטשעט זיך צו גיין צווישן די שורות. לאזט הרב דונער אויסרעדן, שטעלט אהער א שטארקע קעיס פון די אוסרים און לאזט דעם ליינער אליין מאלן דעם בילד.
מיך פערזענליך איז עס געווען ממש א ראלער קאסטער רייד (און בכלל א לעקציע פון היימישע רעדאקטארישע פראבלעמען ביז וואו מ'מעג אויסציען דעם בענדל).
כ'האב נישט קיין אייגענע אינפארמאציע, אבער לבי נוטה אז די הכשר איז ווערד א קדחת, קען זיין ווייל איך טראסט נישט קיין רבנישע קערפערשאפטן אבער דאסמאל ארבעט עס קעגן מיר און די שייטלעך זענען לויט דעם פראבלאמאטיש...

בן אדם » מיטוואך יאנואר 17, 2018 11:55 am

· #393648
ס'איז פשוט אז די אלע וואס האלטן לכתחילה נישט פון שייטלעך זענען די גרעסטע אוסרים. דאס גייט שוין צוריק מיט 30-40 יאר צוריק ווען מ'האט געאסר'ט די לאנגע שייטעלעך.

בן אדם » מיטוואך יאנואר 17, 2018 12:02 pm

· #393649
גראדע קומט מיט דעם נאך א (פראבלעם?) ס'דא פארשידענע בעלי תשובה מאוומענטס ווי זיי ארבעטן שווער אריינצוברענגען א חשק צו די שייטלעך און דארטן גייט עס, אז וואס לענגער די שייטל, אלס א גרעסערע בעלת תשובה איז זי. אבער מיט די יעצטיגע נעגאטיווע אויסדרוקן קעגן די שייטלעך בכלל, ווער ווייסט וואס א השפעה ס'וועט איבערלאזן...

ליטוואק פון בודאפעסט » מיטוואך יאנואר 17, 2018 12:21 pm

· #393652
Re: שערורויה מחודשת איבער שייטלעך פון תקרובת ע"ז
[ציטאט אראפגענומען]
דער וועלט ווארט טאקע מיט שפאנונג פאר די תשובה פון די סארט רבנים......

Sent from my LG-K373 using Tapatalk

יהושע חיים » מיטוואך יאנואר 17, 2018 3:29 pm

· #393666
Re: שערורויה מחודשת איבער שייטלעך פון תקרובת ע"ז
ווי קען מען זעהן וויאזוי עס גייט דורך דער פרעצידור?
וויאזוי הייסט דער רעליגיע?

יעקב מענטש » מיטוואך יאנואר 17, 2018 5:02 pm

· #393671
אינטערסאנט.

אויף אייוועלט האט א ניק געשריבן א וויילע צוריק, אז ער האט געפרעגט רבי מיכל שטיינמעץ שליט"א און הרב גבריאל ציננער שליט"א, צוויי גאנץ שטארקע נעמען, און לדעתם איז עס נישט קיין פראבלעם, ווייל זיי טוען עס נישט אלץ אן 'עבודה', נאר אלץ א 'מתנה' פאר די געטשקע.

איך גלייב אז אויב וואלט דער חשש געווען א פרישער, וואלטט געווען אן אפיציעלער פסק פון די עסטעבלישמענט, דערווייל קוקט דאס אויס ווי א קאמפיין פון יחידים.

אישתישבי » דאנערשטאג יאנואר 10, 2019 9:15 am

· #421786
נייעס
📎 shaitel.pdf

calculator » מאנטאג אפריל 5, 2021 5:07 pm

· #469258
הגאון ר' חיים יוסף דוד ווייס שליט"א איבער די אינדיאנע האר
ער פירט דארט אויס, אז פאר דער וואס עס פרעגט אים זאגט ער, "נישט נאר אז עס איז מותר, עס איז אפילו נישט דא קיין מקום להחמיר, און עס איז נישט דא אפילו קיין הידור מחמיר צו זיין.
https://youtu.be/JIGuE39KlkU?t=2860

פארשטאנד » דינסטאג אפריל 6, 2021 4:34 pm

· #469311
אישתישבי
עס טוט זיך נאכאמאל יעצט וועגן די שייטלעך, איך וועל צולייגן א קול קורא, און א הערה וואס ווייזט אביסעל אויף איגנארענץ.

<a class="postlink" href="https://mobile.nytimes.com/2004/07/14/world/a-religious-tangle-over-the-hair-of-pious-hindus.html">https://mobile.nytimes.com/2004/07/14/w ... indus.html</a>

פין יענע צייט, און רעדט אביסעל וועגן דעם אז "טויזענטער" ארטאדאקסישע פרויען האבן פארברענט די שייטלעך, אבער בתוך הדברים שטייט דארט


'We run through about 20,000 blades daily,'' said Ajeya Kallam, the temple's executive officer. He said the sale of hair brought in $6.17 million last year, adding to the already substantial earnings of India's richest religious institution. (The temple's primary income, about $333 million annually, comes from the monetary donations of its faithful and wide-ranging investments.)


געדענק גוט דער סומע וויפיל געלט עס ברענגט אריין א יאר,

און דערנאך,



and much of India's hair exports, which totaled $62.5 million last year, come out of the customary Hindu tradition of offering one's hair at temples.


שמע מינה אז מען רעדט פין א מועט, רוב האר קומט פין באצאלטע פרויען וואס לאזן זיך באצאלן פאר די האר.


אן אלטע תגובה, אבער איך כאפ נישט ווי דו זעהסט אז אז ס'רוב האר קומט פון באצאלטע פרויען?
$62.5 מיליאן דאללער קומט אריין פון האר געשניטן ביי די בתי עבודה זרה.
$6.17 מיליאן איז פון די ספעציפישע טעמפל.

פארשטאנד » דינסטאג אפריל 6, 2021 4:40 pm

· #469312
calculator
הגאון ר' חיים יוסף דוד ווייס שליט"א איבער די אינדיאנע האר
ער פירט דארט אויס, אז פאר דער וואס עס פרעגט אים זאגט ער, "נישט נאר אז עס איז מותר, עס איז אפילו נישט דא קיין מקום להחמיר, און עס איז נישט דא אפילו קיין הידור מחמיר צו זיין.
https://youtu.be/JIGuE39KlkU?t=2860


בית הוראה מהר"א האט פארשפרייט ליפלעטן דעם פארגאנגענעם יו"ט איבערצו'חזר'ן די חומר האיסור פון די עבודה זרה שייטלען. אויך איז געדרוקט דארט א דרשה פון מהר"א. ליינענדיג האט איך מדייק געווען אינעם רבי'נס דרשה אויף די פילע אי-דיוקים אינעם מציאות הדברים, און איך האב מיך געוואונדערט וויאזוי אז גרויסע רב בישראל קען זיין אזוי מיסאינפארמירט.

באר מים » דאנערשטאג אפריל 8, 2021 1:44 pm

· #469475
לכאורה האלט ער אז עד איז אים נישט נוגע,
ער האט זיך שוין כמה פעמים אויפגעטוהן פאר אנדערע רבנים אז ביי אים אין שטעטל איז כמעט נישט דא קיין שייטלעך אפ' ביי בעל הבית'שע משפחות

אישתישבי » דאנערשטאג אפריל 8, 2021 2:39 pm

· #469490
פארשטאנד
אישתישבי
עס טוט זיך נאכאמאל יעצט וועגן די שייטלעך, איך וועל צולייגן א קול קורא, און א הערה וואס ווייזט אביסעל אויף איגנארענץ.

<a class="postlink" href="https://mobile.nytimes.com/2004/07/14/world/a-religious-tangle-over-the-hair-of-pious-hindus.html">https://mobile.nytimes.com/2004/07/14/w ... indus.html</a>

פין יענע צייט, און רעדט אביסעל וועגן דעם אז "טויזענטער" ארטאדאקסישע פרויען האבן פארברענט די שייטלעך, אבער בתוך הדברים שטייט דארט


'We run through about 20,000 blades daily,'' said Ajeya Kallam, the temple's executive officer. He said the sale of hair brought in $6.17 million last year, adding to the already substantial earnings of India's richest religious institution. (The temple's primary income, about $333 million annually, comes from the monetary donations of its faithful and wide-ranging investments.)


געדענק גוט דער סומע וויפיל געלט עס ברענגט אריין א יאר,

און דערנאך,



and much of India's hair exports, which totaled $62.5 million last year, come out of the customary Hindu tradition of offering one's hair at temples.


שמע מינה אז מען רעדט פין א מועט, רוב האר קומט פין באצאלטע פרויען וואס לאזן זיך באצאלן פאר די האר.


אן אלטע תגובה, אבער איך כאפ נישט ווי דו זעהסט אז אז ס'רוב האר קומט פון באצאלטע פרויען?
$62.5 מיליאן דאללער קומט אריין פון האר געשניטן ביי די בתי עבודה זרה.
$6.17 מיליאן איז פון די ספעציפישע טעמפל.


דער טאטאלער עקספארט פין האר איז זעכציג מיליאן, דאס איז מיט דעם וואס מענטשן געבן האר פאר געלט.

וויפיל קומט פין טעמפעלס און וויפיל פין געלט? וויפיל טעמפעלס איז דא וואס טוהן דער שניידעכץ?

ב.ד.וו האנג קאנג גיבט ארויס אסאך מער האר ווי אינדיע.

פייפעריי » פרייטאג אפריל 9, 2021 12:43 am

· #469547
פארשטאנד
calculator
הגאון ר' חיים יוסף דוד ווייס שליט"א איבער די אינדיאנע האר
ער פירט דארט אויס, אז פאר דער וואס עס פרעגט אים זאגט ער, "נישט נאר אז עס איז מותר, עס איז אפילו נישט דא קיין מקום להחמיר, און עס איז נישט דא אפילו קיין הידור מחמיר צו זיין.
https://youtu.be/JIGuE39KlkU?t=2860


בית הוראה מהר"א האט פארשפרייט ליפלעטן דעם פארגאנגענעם יו"ט איבערצו'חזר'ן די חומר האיסור פון די עבודה זרה שייטלען. אויך איז געדרוקט דארט א דרשה פון מהר"א. ליינענדיג האט איך מדייק געווען אינעם רבי'נס דרשה אויף די פילע אי-דיוקים אינעם מציאות הדברים, און איך האב מיך געוואונדערט וויאזוי אז גרויסע רב בישראל קען זיין אזוי מיסאינפארמירט.


הגאון רבי משה שטערנבוך אסרט. נאך פוסקים אסרן אויך. געדענק איך מהר"א האט געבעטן ביים שבת תשובה דרשה מזאל נוצן נאר שייטלעך מיט א הכשר. איך זע נישט וואס איז שלעכט מיט דעם. אז סאיז דא מיט א הכשר פארוואס זיך אריין לאזן אין שאלות.

נ.ב. קענסט ארויפלייגן די ליפלעטן וואס איז געווען פארשפרייט?

פייפעריי » פרייטאג אפריל 9, 2021 12:47 am

· #469548
באר מים
לכאורה האלט ער אז עד איז אים נישט נוגע,
ער האט זיך שוין כמה פעמים אויפגעטוהן פאר אנדערע רבנים אז ביי אים אין שטעטל איז כמעט נישט דא קיין שייטלעך אפ' ביי בעל הבית'שע משפחות


ער זאגט אז 50% גייט נישט. איז עס טאקע אזוי?
וואס זענען די פראצענטן אין סאטמאר וויליאמסבורג און בארא פארק?
וואס טוט זיך אין פאפא באבוב וויזניץ בעלז גער סקווירא?

רביה''ק זי''ע » פרייטאג אפריל 9, 2021 12:56 am

· #469549
מיין שוואגער פארקויפט גארבידש קענס מיט א הכשר און איך האב געבעהטן אז מ׳זאל נאר קויפן זיינע גארבידש קענס, איך זע נישט וואס איז שלעכט מיט דעם. אז סאיז דא מיט א הכשר פארוואס זיך אריין לאזן אין שאלות.

פייפעריי » פרייטאג אפריל 9, 2021 12:59 am

· #469550
רביה''ק זי''ע
מיין שוואגער פארקויפט גארבידש קענס מיט א הכשר און איך האב געבעהטן אז מ׳זאל נאר קויפן זיינע גארבידש קענס, איך זע נישט וואס איז שלעכט מיט דעם. אז סאיז דא מיט א הכשר פארוואס זיך אריין לאזן אין שאלות.


אז סאיז דא אוסרים אויף די אלטע גארבעדש קענס דעמאלט ביסטו גערעכט.

רביה''ק זי''ע » פרייטאג אפריל 9, 2021 1:01 am

· #469551
אוודאי זענען דא אוסרים, און איך בין איינער פון זיי, כ׳האב ארויסגעגעבן א קול קורא צוזאמען מיט מיין שוואגער א שטיק צייט צוריק קעגן די טמא׳נע גארבידש קענס.

פייפעריי » פרייטאג אפריל 9, 2021 1:03 am

· #469552
רביה''ק זי''ע
אוודאי זענען דא אוסרים, און איך בין איינער פון זיי, כ׳האב ארויסגעגעבן א קול קורא צוזאמען מיט מיין שוואגער א שטיק צייט צוריק קעגן די טמא׳נע גארבידש קענס.


פארוואס לייגסטו נישט ארויס דיין קול קורא אין פובליק? זאג, די האסט א האטליין אויך?

בן-עולם-הבא » פרייטאג אפריל 9, 2021 2:15 am

· #469554
א מזל איז אז ס'איז נשטא קיין שאלה אויף די האר פון די שטריימלעך. מען קען זיך בכלל פארשטעלן א סצענע ווי יידן מאכן א פייער און ווארפן אריין זייערע שטריימלעך?

מפיל קינד » פרייטאג אפריל 9, 2021 7:44 am

· #469559
די מענער גייען לכאורה טרייען עס צו פארקויפן אויף איבעי ווי איידער פארברענען...

בן-עולם-הבא » פרייטאג אפריל 9, 2021 9:45 am

· #469565
איך דערמאן זיך ווי א מאל מיט יארן צוריק האב איך אין ערגעץ א פארום געמאכט אן אנשטעל אז מיין שטריימל איז צום מיין גרויסן שטוינונג, לייזיק געווארן.
און כ'האב אזוינס אין מיין לעבן נישט געהערט. כ'האב זיי דערציילט אז כ'האב דערפון גרויס עגמת-נפש. שבת גיי איך דערמיט כמי שכפאו שד. מורא האב
איך אז די לייז זאלן זיך חלילה נישט אריין כאפן אין דער בארד.

כ'האב ביי זיי אויסגעגאסן מיין ביטער הארץ אז איך שעם זיך דערציילן פאר מעטשן. און אליין האב איך געפרובט כל ערליי מיטלען, ס'האט אבער גארנישט
געהאלפן. אז כ'האב דעם שטריירמל אפילו אריין געלייגט אין פריזער אויף א גאנצע וואך, האפענדיק אז די לייז וועלן פארפרוירן ווערן צום טויט, אבער ווי
וואס ווען. זיי האבן זיך אפילו נישט פארקילט.

א קיצער, די מעמבערס, וואוילע אידן האבן זיך משתדל געווען מיך ארויסצוהעלפן מיט די צרה. געגעבן א ים מיט עיצות. זה בכה וזה בכה. צום סוף האב
איך זיי געזאגט אז ס'איז געווען סתם אן אנשטעל. אז די מעשה לא היה ולא נברא. און ס'איז בכלל נישט מעגלעך אז א שטריימל זאל לייזיק ווערן, ווייל לייז
צאפן בלוט און ביי שטריימלעך ווי אויך ביי בערשט האבן זיי נישט קיין חיונה.

נאכן שפיצל הבן זיי מיך באפאלן מיט א רציחה. הלמאי האב זיי צו נאר געמאכט. וואס בין איך שולדיק אז ס'האט קיינער נישט געוווסט אז אזוינס קען זיך
נישט פאסירן.

פארשטאנד » פרייטאג אפריל 9, 2021 9:53 am

· #469566
אישתישבי
דער טאטאלער עקספארט פין האר איז זעכציג מיליאן, דאס איז מיט דעם וואס מענטשן געבן האר פאר געלט.

וויפיל קומט פין טעמפעלס און וויפיל פין געלט? וויפיל טעמפעלס איז דא וואס טוהן דער שניידעכץ?

ב.ד.וו האנג קאנג גיבט ארויס אסאך מער האר ווי אינדיע.

האסט נישט מדייק געווען, זיי שרייבן אז זעכציג מיליאן קומט אריין פון מענטשן וואס שערן זיך אין די בתי עבודה זרה (ברחבי אינדיע), און $6.7 קומט פון די ספעציפישע בית עבודה זרה וואס די ניו יארק טיימס האט אינטערוויועד.

real fake news » פרייטאג אפריל 9, 2021 3:06 pm

· #469585
בן-עולם-הבא
א מזל איז אז ס'איז נשטא קיין שאלה אויף די האר פון די שטריימלעך. מען קען זיך בכלל פארשטעלן א סצענע ווי יידן מאכן א פייער און ווארפן אריין זייערע שטריימלעך?

א מזל? סדא זייער א פשוטע סיבה דערצו, די אלע רבנים וואס אסרן שייטלעך גייען מיט שטריימלעך.

כרם זית » מוצ"ש אפריל 10, 2021 10:14 pm

· #469620
ערנסט גערעדט. אפילו אויב די מאכמירים זענען גערעכט אז עס איז תקרובות ע"ז, פארוואס זאל נישט זיין מותר זיך מכסה זיין די ראש דערמיט. איי זי האט הנאה פון ע"ז? נא מצות כסוי הראש לאו ליהנות ניתנה?!

מי אני » מוצ"ש אפריל 10, 2021 11:31 pm

· #469627
מ׳קען זאגן אז וויבאלד ס׳איז מיועד להישרף איז די פראבלעם אז כתותי מיכתת שיעוריה און עס באדעקט נישט די האר... 😃
‏איך פארשטיי אז ביי כיסוי מקומות ערוה איז די געדאנק אי למעשה מיתחזיא או לא, ועיין בברכות כה:

פארשטייט זיך אז אליבא דהר״ן (בנדרים טו:) וואס אסר׳ט יא אפילו במצוה אין א פאל וואו ס׳איז גופו/ה נהנה מן האיסור ע״ש, דארף מען מעיין זיין צי דאס ווערט גערעכענט ווי גופה נהנה. ווי אויך פונעם רשב״א דארט קומט אויס אז וואו ס׳איז שייך מקיים צו זיין די מצוה דורך אן אנדערן אופן זאגט מען נישט דעם כלל ע״ש. דער אבני מילואים (סימן כח ס״ק ס) שטעלט טאקע צאם די צוויי און זאגט אז וואו ס׳איז דא גופו נהנה מן האיסור און עס איז אויך שייך מקיים צו זיין די מצוה באופן אחר, דעמאלטס איז נישט גילטיג דעם כלל פון מצות לאו ליהנות ניתנו ע״ש.

וכמובן וויבאלד דאס איז דאך יא א דאורייתא (ועיין בכתובות עב.) איז ממילא נישט גילטיג דעם בעל המאור׳ס חילוק אין דעם (בר״ה כח.) בין דאורייתא דאמרינן כלל זה ובין בדרבנן דלא אמרינן; דא דארף מען טאקע בעצם יא זאגן דעם כלל.

אישתישבי » זונטאג אפריל 11, 2021 12:40 am

· #469630
פארשטאנד
אישתישבי
דער טאטאלער עקספארט פין האר איז זעכציג מיליאן, דאס איז מיט דעם וואס מענטשן געבן האר פאר געלט.

וויפיל קומט פין טעמפעלס און וויפיל פין געלט? וויפיל טעמפעלס איז דא וואס טוהן דער שניידעכץ?

ב.ד.וו האנג קאנג גיבט ארויס אסאך מער האר ווי אינדיע.

האסט נישט מדייק געווען, זיי שרייבן אז זעכציג מיליאן קומט אריין פון מענטשן וואס שערן זיך אין די בתי עבודה זרה (ברחבי אינדיע), און $6.7 קומט פון די ספעציפישע בית עבודה זרה וואס די ניו יארק טיימס האט אינטערוויועד.


לא דקת. קענסט קוקען אנדערע פלעצער וועסטו זעהן אז דאס איז דער טאטאלער עקספארט פין אינדיע.

אין יענער ארטיקעל שטייט אויך נאר אז אסאך פין דער טאטאלער עקספארט קומט פין די טעמפעלס, דאס מיינט נישט אפילו רוב. איך ווייס נישט וואס דער אמת'ער נאמבער איז, כלומר וויפיל פין אינדיע איז פין טעמפעלס, און וויפיל איז נישט פין טעמפעלס.

עס קען זיין אז מען קען זאגן כל דפריש אפילו אויב רוב האר איז יא פין טעמפעלס, כל זמן אז די פלעצער זענען מער ווי טעמפעלס, כמבואר באחרונים אז מען גייט נאך רוב חניות, נישט רוב בשר, מיט דער תנאי אז דער ספק הייבט זיך אהן נאך די חניות, וואס דאס איז לכאורה דער מציאות ביי די האר.

תרמב » זונטאג אפריל 11, 2021 10:33 am

· #469670
real fake news
בן-עולם-הבא
א מזל איז אז ס'איז נשטא קיין שאלה אויף די האר פון די שטריימלעך. מען קען זיך בכלל פארשטעלן א סצענע ווי יידן מאכן א פייער און ווארפן אריין זייערע שטריימלעך?

א מזל? סדא זייער א פשוטע סיבה דערצו, די אלע רבנים וואס אסרן שייטלעך גייען מיט שטריימלעך.

הלוואי וואלט מען געהייסן פארברענען די אלע טייערע שטריימלעך, איך ווער שוין נערוועז פון עס דארפן וואטשן אזוי סאך, מ’דארף טשעקן די וועטער צו וויסן וועלכע שטריימל צו גיין, מ’דארף עס איבערמאכן פון צייט צו צייט, וכדומה, ווען מ’קען ווען גיין מיט די אלטע פלאטשיגע שטריימלעך וואלטן אסאך פראבלעמען געלעזט געווארן.