☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » פארברענגען » מייסטערווערק » ווען דער לא נתקבל איז אנגעקומען אין ישיבה (וועקער 11)

ווען דער לא נתקבל איז אנגעקומען אין ישיבה (וועקער 11)

6 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #12070

רויטע וואנצעס » דינסטאג יאנואר 16, 2018 11:20 pm

· #393601
ווען דער לא נתקבל איז אנגעקומען אין ישיבה (וועקער 11)
איך עפן די אשכול אלץ א פלאטפארמע צו שמועסן איבער די געשיכטע כ'האב געשריבן אינעם וועקער.

ארי נוהם » מיטוואך יאנואר 17, 2018 2:55 am

· #393619
הערליכער ארטיקל מיט אסאך רוישיגע געפילן!

ווי ראובן זאגט, א רחמנות אויפן בחור פאר זיין טראומאטישער אדורכגאנג, און פארן זיין אזא תמים צו וועלן לערנען אין א ישיבה וואו מ'האט אים אזוי ביטערליך פארשעמט.

פון די אנדערע זייט, איז דער בחור א דאפלטער העלד אין מיינע אויגן. נישט נאר ער האט באוויזן זיך צו שלאגן מיט א ראש ישיבה, זייענדיג א יונגע שנוק, און אים בייקומען, נאר ער האט אויך געגעבן א מעסעדזש פארן ראש ישיבה וואס שפילט זיך מיט בחורימ'לעך כאדם העושה בתוך שלו: דו ווייסט נישט וואס דו טוסט, און דו ווייסט נישט פון וועם דו וועסט פאקטיש זען -סאו קאולד- "נחת". בבחינת מה שאמרו ז"ל הזהרו בבני עניים שמהם תצא תורה לישראל.


איך האף אז דער ראשעשיווע האט זיך אמאל אנטשולדיגט פארן בחור'ל, און אויב נישט - וואלט געווען כדאי אז ער זאל דאס ארויפברענגען אויפן טיש פונעם ראש ישיבה.

רויטע וואנצעס » דאנערשטאג יאנואר 18, 2018 4:47 pm

· #393736
ארי נוהם

פון די אנדערע זייט, איז דער בחור א דאפלטער העלד אין מיינע אויגן. נישט נאר ער האט באוויזן זיך צו שלאגן מיט א ראש ישיבה, זייענדיג א יונגע שנוק, און אים בייקומען, נאר ער האט אויך געגעבן א מעסעדזש פארן ראש ישיבה וואס שפילט זיך מיט בחורימ'לעך כאדם העושה בתוך שלו: דו ווייסט נישט וואס דו טוסט, און דו ווייסט נישט פון וועם דו וועסט פאקטיש זען -סאו קאולד- "נחת". בבחינת מה שאמרו ז"ל הזהרו בבני עניים שמהם תצא תורה לישראל.


גוטע נקודה. די ראש ישיבה הער איך איז נאכאלץ דארט אבער די משגיחים זענען שוין לאנג געפלויגן. נחמה פורתא.

ליטוואק פון בודאפעסט » דאנערשטאג יאנואר 18, 2018 6:38 pm

· #393742
עס איז מיר זייער שווער זיך פארצושטעלען אזא מציאות. א בחור זאל האבען אזא דרייסטקייט צו טוהן אזא שריט מצד אחד, און מצד שני האט ער זיך צוגעשטעלט ווי א טאטעלע צו די ישיבה, כאילו זיין גאנצע נאטור האט נאר עגזיסטירט אויף א פאר טעג, און דערנאך האט ער עס אוועק געלייגט ביז נאך שלחן עורך. אדער איז דער בחור אן איש תקיף מאד, וואס מ'וועט פון איהם נאך הערען אלס א מנהיג פון אנדערע (נישט קיין באס דרייווער, נאר א גייסטישע מנהיג)

וואלווי » זונטאג יאנואר 21, 2018 7:49 am

· #393858
Re: ווען דער לא נתקבל איז אנגעקומען אין ישיבה (וועקער 11)
Touched my heart...
זעהט אויס אומריעליסטיש, ווי נעמט א בחור'ל די כוחות בפרט נאך וואס זיינע אייגענע עלטערן האבן זיך שוין מייאש געווען.

אבער ליידער שטייט די רשעות ארויס אסאך מער ווי די העלדישקייט ווייל אזא מעשה איז חד בדרא משא"כ די רשעות איז מעשים בכל יום

שמעקעדיג » דינסטאג פעברואר 6, 2018 12:38 am

· #394880
דער ארטיקל האב איך גלייענט מיט אן אטעם פארכאפענדע שפאנונג.
עס איז מיר שווער צו גלייבן אז דאס זאל קענען זיין אמת. אבער עס וואלט געקענט זיין אמת! עכ"פ דער מוסר השכל איז גאר גוט.