☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » פארברענגען » צימעס » הכנסת אורחים אין קערעסטיר

הכנסת אורחים אין קערעסטיר

14 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #12056

ווייל אזוי » זונטאג יאנואר 14, 2018 5:15 am

· #393355
הכנסת אורחים אין קערעסטיר
הכנסת אורחים אין קערעסטיר:

מיט עטליכע יאר צוריק ארומפארנדיג אויף מקומות הקדושים און מ'האט זיך אפגעשטעלט אין קערעסטיר האט מען געקענט אריינגיין אינעם הויז פון ר' ישעי'לע קערעסטירער זצ"ל וואס איז אונטער די בעלות פון משפחת רובין און טועם זיין מזונות און לקח און דאס אלעס, לכבוד די יארצייט פלעגן זיי צושטעלן אש''ל מלא.

איז געקומען א איד ר' משה יוסף פרידלענדער וואס זיין טאטע שטאמט פון קערעסטיר און געבעטן די רובין'ס אז מ'זאל צושטעלן אויף א גאנץ יאר אויכעט, אבער ס'האט זיך נישט איינגעגעבן, האט ער אליינ'ס אויפגעמאכט א אייגענע מוסד ר' ישעי'לעס גאסט הויז און האט אנגעפאנגען צוצושטעלן אכילה שתיה לינה א גאנץ יאר.

יעצט האבן שוין די רובין'ס אויך אנגעפאנגען צוצושטעלן, אזוי האט מען זיך אנגעהויבן שלאגן ווער קען בעסער צושטעלן, יעדע אדם חשוב וואס זענען אנגעקומען קיין קערעסטיר זענען געשלעפט געווארן צו ביידע פלעצער כאטש פאר א בילד, אנשים פשוטים האט מען אויך פרובירט צו שלעפן, יעדער האט געוואלט ווייזן אז ער איז מער, בעסער, שטערקער פונעם צווייטן.

ביים יארצייט האט איינער געדונגען "די וואך" זיי צו דעקן און די אנדערע "א בליק" זיי צו פאמפן.

אבער ווי נישט ווי האבן די רובין'ס די הויז ווי ר' ישעי'לע האט געדאווענט, איז מענטשן וואס קומען צו פרידלענדער קומען אויך דאווענען אין הויז פון ר' ישעי'לע.

אבער די וואך איז פארגעקומען אזא מעשה, משה יוסל פרידלענדער (וועלכע איז געווען א גרוש)] האט חתונה געהאט, און ווי פארשטענדליך זענען געקומען אסאך מעריציו וידידיו און קיינער האט זיך נישט איינגעשריבן ביי רובין, זענען זיי געגאנגען און פארשלאסן די טיר צו ר' ישעי'לעס הויז אז די פרידלענדער'ס זאל'ן נישט קענען האבן קיין דריסת הרגל.

ווען האדמו''ר מ'פארשעי האט געוואלט גיין דאווענען דארט האבן זיי איהם מודיע געווען אז די געיט בלייבט פארשפארט ווייל ער באלאנגט נישט דארטן.

יעצט ווארט נאר צו זעהן וואס ס'גייט זיך דא אויסקאכן.

ווייל אזוי » מאנטאג יאנואר 15, 2018 2:39 pm

· #393453
א איינזייטיגע מוחאה
📎 IMG-20180115-WA0042.jpg

קאך_לעפל » מאנטאג יאנואר 15, 2018 3:24 pm

· #393454
ווען די פארצייטישע ליסקער חסידים וועקן זיך אצינד אויף פון זייער קבר, און זען ווי מ'שלאגט זיך ווער ס'זאל טיילן די פיצא אין ר' ישעי'לעס כאטקע, וואלט זיי ווען דערלעבט א נקמה ווי ס'דארף צו זיין...לעבן זאל די רעוואלוציע...

ליטוואק פון בודאפעסט » מאנטאג יאנואר 15, 2018 4:54 pm

· #393459
איך בין מוחה אויף א צעטעל וואס רופט אן ארץ העמים ׳עיר הקודש׳. ארץ העמים איז טמא, נאר א"י איז הייליג.

סקרן » דינסטאג יאנואר 16, 2018 8:06 pm

· #393560
ליטוואק פון בודאפעסט
איך בין מוחה אויף א צעטעל וואס רופט אן ארץ העמים ׳עיר הקודש׳. ארץ העמים איז טמא, נאר א"י איז הייליג.

אפאר שטרוי זעק מאכן זיך משוגע און נאריש פשוט ווייל קיין קברים איז לעצטענס נישט דא און די שייטליך דזאוק ארבעט נישט רב שטיינמאן איז שוין נישט דא זיי זענען טיף אין דער ערד
געב זיי די קליין שטות זיי צו געבן וואס צו טוהן אביסל

ווייל אזוי » דאנערשטאג יאנואר 18, 2018 10:18 am

· #393715
מעשה פלא.
אויב איינער קען מברר זיין די אמת'דיג קייט וואלט געווען גוט.
📎 IMG-20180118-WA0026.jpg

יהודי פשוט » מוצ"ש יאנואר 20, 2018 8:50 pm

· #393830
די מעשה איז שקר גמור, דער איד האט אלעמאל געגעבן שאלעשידעס ביי זיין טאטנ'ס יארצייט אין אודווארי, און אזוי האט ער אויך געטוהן היי-יאר, נאר היי-יאר האט ער נאר געגעבן א האלבן שאלעשידעס ווייל דער אודוואריער רב האט אויך געהאט יארצייט... דאס איבריגע איז שקר לא דובים ולא יער...

נקודת-אמת » זונטאג יאנואר 21, 2018 2:32 am

· #393845
דער יידעלע פראוועט א געוועזענליכע יאהר זיין טאטענ'ס יאהרצייט לויט דער גרעגאריאנער דאטום?

ווי קען זיין אז א געוועזענליכע יאהר געפאלט זיין טאטענס יאהרצייט נישט אינעם זעלבן וואך ווי דעם אודווארי'ערס טאטע-זכרונו-לברכה?

ולמבינים פתרונים...

יהודי פשוט » זונטאג יאנואר 21, 2018 8:51 pm

· #393925
איך וועל עס פרובירן צו פארשטיין געבן, לאמיר זאגן אז זיין טאטנ'ס יארצייט איז כ"ו טבת וואס איז היי-יאר געפאלן שבת פרשת וארא האט ער געוואלט געבן שאלעשידעס אין טאג פון יארצייט, פאראיאר אבער איז כ"ו טבת געפאלן דינסטאג וארא, האט ער געגעבן שאלעשידעס שבת שמות אין בעפארשטייערונג צום יארצייט... מען ברויך טאקע האבן אלבערט איינשטיין פאר אזא גאונות....

אינטערסאנטער » דאנערשטאג אפריל 12, 2018 5:24 pm

· #399600
וואס איז געווארן דארט אין קערעסטיר? לכאורה האבן די רובין די בעלות לויט ווי איך פארשטיי, אבער פריעדלענדער טיילט עסן.

קאך_לעפל » דאנערשטאג אפריל 12, 2018 6:25 pm

· #399607
אינטערסאנטער
וואס איז געווארן דארט אין קערעסטיר? לכאורה האבן די רובין די בעלות לויט ווי איך פארשטיי, אבער פריעדלענדער טיילט עסן.


ווארשיינליך...

איז דא נאך עפעס וואס די וואלסט ווען געוואלט וויסן?

אינטערסאנטער » דאנערשטאג אפריל 12, 2018 6:49 pm

· #399617
קאך_לעפל
אינטערסאנטער
וואס איז געווארן דארט אין קערעסטיר? לכאורה האבן די רובין די בעלות לויט ווי איך פארשטיי, אבער פריעדלענדער טיילט עסן.


ווארשיינליך...

איז דא נאך עפעס וואס די וואלסט ווען געוואלט וויסן?


אזא העפליכקייט פון דיר.

מאטל שניידער » פרייטאג אפריל 13, 2018 11:36 am

· #399702

טראכט א מוניט » דאנערשטאג מאי 10, 2018 6:13 pm

· #402228
די רובין׳ס הכנסות אורחים איז נתייסד געווארן דורך הרה״ח רבי מאיר יוסף רובין שליט״א מקערעסטיר קרית יואל די פאר 3יאר צוריק האט ער ל״ע געליטען א ערענסטע מחלה דעמאלטס איז די הכנסות אורחים אריבער צו אחיו רבי ישעי׳ פון וויליאמסבורג און זיין שוואגער רבי אלי׳ גראס
רבי מאיר יוסף איז נאנט מיט ר משה יוסף
ר משה יוסף באזיכט ביי רבי מאיר יוסף ווען ער איז אין קערעסטיר
📎 319BFE7C-850C-473E-8070-5997EE4C41DD.jpeg