☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » פארברענגען » מוזיק! » ליפא שמעלצער = 3 נייע אלבוים'ס

ליפא שמעלצער = 3 נייע אלבוים'ס

26 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #12057

מוזיק עקספערט » זונטאג יאנואר 14, 2018 10:15 pm

· #393403
ליפא שמעלצער = 3 נייע אלבוים'ס
ליפא שמעלצער איז צירוק אויף די ארענע נאכן נישט ארויס געבן קיין איין אלבוים די לעצטע קרוב צו 3 יאר, און אצינד ארבעט ער אויף 3 אלבוים'ס אויף איין מאל, און ער זאגט אז אין מוקדם ומאוחר בתורה, ממילא ווייסט ער נישט וועלכע עס וועט ארויסקימען פריער און וועלכע שפעטער
די ערשטע אלבוים וואס ער ארבעט אויף איז: LookaLipaLike, דאס איז אן אלבוים וואס וועט האבן פרישע שטערנס בעולם הנגינה, סיי מיט נייע קאמפאזער'ס און סיי מיט נייע ארענזשער'ס.
די צווייטע אלבוים וואס ער ארבעט אויף איז אן אלבוים וואס וועט גיין אין די מהלך פון זיינע אלטע אלבוים'ס, די גוטע ליפא אלבוים'ס נאך וואס יעדער איינער בענקט זיך.
די דריטע אלבוים ווייס איך נישט וואספארא סטייל עס וועט זיין, איך האב נאר געהערט האלבע ווערטער, און אדרבא, אויב איינער האט עפעס מער דיטעילס זאל זיך לאזן הערן.

היכי דמי » זונטאג יאנואר 14, 2018 10:53 pm

· #393409
די אלבום מיט די נייע קאמפאוזערס איז ערווארטעט צו זיין אינדרויסן דורכאויס די זומער חדשים.

איסר האטלקי » מאנטאג יאנואר 15, 2018 12:15 am

· #393415
קען איך איינער וואס האט אריינגעשיקט א ניגון צו ליפא'נען, ונתקבל.

ער האט שוין די ניגונים פאר א גוטע צוויי יאר, שוין געמיינט אז ער האט אויפגעגעבן דערויף.

מוזיק עקספערט » מאנטאג יאנואר 15, 2018 12:23 am

· #393417
Re: ליפא שמעלצער = 3 נייע אלבוים'ס
פרטים ביטע

berlbalaguleh » מאנטאג יאנואר 15, 2018 12:44 am

· #393419
[quote="איסר האטלקי".[/quote]
נמחק מטעם הכמוס. ייש"כ פאר די לייקס...!...!

מוזיק עקספערט » מאנטאג יאנואר 15, 2018 11:07 am

· #393433
Re: ליפא שמעלצער = 3 נייע אלבוים'ס
ליפא אין סטודיא מיט איינע פון די נייע זינגערס, אהרן טעסלער, ארבעטנדיג אויף די נייע LookaLipaLike אלבוים

היכי דמי » מאנטאג יאנואר 15, 2018 11:20 am

· #393435
ליפא אין סטודיא ביים רעקארדירן א ניגון.

לינק גענומען פון איי וועלט <a class="postlink" href="https://www.dropbox.com/s/4kgqt22hqrf2jjg/1_5107227108678041614.mp4?dl=0">https://www.dropbox.com/s/4kgqt22hqrf2j ... 4.mp4?dl=0</a>

מוזיק עקספערט » מאנטאג יאנואר 15, 2018 10:54 pm

· #393487
Re: ליפא שמעלצער = 3 נייע אלבוים'ס
ליפא היינט אין סטודיא מיט אהרן שפירא ארבעטנדיג אויף זיין נייע LookaLipaLike אלבוים http://cloud.tapatalk.com/s/5a5d772cece7e/VID_20180115_224659_023.mp4

Sent from my 5056N using Tapatalk

מוזיק עקספערט » זונטאג יאנואר 28, 2018 12:49 am

· #394355
Re: ליפא שמעלצער = 3 נייע אלבוים'ס
ליפא האט היינט נאַכט געמאלדן אז איינער פון די פראזשעקס אויף וואס ער ארבעט יעצט איז 'לעילא ולעילא 2' וואס וועט אנטהאלטן א קאלעקציע פון אלטע חסידישע ניגונים לעילו נשמת זיין טאטע ע"ה

היכי דמי » זונטאג יאנואר 28, 2018 1:57 pm

· #394388
דאס איז גוטע נייעס. אבער מיין שאלה איז צו ער גייט מצליח זיין דערמיט? ווייל ביי די חסידים איז ער נישט אנגענומען אלס זיין מהות און השקפה, און די מאדערענע מענטשן גייען מן הסתם נישט ווערן פארקויפט פאר אזאנס

די קעניג פין אמעריקע » זונטאג יאנואר 28, 2018 2:39 pm

· #394391
מאכן סידיס איז היינט נאר פראפעגאנדע ס'ברענגט נישט קיין געלט סיי ווי. פראפעגאנדע וועט דאס איהם זיכער ברענגן.

היכי דמי » זונטאג יאנואר 28, 2018 3:18 pm

· #394392
פאלגענד איז א גאר רירענדע מאמענט אפגעכאפט פון די נעכטיגע קומזיץ פון ליפא, ווי ער זינגט די באקאנטע ניגון ״א טאטע ביזטו״ פון אברהם פריעד.

נעכטן ביים קומזיץ האט ליפא געמאלדן עטליכע ווייטערדיגע פלענער פון זיינע מוזיקאלישע ווערק.

צווישן אנדערע האט ליפא געמאלדן אז ער גייט ערשיינען מיט א נייע סינגל די וואך, פון איינע פון די נייע ניגונים פון זיין ״לוק ע ליפא לייק״ פראיעקטן פון נייע ארטיסטן.

אזוי אויך האט ליפא אנגעהויבן צו ארבעטן אויף א נייע פולקאמער חסידישער אלבום אין די סעריע פון לעילא ולעילא, א קאלעקציע פון שיינע ניגונים פון חסידישע הויפן. ליפא ארבעט אויפ׳ן אלבום אינאיינעם מיט די טאלאנטפולער פראדעצירער זאבי פריעד.

דא האט איר די לינק איבערצוקוקן די גאנצע קומזיץ אויף יו טוב:
‏https://youtu.be/jfhhMU1G5f8

קרעדיט: ליפא׳דיג און לעבעדיג טעלעגראם טשענעל: <a class="postlink" href="https://t.me/LipaDig">https://t.me/LipaDig</a>

א-שופר-איז-א-שופר » מיטוואך יאנואר 31, 2018 10:23 am

· #394571
נעבעך

מפיל קינד » מיטוואך יאנואר 31, 2018 8:00 pm

· #394587
היכי דמי
דאס איז גוטע נייעס. אבער מיין שאלה איז צו ער גייט מצליח זיין דערמיט? ווייל ביי די חסידים איז ער נישט אנגענומען אלס זיין מהות און השקפה, און די מאדערענע מענטשן גייען מן הסתם נישט ווערן פארקויפט פאר אזאנס

כ'ווייס נישט, ביים פאריגן לעילה איז ער שוין אויך נישט געווען אנגענומען, און ווער האט עס נישט געקויפט?

יא, ער איז היינט סאך ערגער, אבער די וועלט איז געווען אסאך פרומער דעמאלטס.

מוזיק עקספערט » מאנטאג אפריל 9, 2018 4:32 pm

· #399215
Re: ליפא שמעלצער = 3 נייע אלבוים'ס
איינס פון די 3 אלבוימ'ס האבן שוין א דאטום;

ליפא שמעלצער'ס נייע אלבום 'לעילא ולעילא 2' אינאיינעם מיט זאבי פריעד איז ערווארטעט צו זיין אינדרויסן אויף חמשה עשר באב!
אלבוים אראנדזשירט דורך יואלי דיקמאן!

בעל דרשן » זונטאג יולי 15, 2018 8:12 pm

· #408799
ווי האלט עס מיט די סידי קומט טאקע ליפא ארויס נאך חמשה עשר?

היכי דמי » דינסטאג יולי 17, 2018 8:54 pm

· #409126
עס האט זיך אפגעשטופט. ווי עס הייסט איצט וועט ער ארויסקומען ערגעץ בעפאר ראש השנה.

בעל דרשן » דינסטאג יולי 17, 2018 11:33 pm

· #409136
מסתמא ווארט ער עס זאל אדורכגיין די שנת אבילות אויף זיין פאטער ז”ל לאמיר האפן עס וועט זיך נישט שלעפען לענגער

מוזיק עקספערט » זונטאג אוגוסט 12, 2018 6:15 am

· #410914
Re: ליפא שמעלצער = 3 נייע אלבוים'ס
ליפא מעלדט אז ער האט די נאכט רעקארדירט אלע ניגונים פאר זיין נייע אלבוים לעילא ולעילא 2http://cloud.tapatalk.com/s/5b7008222cec1/VID_20180812_055142_969.mp4

היכי דמי » מאנטאג אוגוסט 13, 2018 12:02 am

· #410963
דאס איז א זאך וואס איז לכאורה נאכנישט געווען אין די היסטאריע פון אידישע מוזיק אז מען זאל ריקארדירן פראפעשעניל 10 ניגונים אין איין טאג/נאכט.

איך הער אז רוב ניגונים זענען ניי.

דער גאלדענער אדלער » מאנטאג אוגוסט 13, 2018 12:57 pm

· #410982
Re: ליפא שמעלצער = 3 נייע אלבוים'ס
היכי דמי
דאס איז א זאך וואס איז לכאורה נאכנישט געווען אין די היסטאריע פון אידישע מוזיק אז מען זאל ריקארדירן פראפעשעניל 10 ניגונים אין איין טאג/נאכט.

איך הער אז רוב ניגונים זענען ניי.
ס'באקאנטע זאך פון ליפא, דאס רעקארדירן אלעס אויפאמאל, איינע פון זיינע געבענטשטע טאלאנטן

היכי דמי » דאנערשטאג אקטאבער 25, 2018 9:16 pm

· #415357
ליפא גרייט זיך ארויסצוקומען מיט זיין נייע אלבום אויף קומענדיגע חנוכה הבעל״ט.

רוב מוזיק איז אראנדזשירט דורך יולי דיקמאן, אויך איז דא א ניגון וואס רובי באנעט האט געמאכט.

ווי עס קוקט אויס פון קליפס וועט עס נישט זיין ווי לעילא ולעילא אזוי ווי מאנכע האבן געזאגט, נאר מער ווי קניינע הרע, לטובה, א פשוטע איד.

קוקי » זונטאג אקטאבער 28, 2018 4:35 pm

· #415491
ס'קומט א ניגון וועגן די גט

איסר האטלקי » זונטאג אקטאבער 28, 2018 7:28 pm

· #415509
קוקי
ס'קומט א ניגון וועגן די גט

אויב ליפא שרייבט עס אליין גייט עס גיין בערך אזוי:

שרייבט 12 שורות
געט ער מיר עס
איך געב איר עס
זי נעמט פון מיר עס

פזמון: מ'געט א גט
א גט מ'געט
ווייל אז מ'גט
א גט מען געט

מ'לעבט אזויפיל יארן
ס'הערשט א חרון
ס'ווערט גרעסער די צארן
זי שטייט ווי א דארן

ס'ווערט ערגער די מצב
אויף מעסער שטעכן ווי ביים קצב
מ'שלאגט זיך און מ'רייסט
מ'ליגט אין מאראסט
ס'גייט א רויעך
רויעך רויעך רויעך רויעך רויעך

פזמון

ווער ס'קען ממשיך זיין איז מכובד.

יהודי פשוט » זונטאג אקטאבער 28, 2018 7:39 pm

· #415512
Re: ליפא שמעלצער = 3 נייע אלבוים'ס
איסר, איך פארשטיי נישט פארוואס דו געסט נישט ארויס א סי.די.

קוקי » זונטאג אקטאבער 28, 2018 8:45 pm

· #415517
איסר האטלקי
קוקי
ס'קומט א ניגון וועגן די גט

אויב ליפא שרייבט עס אליין גייט עס גיין בערך אזוי:

שרייבט 12 שורות
געט ער מיר עס
איך געב איר עס
זי נעמט פון מיר עס

פזמון: מ'געט א גט
א גט מ'געט
ווייל אז מ'גט
א גט מען געט

מ'לעבט אזויפיל יארן
ס'הערשט א חרון
ס'ווערט גרעסער די צארן
זי שטייט ווי א דארן

ס'ווערט ערגער די מצב
אויף מעסער שטעכן ווי ביים קצב
מ'שלאגט זיך און מ'רייסט
מ'ליגט אין מאראסט
ס'גייט א רויעך
רויעך רויעך רויעך רויעך רויעך

פזמון

ווער ס'קען ממשיך זיין איז מכובד.

און אמאל, כאטש איר קלייד איז גענוג שמאל
אבער דאס עיקר, איז מיר ניכר
אז מצא טובה הימנה, ס'געפעלט מיר א פרעמדע באנדענא

איך לאז מיין ערשטן פייפן, און טו א צווייטן אריינזייפן
קנאה תאוה כבוד, איי קען עפראוו איט
וואס איך וויל מאך איך, פונעם גאנצן וועלט לאך איך
היינט איז גוט פארוואס קארגן, פונעם וואשינגטאן בריק טאנץ איך מארגן..