☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » פארברענגען » צימעס » הצלה וואלונטיר פירט זיך אויף ווי א גענגסטער

הצלה וואלונטיר פירט זיך אויף ווי א גענגסטער

10 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #1207

דולה ומשקה » דינסטאג יולי 24, 2012 12:03 pm

· #27923
הצלה וואלונטיר פירט זיך אויף ווי א גענגסטער
קליפ: הצלה וואלונטיר פירט זיך אויף ווי א גענגסטער

דער הצלה וואלונטיר, איינער פאטעלאוויץ, א "לעלו", איז געזיצן אין זיין קאר אין וויליאמסבורג, און גערעדט אויפ'ן טעלעפאן, ווען א היימישער יונגערמאן איז אנגעקומען מיט זיין קאר און זיך געפארקט. דער יונגערמאן האט בטעות אנגערירט דעם באמפער פון דעם פאטעלאוויץ. דער פארשוין איז ארויסגעקומען פון זיין קאר און מיט א רציחה באפאלן דעם קאר פון דעם יונגערמאן און אנגעפאנגען צו האקן אויף זיין ווינדאו מיט כעס, שרייענדיג מיאוס'ע ווערטער

אבער ער איז נישט געווען צופרידן דערפון דערמיט נאר ער האט ארויסגענומען א טעלעפאן און געשפילט ווי אן אפיסער, ער האט אנגערופן איינעם פון זיינע "באדיס" אין די ען וויי פי די און יענעם איבערגעגעבן די פלעיטס און רעדזשיסטרעישאן אינפארמאציע פון דעם יונגערמאן, אז מען זאל פון אים קעיר נעמען

ביי דעם פוינט האט דער יונגערמאן ארויסגענומען א טעלעפאן און אנגעפאנגען צו רעקארדן. דער פאטעלאוויץ האט געטרייט צו עקטן כאילו ער איז אן אמת'ער פאליסמאן און ארויסגעלייגט אויף זיין קאר א צעטל וואס ער האט ארויסגעפרינט מיט א קאלאר פרינטער, אן ען וויי פי די סימבאל.

ווען דער יונגערמאן האט פארמאכט דעם טעלעפאן און אוועקגעגאנגען האט פאטעלאוויץ אים נאכגעשריגן, "דעי אר גאואינג טו טאו עוועי יור קאר"

די שאלה איז אזוי, וואס פארא רעכט האבן הצלה וואלונטירס זיך אויפצופירן אזוי. וואס פארא רעכט האט א יונגערמאן וואס האט "קאנעקשאנס" אין די ען וויי פי די דאס צו נוצן צו מוסר זיין ממון ישראל פאר גוים ווייל דער יונגערמאן האט געטאטשט זיין קאר (קוקטס גוט אויפ'ן קליפ, ניטאמאל א קריץ האט ער אים געגעבן)

ועל הכלל כולו יצא, אויף די אלע "לעלוס" און "וואנעבי קאפס" וואס דרייען זיך ארום און אינטימידעיטן גוים און אידן צוגלייך וואס שטייען זיי אין וועג, און פירן זיך אויף ווי קאפס, און נוצן זייערע קאנעקשאנס ביי די פאליס צו געבן טיקעטס פאר זייערע שונאים. דארפן מיר פון זיי ליידן?

ישר כח פאר דעם חשוב'ן יונגערמאן פאר'ן אפכאפן דעם אינצידענט. ממנו ילמדו וכן יעשו. מיר וועלן אפשטעלן דעם אביוז וואס די גענגסטערס פירן קעגן אונז דורך רעקארדן עס און ארויף לייגן אויף יו טוב.

קליפ:



<a class="postlink" href="http://youtu.be/l98LnRsMhBk">http://youtu.be/l98LnRsMhBk</a>

(קרעדיט: כל העולם כולו)

נפתלי » דינסטאג יולי 24, 2012 12:06 pm

· #27925
.
📎 download.jpg

שמואל הלוי » דינסטאג יולי 24, 2012 1:45 pm

· #27970
דולה ומשקה
ישר כח פאר דעם חשוב'ן יונגערמאן פאר'ן אפכאפן דעם אינצידענט. ממנו ילמדו וכן יעשו. מיר וועלן אפשטעלן דעם אביוז וואס די גענגסטערס פירן קעגן אונז דורך רעקארדן עס און ארויף לייגן אויף יו טוב.

קליפ:



<a class="postlink" href="http://youtu.be/l98LnRsMhBk">http://youtu.be/l98LnRsMhBk</a>

(קרעדיט: כל העולם כולו)

This video is private

שמואל הלוי » דינסטאג יולי 24, 2012 1:45 pm

· #27971
פארוואס קען מען עס נישט זעהן מער?

יואליש » דינסטאג יולי 24, 2012 1:49 pm

· #27974
כ'הער אז דער לעלו האט זיך געבעטן אז מ'זאל אראפנעמען די ווידיאו ווייל ער שטייט צו פארלירן זיין שטאטישע זשאב נאכן אבויזן זיין פאוער. דער אינגערמאן איז א נארמאלע מענטש און זיכט אים נישט שאדן צו מאכן.

היימישער » מיטוואך יולי 25, 2012 3:24 pm

· #28497
איבעראל איז דא משוגעים, איך בין אמאל געווען אין ב"פ אויף שבת און איך בין אנגעקומען ביים זמן, און איך האב געפארקט אין איינעמם דרייוו-וועי (א גרויסע ווי עס פיטען 4 קארס) און איך האב געלייגט א צעטל אז אזוי ווי עס איז שוין די זמן און איך האב נישט וואו צו פארקן, און איך וועל עס רוקן ביים זמן מוצש"ק, מיט מיין סעל # ,
מוצ"ש 5 מינוט נאכן זמן איז מיין קאר געווען באדעקט מיט גארביטש, און א יונגערמאן א הצלה מעמבער האט געשריגן קולות אויף מיר (איך האב קיינעם נישט געבלאקט, איך בין געפארן געויג טיף אז מען קען מיך בלאקן). האב איך אים געענטפערט אז אלץ הצלה מעמבער מוז ער נישט אויסנוצן זיין פאוער, און ער מעג העלפן אידן וואס האלטן נישט ביים שטארבן אויך

town1 » מיטוואך אוגוסט 1, 2012 3:52 pm

· #30782
עס איז א גרויסע חילול השם ארויפצולייגן א יו טאב קליפ ווי אידן שלאגן זיך

berlbalaguleh » דינסטאג אקטאבער 16, 2012 3:18 am

· #51951
town1
עס איז א גרויסע חילול השם ארויפצולייגן א יו טאב קליפ ווי אידן שלאגן זיך

אבער מענטשן וואס ס'דאכט זיך זיי אז זיי האבן פאוער מעגן דאס אויסנוצן צו אונטערדריקן אנדערע יודן??? 😈

אברעמעל » דינסטאג אקטאבער 16, 2012 8:15 am

· #51959
וואס איז פשט פון ארויפצוברענגן יעדע דריטע נאכט אלטע אשכולות?

גוטזאגער » דינסטאג אקטאבער 16, 2012 12:45 pm

· #52021
כזעה נישט קיין פראבלעם דערמיט אויב עס קומט נאך צוויי זאכען
איינס סאיז נישט קיין נייעס (כגון דא)אדער א סיזעניל אישוי(למשל וועגן רעבישע סוכות)
צווייטענס נאר אויב עס לוינט זיך צו עפענען די אשכול כדי צו ליינען די פרישע תגובה
וואס האלטסטו?