☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » תורה ודעת » תורה און מחשבה » Torah overrides

Torah overrides

24 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #1206

real jew » דינסטאג יולי 24, 2012 11:30 am

· #27907
Torah overrides
I'm posting the first few please add

Eat meat after listening to a siyam in the 9 days
Carry on shabbos with an eruv
Borrow money with heter iska
Sell chamotz for pesach
Eat after listning to a siyam erev pesach
Confusing the angels with shofar on Rosh Hashanah

זר זהב » דינסטאג יולי 24, 2012 11:33 am

· #27911
לייג עס אין "תורה און מחשבה" פארום

real jew » דינסטאג יולי 24, 2012 11:35 am

· #27912
how do i move it?

זר זהב » דינסטאג יולי 24, 2012 11:40 am

· #27918
הנהלה וועט עס טון

קלוג און יונג » דינסטאג יולי 24, 2012 12:31 pm

· #27935
תשעה באב נדחה. עסן אום תשעה באב שבת
פיקוח נפש דוחה שבת
שעטנז בבגדי כהן גדול

און אפשר, קוקען ווי פרויען טאנצען ביי א מצוה טאנץ... 🙄

gehlungen » דינסטאג יולי 24, 2012 5:43 pm

· #28070
קלוג און יונג
תשעה באב נדחה. עסן אום תשעה באב שבת
פיקוח נפש דוחה שבת
שעטנז בבגדי כהן גדול

און אפשר, קוקען ווי פרויען טאנצען ביי א מצוה טאנץ... 🙄

You are not allowed to ladys dance. What mitzveh tanz are you talkig about ❓

gehlungen » דינסטאג יולי 24, 2012 5:45 pm

· #28075
קלוג און יונג
תשעה באב נדחה. עסן אום תשעה באב שבת
פיקוח נפש דוחה שבת
שעטנז בבגדי כהן גדול

און אפשר, קוקען ווי פרויען טאנצען ביי א מצוה טאנץ... 🙄

You can add the PRIZBEL & Bootel Beshishim

נפתלי » דינסטאג יולי 24, 2012 5:47 pm

· #28076
פארוואס עפעס תורה אווערייד?
ס'איז נישט אז די תורה לאזט נישט און מ'קען עס אוועריידן, די תורה לאזט יא אבער נאר מיט געוויסע תנאים

זר זהב » דינסטאג יולי 24, 2012 5:51 pm

· #28078
ער מיינט צו זאגן אז די חכמים אוועריידן. קענסט פרעגן אז די חכמים זענען דאך די זעלבע תורה...

שמעקעדיג » דינסטאג יולי 24, 2012 5:57 pm

· #28082
ארבעים חסר אחת..

זר זהב » דינסטאג יולי 24, 2012 5:58 pm

· #28084
עין תחת עין.. געלט

איך אויך » דינסטאג יולי 24, 2012 7:45 pm

· #28141
מן-הסתם קומט עס דא אריין, די הלכה איז אז א מנהג איז עוקר א דין דהיינו אז מען בארגט געלט איז די הלכה אז מען דארף צאלן אבער דער מנהג איז אז מען צאלט נישט און כמובן מנהג עוקר דין.

קלוג און יונג » דינסטאג יולי 24, 2012 11:48 pm

· #28266
gehlungen
קלוג און יונג
תשעה באב נדחה. עסן אום תשעה באב שבת
פיקוח נפש דוחה שבת
שעטנז בבגדי כהן גדול

און אפשר, קוקען ווי פרויען טאנצען ביי א מצוה טאנץ... 🙄

You are not allowed to ladys dance. What mitzveh tanz are you talkig about ❓

די כלה טאנצט.
אבער עס איז נאר געווען א וויץ.

נולד מאוחר » מיטוואך יולי 25, 2012 1:43 am

· #28302
זיצן הכנות היתר אויף זמן תפילה.

נפתלי » מיטוואך יולי 25, 2012 8:43 am

· #28323
זר זהב
ער מיינט צו זאגן אז די חכמים אוועריידן. קענסט פרעגן אז די חכמים זענען דאך די זעלבע תורה...

סך הכל וויל מען דא מאכן א שיעור אין שולחן ערוך?

קאווע טרינקער » מיטוואך יולי 25, 2012 10:05 am

· #28344
עירוב תבשילין.

קלוגער פון דער וואס האט אונז באשאפען איז נישט שייך. אמת?
תורה המסורה בידנו, שבכתב ושבעל פה, הכל נמסר למשה בסיני?

אויב אזוי, איז בהכרח אז אלע "וועגן זיך ארויסצודרייען" איז מתחילה געווען אזוי אין פלאן.

נולד מאוחר » מיטוואך אוגוסט 15, 2012 1:08 am

· #35498
איסור דורש אל המתים, מ'גייט צו א צדיק'ס קבר.
כ'רעד נישט פון די פאר ידענים וואס קענען די טריק, ''איך בעט דעם אייבירשטן אין זכות פונעם צדיק".
כ'רעד פון רוב עמך אידן.

קווארטין » מיטוואך אוגוסט 15, 2012 9:04 am

· #35520
קלוג און יונג
gehlungen
קלוג און יונג
תשעה באב נדחה. עסן אום תשעה באב שבת
פיקוח נפש דוחה שבת
שעטנז בבגדי כהן גדול

און אפשר, קוקען ווי פרויען טאנצען ביי א מצוה טאנץ... 🙄

You are not allowed to ladys dance. What mitzveh tanz are you talkig about ❓

די כלה טאנצט.
אבער עס איז נאר געווען א וויץ.

דאכטזיך מיר אז ס'יז געווען עפעס א מנהג אין געוויסע פלעצער, קאן זיין א פארגרעבטע מנהג, אז דו מחותנסטעס פלעגן עפעס "אויסטאנצן " ביים מצוה טאנץ. כאב זיך אנגעשטויסן מיט דעם טאקע אין קווארטין'ס ביכל "מיין לעבן", און אין נאך עטליכע פלעצער. אויב עמעציר ווייסט פון אזאנס, ביטע שערן.

אשכנ » מיטוואך אוגוסט 15, 2012 9:33 am

· #35522
נולד מאוחר
איסור דורש אל המתים, מ'גייט צו א צדיק'ס קבר.
כ'רעד נישט פון די פאר ידענים וואס קענען די טריק, ''איך בעט דעם אייבירשטן אין זכות פונעם צדיק".
כ'רעד פון רוב עמך אידן.


די ענין ווערט ברייט ארום גערעדט אין אסאך ספרי הפוסקים ושו"ת און אסאך האבען מלמד זכות געווען אויפ'ן עולם. איך האב נישט די מראה מקומות דא, אבער די ספרי המלקטים אויף הל' ערב ר"ה ברענגען זיי אראפ.

קאווע טרינקער » מיטוואך אוגוסט 15, 2012 10:24 am

· #35531
יא, יא,
מאכט זיך אמאל מ'גייט צו א קבר, ס'ווערט טאקע געברעגנט אין הלכות ראש השנה, טאקע דערפאר ווייס ס'איז א זעלטענע זאך (אויך תשעה באב). אבער אז ס'איז געווארן א טאג טעגליכע מצוה? הזאת תורה?
עד כדי כך, אז נעכטן ביי מנחה-מעריב פרעגט מיך א איד
ש: "וויאזוי ביסטו צוריק געקומען".
ת. פון וואו?
ש. "פון ציון".
ת. איך בין נישט געווען
ש. "ביסט שוין אינגאנצען פארפארן"

קינדער ווערן אהיימגעשיקט פון חדר פריער כדי די מלמדים זאלן קענען גיין צום ציון. משוגעים!. ס'קומט צום דינער שרייט מען אין די מייק די גרויסקייט פון הבל פיהם תשב"ר...

אשכנ » מיטוואך אוגוסט 15, 2012 11:08 am

· #35556
אינדערהיים פלעגט טאקע נישט זיין אזוי אפט, יעדער האט געהאט זיין פלאץ ווי ער פלעגט גיין. היינט וויל יעדער זיין "מאסף לכל המחנות" און וועגען דעם פארט מען אסאך.

קאווע טרינקער » מיטוואך אוגוסט 15, 2012 11:35 am

· #35593
אשכנ
אינדערהיים פלעגט טאקע נישט זיין אזוי אפט, יעדער האט געהאט זיין פלאץ ווי ער פלעגט גיין. היינט וויל יעדער זיין "מאסף לכל המחנות" און וועגען דעם פארט מען אסאך.

אמת אשכנז, הלוואי זאלן מיר זיך האלט'ן מיט די אשכנז מנהגים..

נס קאווע » מיטוואך אוגוסט 15, 2012 5:13 pm

· #35807
אפילו ווער ס' נישט געגאנגען, אויף די יאהרצייט פלעגט מען יא גיין

אשכנ » מיטוואך אוגוסט 15, 2012 7:52 pm

· #35888
קאווע טרינקער
אשכנ
אינדערהיים פלעגט טאקע נישט זיין אזוי אפט, יעדער האט געהאט זיין פלאץ ווי ער פלעגט גיין. היינט וויל יעדער זיין "מאסף לכל המחנות" און וועגען דעם פארט מען אסאך.

אמת אשכנז, הלוואי זאלן מיר זיך האלט'ן מיט די אשכנז מנהגים..

אמת, אבער פאר אסאך מענטשען קען עס זיי אפהיטן פון ערגערע זאכן אין די צייט...