☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » פארברענגען » געזעלשאפט » א בוך איבער טראמפ און זיין ווירטשאפט Fire and Fury!

א בוך איבער טראמפ און זיין ווירטשאפט Fire and Fury!

43 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #12050

קל וחומר » פרייטאג יאנואר 5, 2018 1:59 pm

· #392863
א בוך איבער טראמפ און זיין ווירטשאפט Fire and Fury!
מיכאל וואלף האט זיך אנגעגעבן אלס א טראמפ שטיצער קאלומניסט און האט פארשריגן עפענטליך די 'פאלשע נייעס מידיע' און אזוי ארום באקומען איינטריט אין די האקעלסטע פלעצער פונעם ווייסן הויז און אנגעקניפט באציאונגען מיט די נענטסטע צום פרעזידענט.

וואס טראמפ האט נישט געוואוסט איז אז ער האט געארבעט שטילערהייט אויף א בוך וואס באהאלט נישט גארנישט איבער אים.

די בוך איז היינט ארויס, און איז די נומער איינס רענק פון ביכער און פארמאגט שוין אריבער הונדערט רעיטינגס.

טראמפ איז פארשטייט זיך פארנומען לייקענען אז מיכאל האט בכלל געהאט די עקסעס וואס ער זאגט ער האט אנגעבליך געהאט.

בענדזשאמין פרענקלין » מוצ"ש יאנואר 6, 2018 8:34 pm

· #392876
כ'האב געזעהן די איינסער איבעזיכט אויף עמעזאן אין די קישקעס האט זיך מיר געדרייעט.

VERY SAD!!!!!
I read a lots of books more than anyone and this book is a DISGRACE.Wolff is a loser A TOTAL LOSER and everyone knows it. you know it, I know it, everyone knows it.This book is NOT FOR SMART PEOPLE. Only a very for dumb people would read this TRASH. Only very dumb people like, not the kind of book I would read because I’m one of the SMARTEST PEOPLE. Ask anyone, anywhere in the world—ITS TRUE! If you like to read words, and I like to read words—I read a lot of words, every day. All kinds of words. I know More words than most people know. People are always saying I have THE BEST WORDS!!!. They always asking me about the words I read, because everyone wants to know—so if you want to read really good words then you should read THE ART OF THE DEAL it has tremendos words, really BIG BEAUTIFUL WORDS, you should read that book,It’s a really great book, really fantastic./ just a fantastic a book and one of the best books you can read so you should read that and not this LOSER wolff guy PATHETIC!!!!!!!

איסר האטלקי » מוצ"ש יאנואר 6, 2018 8:40 pm

· #392878
ירום הודו בכבודו ובתקפו!

ליפא » מוצ"ש יאנואר 6, 2018 8:50 pm

· #392879
📎 IMG-20180106-WA0052.jpg

קורקלענד » זונטאג יאנואר 7, 2018 2:01 am

· #392897
כנגד אלעס וואס טראמפ איז דערווייל איבערגעקומען און בייגעשטיגן, איז דאס א זייער א קליינע נארישע באמפּ. לעת עתה זעהט אויס ווי בעננאן האט געהאט אסאך א גערעסערע קלאפ א דאנק די ביכל ווי טראמפ..... אויך דער שרייבער'ס רעפוטאציע זעהט נישט אויס ווי מען וועט איהם נאך פארטרויען אין זיין קאריערע להבא.

ליטוואק פון בודאפעסט » זונטאג יאנואר 7, 2018 5:37 am

· #392902
Re: א בוך איבער טראמפ און זיין ווירטשאפט Fire and Fury!
אינטרעסאנט אז פון די גאנצע שרייעריי פון טראמפ ודעימיה, האט מען ביזדערווייל גארנישט געלייקענט

Sent from my LG-K373 using Tapatalk

כלבאשבוע » זונטאג יאנואר 7, 2018 9:05 am

· #392909
פידיעף פון גאנצע בוך

<a class="postlink" href="https://ufile.io/9t47c">https://ufile.io/9t47c</a>

<a class="postlink" href="http://www.filedropper.com/michaelwolff-fireandfury">http://www.filedropper.com/michaelwolff-fireandfury</a>

@טרויבן88 אפשר לייג עס אויף גוגל דרייוו ווייל די לינקס עקספייערן

קורקלענד » זונטאג יאנואר 7, 2018 12:51 pm

· #392919

berlbalaguleh » זונטאג יאנואר 7, 2018 1:03 pm

· #392920
רבותיי: יעצט קענמען פארשטיין די הארבקייט פון דעם לאוו אין די תורה פון ..."לא תלך רכיל בעמך"...אפגעזעהן פון איד/גוי. פון א מענטשליכן פערספעקטיוו איז דאך דאס איינס פון די גרעסטע פארברעכנס. א משפחה געט דיר זייער צוטרוי און דו דרייסט דיך דארט פראנק און פריי. דו זעהסט אלעס און דו פויקסט עס אויס אין די גאנצע וועלט. האלבע אמת'ן און גאנצע ליגנטס. צו פארשעמען מענטשן פאר די גאנצע וועלט.

דער שרייבער מייקל וואלף איז דאך זייער א געמיינער מענטש. ווען וועלט וואלט געוועהן וועלט, וואלט מען באיקאטירט זיין בוך. קיינער וואלט עס נישט געקויפט. און ער וואלט זיך דערשטיקט מיט זיינע ביכער. און שאדן געהאט געלט. אבער ליידער איז היינט אזא וועלט אז מ'האט ליעב לשון הרע און רכילות אויף א צווייטן. כל שכן א פראמינענטע משפחה. איז זיין בוך געווארן א בעסט סעללער.

אין אזעלכע דיקטאטארישע לענדער ווי רוסלאנד (אפילו היינט) אדער נארטה קארעא וואלט דער שרייבער נישט מאריך ימים געווען קיין 24 שעה נאכדעים וואס דער בוך איז ארויסגעקומען...!

כלבאשבוע » זונטאג יאנואר 7, 2018 1:33 pm

· #392928
בערל, קאם אן, וואלסט ענדערש געוואלט א נוסח סענדר דויטש באשרייבונג וואס פארדעקט דעם אמת?!!!?

כלבאשבוע » זונטאג יאנואר 7, 2018 3:05 pm

· #392933
📎 0DCFEA81-DC28-44E8-B933-674FEF543DFF.jpeg

קורקלענד » זונטאג יאנואר 7, 2018 3:05 pm

· #392934
כלבאשבוע
בערל, קאם אן, וואלסט ענדערש געוואלט א נוסח סענדר דויטש באשרייבונג וואס פארדעקט דעם אמת?!!!?

כאילו די דאזיגע ביכל האט גאר אויפגעדעקט די אמת.........

berlbalaguleh » מאנטאג יאנואר 8, 2018 12:07 am

· #392968
כלבאשבוע
בערל, קאם אן, וואלסט ענדערש געוואלט א נוסח סענדר דויטש באשרייבונג וואס פארדעקט דעם אמת?!!!?

כלבא שבוע: אבער דעם אמת פון יענעם'ס שמוציגע לאנדרי וויל איך נישט וויסן. איך בין נישט נייגעריג. צו זיין א שופך דם פאר א גאנצע משפחה. זיי צו פארשעמען ברבים...! יא. זיי זענען אויך מענטשן מיט געפיהלן...!

דו וואלסט נישט געוואלט אז מ'זאלל באשרייבן ווילאנג דו זיצט אין ביה"כ א יעדן אינדערפריה. און אויך אויב די קעטשאפ פו די טשיעז בורגער רינט ארויף אויף דיין העמעד אדער טלית קטן...! און אז דו נעמסט א שויער נאר איינמאל אין 2 וואכן. נאכ'ן גיין אין מקוה...!

תורה ומדע » מאנטאג יאנואר 8, 2018 12:40 am

· #392972
דורשי רשומות אומרים: דונלד טראמפ בגי׳ אש וזעם.

Easy Shopping » מאנטאג יאנואר 8, 2018 1:30 am

· #392981
Fire and Fury: Inside the Trump White House
<a class="postlink" href="http://amzn.to/2D6Nhoq">http://amzn.to/2D6Nhoq</a>

כלבאשבוע » מאנטאג יאנואר 8, 2018 10:26 am

· #392996
berlbalaguleh
כלבאשבוע
בערל, קאם אן, וואלסט ענדערש געוואלט א נוסח סענדר דויטש באשרייבונג וואס פארדעקט דעם אמת?!!!?

כלבא שבוע: אבער דעם אמת פון יענעם'ס שמוציגע לאנדרי וויל איך נישט וויסן. איך בין נישט נייגעריג. צו זיין א שופך דם פאר א גאנצע משפחה. זיי צו פארשעמען ברבים...! יא. זיי זענען אויך מענטשן מיט געפיהלן...!

דו וואלסט נישט געוואלט אז מ'זאלל באשרייבן ווילאנג דו זיצט אין ביה"כ א יעדן אינדערפריה. און אויך אויב די קעטשאפ פו די טשיעז בורגער רינט ארויף אויף דיין העמעד אדער טלית קטן...! און אז דו נעמסט א שויער נאר איינמאל אין 2 וואכן. נאכ'ן גיין אין מקוה...!

בערל, זיכער וויל איך וויסן וואספארא ווירטשאפט מיין פרעזידענט פירט, ער דארף צו ארבעטן פאר אונז בירגער און ווען כזעה טאטאלע כאאס אינעם ווייסן הויז איז מיר שטארק נוגע צו וויסן וואס דארט טוט זיך

פארשעמען? קיינער דארף אים נישט מבזה זיין, ער טוט דאס זייער גוט אליינס

קורקלענד » מאנטאג יאנואר 8, 2018 11:32 am

· #392998
כלבאשבוע

פארשעמען? קיינער דארף אים נישט מבזה זיין, ער טוט דאס זייער גוט אליינס

אויב אזוי וואס קען שוין דער ביכל צולייגן?

לדעתי מאכט די ביכל נישט קיין שום נפקא מינה, די שונאים האבן נאך אביסלע ברענשטאף זיך צו פרייען מיט, די פריינט לאכן ווייטער פון די נערישע מידיא סעקטאר וואס האבן זיך איינגערעדט אז מיט די נערישע ביכל וועלן זיינע אנהענגער איהם דראַפּן, און די וועלט פארט ווייטער, ס'האט זיך גארנישט געטוישט.

ברוך שפינוזה » מאנטאג יאנואר 8, 2018 11:37 am

· #392999
קורקלענד
כלבאשבוע

פארשעמען? קיינער דארף אים נישט מבזה זיין, ער טוט דאס זייער גוט אליינס

אויב אזוי וואס קען שוין דער ביכל צולייגן?

לדעתי מאכט די ביכל נישט קיין שום נפקא מינה, די שונאים האבן נאך אביסלע ברענשטאף זיך צו פרייען מיט, די פריינט לאכן ווייטער פון די נערישע מידיא סעקטאר וואס האבן זיך איינגערעדט אז מיט די נערישע ביכל וועלן זיינע אנהענגער איהם דראַפּן, און די וועלט פארט ווייטער, ס'האט זיך גארנישט געטוישט.

פארוואס זאגסטו אז די ביכל איז נאריש?

כלבאשבוע » מאנטאג יאנואר 8, 2018 11:40 am

· #393000
קורקלענד
כלבאשבוע

פארשעמען? קיינער דארף אים נישט מבזה זיין, ער טוט דאס זייער גוט אליינס

אויב אזוי וואס קען שוין דער ביכל צולייגן?

לדעתי מאכט די ביכל נישט קיין שום נפקא מינה, די שונאים האבן נאך אביסלע ברענשטאף זיך צו פרייען מיט, די פריינט לאכן ווייטער פון די נערישע מידיא סעקטאר וואס האבן זיך איינגערעדט אז מיט די נערישע ביכל וועלן זיינע אנהענגער איהם דראַפּן, און די וועלט פארט ווייטער, ס'האט זיך גארנישט געטוישט.

האסט געליינט דעם בוך?

ברוך שפינוזה » מאנטאג יאנואר 8, 2018 12:03 pm

· #393002
ס'מיר נישט אינטרעסאנט צו זען ווי בען שפירא ווייזט אויף אז די בוך איז שטותים, און ס'מיר אויך נישט אינטרעסאנט ווען CNN לויבט עס אויס.
וואס וואלט מיר געווען אינטרעסאנט, ווען א שטיצער פון טראמפ זאל זיך אננעמען פאר'ן בוך, אדער א שונא פון טראמפ זאל זאגן אז ס'איז שטותים, אויב איינער דא ווייסט פון אזא זאך ביטע אהער לינקען ווי שנעלער, ס'וועט אסאך אויפטון פאר אידישקייט, וזכות הרבים תלוי בו.

כלבאשבוע » מאנטאג יאנואר 8, 2018 1:19 pm

· #393010
ברוך, כבין א האלבע טראמפ שטיצער, סהייסט כהאב נישט געוואיט פאר אים און כפארטייטש נישט זיין טפשות אלץ חכמה אבער כהאב נאך נישט אפגעקויפט די רוסלאנד/פוטין נערעטיוו און כשאלטער אויס רוב מידיע גערודער וועגן טראמפ

כהאב אפגעליינט דעם בוך און סשטימט ליידער מיטן מציאות, די צופארנקייט פון די אדמיניסטרעישאן ממש פונעם ערשטן טאג איז א שם דבר און דער בוך גיבט אונז א בליק פון אינעווייניג ווי שלעכט סאיז טאקע אין ריעליטי

טראמפס הלוך ילך איז א שרעק אבער די מערסטע טוט מיר וויי קושנערס און איוואנקאס טעותים, כהאלט זיי יא פאר ציוויליזירטע באזעסענע מענטשן אבער זיי זענען יונג און אומערפארן און זיי באגייען שווערע און קאסטליכע סטראטעגישע טעותים

קורקלענד » מאנטאג יאנואר 8, 2018 2:57 pm

· #393020
כלבאשבוע

האסט געליינט דעם בוך?

ברוך שפינוזה

פארוואס זאגסטו אז די ביכל איז נאריש?

ברוך שפינוזה
ס'מיר נישט אינטרעסאנט צו זען ווי בען שפירא ווייזט אויף אז די בוך איז שטותים, און ס'מיר אויך נישט אינטרעסאנט ווען CNN לויבט עס אויס.

ס'מיר אויך נישט אינטערסאנט ווען מעכל וואלף צונעמט און בארעדט טראמפ.

קורקלענד » מאנטאג יאנואר 8, 2018 3:08 pm

· #393022
כלבאשבוע
כהאב אפגעליינט דעם בוך און סשטימט ליידער מיטן מציאות, די צופארנקייט פון די אדמיניסטרעישאן ממש פונעם ערשטן טאג איז א שם דבר און דער בוך גיבט אונז א בליק פון אינעווייניג ווי שלעכט סאיז טאקע אין ריעליטי

טראמפס הלוך ילך איז א שרעק אבער די מערסטע טוט מיר וויי קושנערס און איוואנקאס טעותים, כהאלט זיי יא פאר ציוויליזירטע באזעסענע מענטשן אבער זיי זענען יונג און אומערפארן און זיי באגייען שווערע און קאסטליכע סטראטעגישע טעותים

צומישט אהער, צומישט אהין די רעזולטאטן זענען גארנישט אזוי צומישט. לאנגע יארן וועט מען נאך שטודירן זיין פרעזידענטשאפט און לעבנס סוקסעס.

פריש וואסער » מאנטאג יאנואר 8, 2018 10:43 pm

· #393049
אינעם ביכל טענהט וואלף, אז קושנער איז דער וואס האט צוריקגעהאלטן טראמפ פון נעמען קריסטי אלס טשיף אוו סטעוו, כדי נקמה צו נעמען וואס ער האט איינגעזעצט קושנערס טאטע.
ער גייט אזוי ווייט צו טענהן אז קושנערס טאטע איז גאר הינטער די קוליסן:

But when he was the federal prosecutor in New Jersey, Christie had sent
Jared’s father, Charles Kushner, to jail in 2005. Charlie Kushner, pursued by
the feds for an income tax cheat, set up a scheme with a prostitute to
blackmail his brother-in-law, who was planning to testify against him.

Various accounts, mostly offered by Christie himself, make Jared the
vengeful hatchet man in Christie’s aborted Trump administration career. It
was a kind of perfect sweet-revenge story: the son of the wronged man (or, in
this case—there’s little dispute—the guilty-as-charged man) uses his power
over the man who wronged his family. But other accounts offer a subtler and
in a way darker picture. Jared Kushner, like sons-in-law everywhere, tiptoes
around his father-in-law, carefully displacing as little air as possible: the
massive and domineering older man, the reedy and pliant younger one.

In the
revised death-of-Chris-Christie story, it is not the deferential Jared who
strikes back, but—in some sense even more satisfying for the revenge fantasy
—Charlie Kushner himself who harshly demands his due. It was his
daughter-in-law who held the real influence in the Trump circle, who
delivered the blow. Ivanka told her father that Christie’s appointment as chief
of staff or to any other high position would be extremely difficult for her and
her family, and it would be best that Christie be removed from the Trump
orbit altogether.

גראף » דינסטאג יאנואר 9, 2018 3:04 pm

· #393122
Re: א בוך איבער טראמפ און זיין ווירטשאפט Fire and Fury!
איז דער שרייבער א איד?

Sent from my XT1096 using Tapatalk

ליטוואק פון בודאפעסט » דינסטאג יאנואר 9, 2018 4:11 pm

· #393124
Re: א בוך איבער טראמפ און זיין ווירטשאפט Fire and Fury!
פריש וואסער

דאס איז נישט געווען קיין ספק ביי קיינעם. עס איז דען מעגליך אנדערש? קריסטי זאל נאך באקומען אן אמט נאך אזא מעשה?

Sent from my LG-K373 using Tapatalk

בן אדם » דינסטאג יאנואר 9, 2018 7:38 pm

· #393128
גראף
איז דער שרייבער א איד?

Sent from my XT1096 using Tapatalk

יא. מ'דארף אים אינווייטען פאר שבת.

גראף » דינסטאג יאנואר 9, 2018 7:39 pm

· #393129
Re: א בוך איבער טראמפ און זיין ווירטשאפט Fire and Fury!
א געפערליכע התגרות באומות.

Sent from my XT1096 using Tapatalk

בן אדם » דינסטאג יאנואר 9, 2018 7:42 pm

· #393130
בכלל נישט. טראמפ אידאך א האלבע איד. פארקערט, ווען ער טוט דאס צו די דעמאקראטן וואלט געווען התגרות באומות...

קורקלענד » דינסטאג יאנואר 9, 2018 8:41 pm

· #393132
גראף
א געפערליכע התגרות באומות.

Sent from my XT1096 using Tapatalk

התגרות באומות גייט נאר אן אויף אראבער.

ברוך שפינוזה » דינסטאג יאנואר 9, 2018 8:56 pm

· #393135
קורקלענד
גראף
א געפערליכע התגרות באומות.

Sent from my XT1096 using Tapatalk

התגרות באומות גייט נאר אן אויף אראבער.

ופרעזערוו רעמעפא, בלומינגבורג ופאלם טרי יוכיחו...

שבת אחים » מיטוואך יאנואר 10, 2018 1:14 am

· #393141
איינער דא האט געליינט די בוך?

ליטוואק פון בודאפעסט » מיטוואך יאנואר 10, 2018 4:54 am

· #393145
Re: א בוך איבער טראמפ און זיין ווירטשאפט Fire and Fury!
איך האלט נאך אין מיטען. ער נעמט די אלע מעשה׳ס וואס יעדער ווייסט, און ער גיבט א בילד ארום. ווער האט וואס געשטופט, ווער האט געגלויבט אין וואס, וויאזוי בעננאן איז געווארען אזוי גרויס. עס וואלט זיך געוואלט גלויבען, אבער דער רוב איז conjecture ווי איין מענטש האט פארשטאנען א צווייטענ׳ס מוח.

Sent from my LG-K373 using Tapatalk

אונטער חכם » דאנערשטאג יאנואר 11, 2018 4:04 pm

· #393281
Re: א בוך איבער טראמפ און זיין ווירטשאפט Fire and Fury!
קורקלענד
גראף
א געפערליכע התגרות באומות.

Sent from my XT1096 using Tapatalk

התגרות באומות גייט נאר אן אויף אראבער.

עיין ערך נטרונא וואס לייגט יעצט ארויס עדס קעגן טראמפס רוקן די אמבאסאדע , אבער ווען די ציונים האבן געלייגט עדס קעגן אבאמאס איראן דיעל איז עס געווען התגרות באומות. ( זעהט אויס זיי האלטן אז אבאמא איז א מוסולמענער)

ליטוואק פון בודאפעסט » דאנערשטאג יאנואר 11, 2018 4:42 pm

· #393285
Re: א בוך איבער טראמפ און זיין ווירטשאפט Fire and Fury!
גערעכט זענען זיי. אמעריקא איז אן אומה שפלה, שאין לה לא כתב ולא לשון. משא"כ די אראבער (עי׳ כתובות סו:)......

Sent from my LG-K373 using Tapatalk

berlbalaguleh » דאנערשטאג יאנואר 11, 2018 8:20 pm

· #393298
ליטוואק: פאר א ווערטל איז עס זייער גוט. אבער לפי האמת. ווער שיקט ארויף ראקעטס אין ספעיס נאס"א אדער (להבדיל) די פאלעסטיניען אויטאריטי...?!

גאנץ נטרונא איז נישט מער ווי א רעקעט צו שלעפן געלט ביי סאטמאר'ע גבירים. זיי ברעכן זיך דאך די ציין ווען זיי רעדן ענגליש. נעמען זיי לעצטנס א פאר ליטוואקעס וועלכע רעדן א גוטן ענגליש און מ'האט זיי איינגעשפאנט צו מאכן די פראפאגאנדע.

איך וויל וויסן אויב איין איד'ס לעבן איז שוין געראטעוועט געווארן דורך די סאטמאר'ע פראפאגאנדע. ס'הייסט די פאלעסטינער רוצחים און די נאציס זאגן לאמור. אזוי צו זאגן. דער יודע איז א גוטער יודע ער האט פיינט זיין אייגן לאנד. אונז גייען איהם נישט טשעפענען. אדער גאר פארהערן זיי איהם דעם ויואל משה און על הגאולה ועל התמורה פאר זיי שיסן און ווארפן באמבעס. אויב ער קען. דאן לאזן זיי איהם פריי...!

מדי דברי. איך האב אויפגעמישט עטליכע אנטי אידישע סייטס. און זיי אלע פה אחד שעלטן צוזאמען די נטורי קרתא פונקט אזוי ווי די אנדערע אידן. דער זכות אז זיי זענען אקעיגן מדינת ישראל העלפט זיי א מכה. און אויב זיי זאללן נאר (ה' ישמור) אנקומען צו די נאציס, וועללן זיי זיי צורייסן אין א סעקונדע...!

איך מיין אז ס'איז שוין צייט אז סאטמאר זאלל זיך אויפהערן נאריש צו מאכן מיט נטרונא. אויסער אז א פאר געשליפענע אידן האבן פרנסה פון דעם...!

ליטוואק פון בודאפעסט » דאנערשטאג יאנואר 11, 2018 10:29 pm

· #393305
Re: א בוך איבער טראמפ און זיין ווירטשאפט Fire and Fury!
איך האב מציין געווען א גמרא. דארט שטייט אז די אראבער זענען אן אומה שפלה

Sent from my LG-K373 using Tapatalk

berlbalaguleh » פרייטאג יאנואר 12, 2018 3:13 am

· #393316
ליטוואק: איך מיין אז די גמ' זאגט עס (אפשר אין סנהדרין) אויף די רומיים. די גמ' רופט זיי אן אומה שפילה. זאגט רש"י ..."מפני שאין להם כתב ולשון"...!!

ליטוואק פון בודאפעסט » פרייטאג יאנואר 12, 2018 4:50 am

· #393317
Re: א בוך איבער טראמפ און זיין ווירטשאפט Fire and Fury!
דאסיא. אבער די אראבער זענען אן אומה שפלה מיט זייער כתב לשון און אויל

Sent from my LG-K373 using Tapatalk

ליטוואק פון בודאפעסט » מוצ"ש יאנואר 13, 2018 9:56 pm

· #393349
Re: א בוך איבער טראמפ און זיין ווירטשאפט Fire and Fury!
אויף דף 116, שרייבען זיי אז דער בריטישע אינטעליגענץ סערוויס זענען געווען דער ׳שבת גוי׳ פאר די אמעריקאנער, און דערנאך האבען זיי מסביר געווען וואס איז דאס א שבת גוי

Sent from my LG-K373 using Tapatalk

ברוך שפינוזה » זונטאג יאנואר 14, 2018 7:06 pm

· #393393
אין אנדערע נייעס. פרעזידענט דאנאלד טראמפ, נאכ'ן איינזען אז ס'גייט נישט מיט גוטנס, נאר מיט דיקטאטורשאפט, האט זיך פארבינדן מיט'ן געוועזענעם פרעזידענט באראק אבאמא, ער זאל אים אויסלערנען וויאזוי צו נוצן די IRS צו פטור ווערן פון אזעלכע סארט אנשיקענישן.

berlbalaguleh » זונטאג יאנואר 21, 2018 2:51 am

· #393846
📎 trumptwist.jpgווער ווייסט פשט פון דעים קארטון...?

ליטוואק פון בודאפעסט » זונטאג יאנואר 21, 2018 5:31 am

· #393856
Re: א בוך איבער טראמפ און זיין ווירטשאפט Fire and Fury!
דער ליד אויף דער סטעטיו אוו ליבערטי דארף זיין א שלום עליכם צו אימיגראנטען. טראמפ גלייכט נישט קיין אימיגראנטען, אחוץ ווען ער געניסט פון זיי. אלע הונגעריגע שרעקעדיגע ארימעלייט, זאלען צוריק גייען צו די אלע רוחות. אחטץ די וואס ארבעטען פאר איהם.

א בחינה פון zaphod beeblebrox

Sent from my LG-K373 using Tapatalk