☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » פארברענגען » געזעלשאפט » געמבלינג בתוכינו

געמבלינג בתוכינו

13 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #12049

תורה ומדע » מיטוואך יאנואר 3, 2018 5:30 pm

· #392723
געמבלינג בתוכינו
זאגט מיר נעכטען א ידיד אז זיין שוואגער איז אן ערנסטער געמבלער. ער איז א כלומרשטער נארמאלע מענש מיט א משפחה, ערליכער, חסידישער אינגערמאן, וכדו׳, אבער ער פארט כסדר אין קאסינאוס געמבלען. אדערווייל איז דער שלום בית ניט צו גוט און ס׳ווארשיינליך דא אנדערע פראבלעמען. אודה ולא אבוש אז איך בין אביסעל נאייוו אין דעם ענין. אבער איך וואונדער זיך ווי נפוץ איז דאס אין אונזער געזעלשאפט. וואס ברענגט דערצו. וואס זענען תוצאות פון דעם. ווער סהאט אינפארמעישן פליז לאזט אייך הערען. איך האב איהם געזאגט אז כ׳עלל מברר זיין און איהם מייעץ זיין.

בן אדם » מיטוואך יאנואר 3, 2018 6:13 pm

· #392724
אויב ער צאלט מיט דעם שכר לימוד איז ער פטור פון מעשר.

ווער רעדט נאך אויב מיט דעם קויפט ער כשר פלייש מיט מאכלי שבת, איז דאך סתם אזוי חל א ברכה אין די געלט...!

שמעקעדיג » מיטוואך יאנואר 3, 2018 6:52 pm

· #392727
אין מאמענט איז לעצטנס געווען באשריבן אן ארטיקל פון היימישע אדיקשאנס, ובתוכם געמבלינג.

בן אדם » מיטוואך יאנואר 3, 2018 7:41 pm

· #392734
אדיקשן איז נאר איין חלק פון די פראבלעם, ס'דא א פראבלעם פארדעם אז מ'שפילט שוין ווען מ'איז בכלל נישט גרייט פאר דעם, ותוצאותיו...

אבער אויב איינער איז א קלארע מומחה, און ער האט אביסל (ניין, אסאך..) קאנטראל אויף זיך, קען מען הערן.

berlbalaguleh » מיטוואך יאנואר 3, 2018 8:43 pm

· #392743
בן אדם
אויב ער צאלט מיט דעם שכר לימוד איז ער פטור פון מעשר.

ווער רעדט נאך אויב מיט דעם קויפט ער כשר פלייש מיט מאכלי שבת, איז דאך סתם אזוי חל א ברכה אין די געלט...!

בן אדם: הני מלי ווען ער געווינט. אבער רוב מאל, ליידער פארלירט מען. אזוי אז די שאלה פון אסמכתא איז נאכנישט דא. ווייל די קאסינא אייגנטומערס קענען בעסער ווי א יעדער איינער אויסרעכענען די ..."אדדס"...פון געווינען און פארלירן. און אויב זיי זעהען אז איינער איז צו א גרויסער מבין, לאזן זיי איהם נישט ווייטער שפיעלן.

וועם איך קען נאר. וואס ער איז מתחילה געווען א נארמאלער, געסעטלטער, בעל הבתיש'ער מענטש, און ר'האטציך אריינגעלאזט אין געמבלינג האט ער אלעס פארלוירן. א יונגערמאן וואס האטציך ארויפגעארבעט מיט די אייגענע 2 הענט דורך אמביציע און שווערע ארבעט ביז ער האט שוין געהאט 2 גוט-גייענדיגע סטארס, האט אלעס פארלוירן. אריינגערעכנט זיין משפחה. און כש"כ די ביזנעס. ווייל ער האטציך אריינגעלאזט אין געמבלינג...!

בן אדם » מיטוואך יאנואר 3, 2018 10:01 pm

· #392751
די תירוץ איז אין מיין צווייטע תגובה.

איינער וואס האט נישט וואס צו פארלירן (א.ש. וו. פול מיט חובות, האט ממילא נישט קיין שלום בית וכדו') קען עס ענדערש נעמען אין באטראכט. ואלוקי אברהם יהי' בעזרו.

וואלווי » מיטוואך יאנואר 3, 2018 11:56 pm

· #392763
berlbalaguleh
בן אדם
אויב ער צאלט מיט דעם שכר לימוד איז ער פטור פון מעשר.

ווער רעדט נאך אויב מיט דעם קויפט ער כשר פלייש מיט מאכלי שבת, איז דאך סתם אזוי חל א ברכה אין די געלט...!

בן אדם: הני מלי ווען ער געווינט. אבער רוב מאל, ליידער פארלירט מען.


ס'פונקט פארקערט. הני מילי ווען מ'פארלירט דעמאלטס איז מען אנגעזעצט און מ'קלערט אפשר פון אויפגעבען און אהיים גיין. אבער ווען מ'געווינט ערשט דעמאלטס הייבט זיך אן די פראבלעם און די עדיקשאן.

החוקר » דאנערשטאג יאנואר 4, 2018 12:07 am

· #392764
איך האב א חבר וואס גייט געמבלען, אבער עס נישט קיין עדיקשאן ביי אים. ער נעמט מיט א הונדערט, צוויי, דריי און שפילט. אמאל מאכט ער און אמאל פארלירט ער, אויב פארלירט ער דאס גאנצע הייבט ער זיך אויף און גייט אהיים.

איינער וואס שפילט אזוי זע איך נישט קיין פראבלעם, עס איז אינטערטעינמענט ווי אלע אנדערע. פארשטייט זיך אז נאר ווען איינער איז בכח צו שפילן נאר לשם שפילן, נישט אויף מאכן געלט ווייל The house always wins.

הקטן » דאנערשטאג יאנואר 4, 2018 6:46 pm

· #392806
בן אדם

אבער אויב איינער איז א קלארע מומחה, ..., קען מען הערן.

אין כזה דבר!
The house always wins.

או אינו » דאנערשטאג יאנואר 4, 2018 7:41 pm

· #392811
Re: געמבלינג בתוכינו
וואס איז דאס בתוכינו? דיין נאז איז אויך א אידישע זאך? עדיקשאן איז א פראבלעמאטישע העביט ביי יעדע בילאגישע מזג. דער מענטש האט אבער א כח פטור צי ווערן

shem-tov » דאנערשטאג יאנואר 4, 2018 11:22 pm

· #392823
אוי איז דאס א גרויסער פראבלעם. איך בין ליידער זייער אויסגעקאכט אין די נושא שוין אסאך דא געשריבן. געליינט ערגעץ א אינטערסאנטע סטאדי אז 92 פערצענט מענטשן געווינען אין קעסינאו אבער נאר 7 פראצענט וואקן אוועק פון טיש אלץ געווינער

תורה ומדע » פרייטאג יאנואר 5, 2018 10:47 am

· #392845
דהיינו?

איך אויך » זונטאג יאנואר 7, 2018 7:15 pm

· #392945
הקטן

אין כזה דבר!
The house always wins.