☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » פארברענגען » אידישע און אלגעמיינע נייעס » גענעראל פארזאמלונג א' שמות תשע"ח בקהילת מהר"א וומס"ב

גענעראל פארזאמלונג א' שמות תשע"ח בקהילת מהר"א וומס"ב

45 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #12041

איסר האטלקי » דינסטאג דעצעמבער 26, 2017 12:34 am

· #392057
גענעראל פארזאמלונג א' שמות תשע"ח בקהילת מהר"א וומס"ב
איינער ווייסט מער פרטים וואס מען פלאנט אויפצוטון ביים אסיפה דעם זונטאג?

ימים ידברו » דינסטאג דעצעמבער 26, 2017 11:30 am

· #392082
ווען פאלט אויס היי יאר א' שמות?

סקרן » דינסטאג דעצעמבער 26, 2017 12:41 pm

· #392099
א טאג נאך שבת ויחי

ימים ידברו » דינסטאג דעצעמבער 26, 2017 2:18 pm

· #392107
ווער גייט רעדען? ווי גייט דאס זיין? אי זדאס א נייע א' שמות עפאכע? וואס קימט רבותי גאנצעל בערל בעל עגלה רופט ענק אן מיר זענען אלע געשפאנט

דער שכן » דינסטאג דעצעמבער 26, 2017 11:22 pm

· #392172
ימים ידברו
ווער גייט רעדען? ווי גייט דאס זיין? אי זדאס א נייע א' שמות עפאכע? וואס קימט רבותי גאנצעל בערל בעל עגלה רופט ענק אן מיר זענען אלע געשפאנט


הו קעערס

איסר האטלקי » דינסטאג דעצעמבער 26, 2017 11:38 pm

· #392173
דער שכן
ימים ידברו
ווער גייט רעדען? ווי גייט דאס זיין? אי זדאס א נייע א' שמות עפאכע? וואס קימט רבותי גאנצעל בערל בעל עגלה רופט ענק אן מיר זענען אלע געשפאנט


הו קעערס

איך, ווער נאך?

איסר האטלקי » דינסטאג דעצעמבער 26, 2017 11:39 pm

· #392174
ביהמ"ד הג' הופער סטריט. ראש הקהל ר' מאיר זעליג ריספלער גייט אויפטרעטן

שמעון וואלף » מיטוואך דעצעמבער 27, 2017 12:43 am

· #392176
וואס איז, מ'מאכט שוין ווידער א טיילונג?

אפשר גאר גייט מאיר זעליג, אלס אקאונטענט, מסביר זיין די טעקס רעפארם ביל

berlbalaguleh » מיטוואך דעצעמבער 27, 2017 12:50 am

· #392178
דער שכן
ימים ידברו
ווער גייט רעדען? ווי גייט דאס זיין? אי זדאס א נייע א' שמות עפאכע? וואס קימט רבותי גאנצעל בערל בעל עגלה רופט ענק אן מיר זענען אלע געשפאנט


הו קעערס

דער שכן: ייש"כ. יעצט זאג דו מיר אויב הרב ..."ימים ידברו"...איז נישט קיין טעס ראיש אלעוו לאמעד לאמעד...?

אנטשולדיגטס פאר שרייבן מיט'ן אידישיסטישן, קאמוניסטישן , סטאליניסטישן, אויסלייג. אזוי ווי איליא עהרענבורג און איציק פעפער הי"ד וואלטן עס געשריבן (הי"ד גייט נאר ארויף אויף ר' איציק פעפער. ווייל ער איז נעבעך געווען א תינוק שנשבה. און סטאלין האט איהם געהרג'עט.)...!

נ.ב.: עטץ קענטץ אוועקנעמען אלע מיינע איבעריגע, נארישע קאמענטס. אבער דער פאקט בלייבט אז ימים ידברו איז א טראלללללללל....!

berlbalaguleh » מיטוואך דעצעמבער 27, 2017 1:31 am

· #392186
אנאנים: פון דיין תגובה האביך א הנאה. דו שרייבטסט כאטש דברים של טעם (אזוי ווי זויערע פיקלס). צו אלעס איז אזוי ווי דו זאגסט ווייס איך נישט. ווייל איך בין נישט געווען ביי די דרשות פון ברך משה. וואו דו זאגסט אז ער האט געהאקט און געמאכט ליצנות פון אלע גדולי ישראל. איך האב געקענט אן אנדער'ן מענטש. אן אלטן צובראכענעם איד. אן עובד ה' ובעל טובה וגמילות חסד. און א ת"ח און מתמיד עצום.

לגבי די סאבדזשעקט וואס מ'גייט רעדן ביי די נייע אלף שמות דרשה. ס'ליגט מיר אין די לינקע פיאה. נאר אויב מ'וועט געבן פרעצלס און קאלא סאודע אדער דזשינדזשער עיל וועל איך, בלי"נ גיין. אויב איך האב נישט קיין בעסערע זאכן צו טון יענעם טאג...!

berlbalaguleh » מיטוואך דעצעמבער 27, 2017 1:49 am

· #392188
אה. איך פארשטיי שוין. דאס האט טאקע נישט געטויגט. לאמיר האפן אז זאכן האבן זיך געטוישט לטובה...!

איסר האטלקי » מיטוואך דעצעמבער 27, 2017 9:36 am

· #392197
שמועות לויטן אז זיי פלאנען מעגליך יא צו אנערקענען אין ירושלים אלס הויפט שטאט.

אדער אפשר וועלן זיי אנערקענען קרית יואל? מ'קען שוין גארנישט וויסן....

ימים ידברו » מיטוואך דעצעמבער 27, 2017 9:56 am

· #392199
איך האב גהערט אז מאיר זעליג זאגט פאר דעם געלט קען שוין בערל בעל עגלה זיין ראש הקהל....

גאנצל » מיטוואך דעצעמבער 27, 2017 11:35 am

· #392207
אלס מיינען זיי נעבעך אז מ'גייט שוין אראפנעמען די וואנט.......... און געפעלט מיר ווי ער לייגט דאס דראמאטיש אראפ אז היות ר' מאיר זעליג האט דאך געהאט א עקסידענט ווי ער האט זיך צובראכן אלע ביינער און קוים ארויס מיט'ן לעבן דערפאר האט ער פון זיך אליין פארשאטנען אז מ'דארף עפענען די בית החיים און לאזן אן א חומה איך מיין אז ס'איז בנגוד הלכה דעס צו טון

ווי איך שטעל מיך פאר גייען זיי זיך צוזאם נעמען און זיך מחזק זיין נאך די ביטערע שווערע לאקשעדיגע קלאפ וואס זיי האבן יעצט נאך דעם שבת פון רז"ל ט"ב אין מאנטריאל און מען גייט עפענען א קופה צו קענען איינקויפן נאך טויזענט אויער שיצער............

berlbalaguleh » מיטוואך דעצעמבער 27, 2017 12:20 pm

· #392213
גאנצל: ייש"כ. איך זעה אז ווען מ'דארף קענסטו צוריקשיסן. נאר איין זאך איז זיכער א ר' י.י. איז א טעסס ראיש אלעוו לאמעד...! כמו שאמרתי למעלה...!

שושן פורים » מיטוואך דעצעמבער 27, 2017 1:16 pm

· #392221
berlbalaguleh
אנאנים: פון דיין תגובה האביך א הנאה. דו שרייבטסט כאטש דברים של טעם (אזוי ווי זויערע פיקלס). צו אלעס איז אזוי ווי דו זאגסט ווייס איך נישט. ווייל איך בין נישט געווען ביי די דרשות פון ברך משה. וואו דו זאגסט אז ער האט געהאקט און געמאכט ליצנות פון אלע גדולי ישראל. איך האב געקענט אן אנדער'ן מענטש. אן אלטן צובראכענעם איד. אן עובד ה' ובעל טובה וגמילות חסד. און א ת"ח און מתמיד עצום.

לגבי די סאבדזשעקט וואס מ'גייט רעדן ביי די נייע אלף שמות דרשה. ס'ליגט מיר אין די לינקע פיאה. נאר אויב מ'וועט געבן פרעצלס און קאלא סאודע אדער דזשינדזשער עיל וועל איך, בלי"נ גיין. אויב איך האב נישט קיין בעסערע זאכן צו טון יענעם טאג...!


בערל קום צו מיר, איך שטעל צו קאולע, דזשינזשער קעיל, און לעמאן סאודע, מיט א היימישע הכשר שטייצעך, פרעצלס און פאפקארן מיט פאטעיטע טשיפס, עמער פארברענגען די נאכט מיט זכרונות פונעם ערשטן באלעגאלע פון אורוגוואי

signout » מיטוואך דעצעמבער 27, 2017 6:53 pm

· #392240
[ציטאט אראפגענומען]
אז די פירסט שוין יא אריין די אשכול אין צימעס, אויב גייט מען זעהן אז ער גייט נישט האבען גערעדט איבער די אנגעווייטוגטע וואנט פין ביה''ח, וועט מען זעהן אז די גאנצע תגובה דיינע איז ליגענט אדער כ'וויל מיך נאך דארפן ברעכן קאפ צו וויסן קעגן וועלכע גדול אין ת''ח ר' יצחק ראזענבערג האט אטאקירט פארן נישט גיין אין שפאן, אדער ווען מ'האט א' שמות מבזה געווען דעם ברך משה, דארפסט פארשטיין אז נישט יעדער קויפט אפ אלעס וואס דער איד שרייבט אין נישט יעדער האט געהערט שאול פערלשטיין'ס דרשות

signout » מיטוואך דעצעמבער 27, 2017 6:55 pm

· #392241
ס'זעהט אויס אז ס'גייט זיין א קורצע זאך ס'נישט מבטל זיין די שיעורי תורה, אין ס'גייט מעגליך אויך רעדן די סאטמאר וומסב''ג רב ר' מענדל טייטלבוים

signout » מיטוואך דעצעמבער 27, 2017 6:55 pm

· #392242
[ציטאט אראפגענומען]
אזוי? וועלכע ליצנות? ס'איז א געפערליכע זאך צו מאכען ליצנות פין א רבי'ן ברבים

גאנצל » מיטוואך דעצעמבער 27, 2017 7:42 pm

· #392247
ער מיינט צו זאגן אז מ'האט אויפגעוויזן דארט ווער ס'האט מבזה געווען

בכלל אין די זאלי שפראך הייסט אויפדעקן דעם אמת מבז"ה געווען........

פיינע קאווע » דאנערשטאג דעצעמבער 28, 2017 10:01 am

· #392270
די פארזאמלונג דארף זיין מער ווייניגער איבער פארקויפען זיצען אין 14 הופער כדי צו קענען באצאלען די מארטגעדש און אנהייבן מיט איבער בויען 13
פאר פרטים וועל מיר ווארטען אויף זונטאג

אייז קריעם » דאנערשטאג דעצעמבער 28, 2017 6:36 pm

· #392335
וואס איז געשען מיט ר' מאיר זעליג? וואספארא עקסידענט?

ימים ידברו » פרייטאג דעצעמבער 29, 2017 10:41 am

· #392371
אין בלאט זעה איך צוויי פארזאמלונגען סיי אין קרית יואל סיי און ווילאמסבורג הלוא דבר הוא? ואס קימט דא עס סאנד ווי א הספד אויף הגראי"ל זי"ע

גאנצל » פרייטאג דעצעמבער 29, 2017 12:22 pm

· #392375
סארי נישט יעדער טראכט פון דעם פערזאן פון וועם הרב אויערבאך טראכט יומם ולילה...............

berlbalaguleh » פרייטאג דעצעמבער 29, 2017 2:48 pm

· #392381
ימים ידברו: זאג נאר דו טראלל. דו האסט שוין נישט קיין בעסערע זאכן איבער וואס צו דאגה'ן...?! א דזשאב האסטו...? דו מאכסט אויף א גמרא אדער אן אנדער אידיש ספר...? דו זוכסט און גריבלסט דיך אין אלערליי בייזוויליגע שפעקולאציעס...! ווילסטו דען וויסן דעם ענטפער...?! דו זוכסט נאר ארויס פון אונטער די ערד אנצורייצן און אויפהעצן די געמיטער. על לא דבר..! דו רעדסט דיך נאך איין אז דו טוסט לטובת דייין רעבי'ן און די פארטיי..! וואס האלטסטו, מ'עט דיר געבן ששי אדער שלישי. אדער אן עקסטער פארציע קוגל ביים טיש. אדער מ'עט דיך ארויפזעצן מזרח. דער עולם וועט שושקענען און זאגן...ששש...דא גייט א חשוב'ער איד. ער ציפט זיי (די ארונים) גוט אונטער. ער מאכט פאטאש פון זיי...ססס...א חשוב'ער איד. זעץ'צ איהם ארויף גאנץ אויבן אן ביי כ"א כסלו...א יעדער וועט זיך וועלן משדך זיין נאר מיט דיר...כ'מייין. אנטשולדיגט. אלעס האט א גבול. טיפשות און פגע'נען אויכעט...אפילו א מפגר (א צוריקגעבליבענר, אויף די שפה הטמאה) ציעט אויכעט נישט איבער דאס שטריקל, אזוי ווי דו...! הס קטיגור.... די. ס'גענוג געווען. דו מאכסט קאווע שטיבל אויסזעהן ווי א בלאטע. דו ווייסט ווער ס'האט א הנאה זיך צו ווייקן אין די בלאטע...יא... די חזירים...אזא פנים האסטו אויב דו ביסט ממשיך מיט דיינע נארישע בייזוויליגע שטיק. וואס קומט נאר פון ליידיגגיין...!

נ.ב.: אויב די הנהלה וויל קענמען אראפנעמען מיין תגובה. איך וועל בכלל נישט ברויגז זיין...!

שמעקעדיג » פרייטאג דעצעמבער 29, 2017 3:47 pm

· #392382
חס ושלום ר' בערל.... מעקן דברים היוצאים מן הלב?....

berlbalaguleh » פרייטאג דעצעמבער 29, 2017 4:05 pm

· #392384
שמעקעדיג: ייש"כ. א גוט שבת..!

ימים ידברו » מוצ"ש דעצעמבער 30, 2017 8:55 pm

· #392397
יישר כוח רבי בערל טייערער איך האב מיך אינטערגעהאלטען א גאנצען שבת מיט דיינע קללות, יא ביסט אויף די ריכטיגע פלאטץ טענקס

berlbalaguleh » זונטאג דעצעמבער 31, 2017 1:55 am

· #392432
ימים ידברו: סעים היער. איך האבמיך אויך אונטערגעהאלטן. נאר ס'איז נישט קיין קללות. ס'איז דער אמת. דו רעדסט דיר איין אז ווען דו טראללסט כאפט נישט דער עולם. דו שטעלסט אן א פנים פון א תם או דו שטויסט ווי א מועד...! כבר היה לעולמים. ס'זענען שוין געווען (איך זאג בלשון עבר) אזעלכע אויבער חכמים ווי דו. און מ'האט זיי סוכ"ס מסלק געווען...! איך האב פאר דיר א וואונדערבארע וועב סייט וואס איז צוגעפאסט לשיטתך ולרוחך. דארט 'עסטו קענען אויסדרוקן דיינע פראוואקאטארישע מיינונגען. איך מיין זיי גייען בקנה אחד מיט דיר. נאר אונז עמיר זעהן ווי לאנג מ'וועט טאלערירן דיינע שטיק. מ'עט דיך מעקן ביז 5 מינוט. אדער ביז 10 מינוט...!

ימים ידברו » זונטאג דעצעמבער 31, 2017 2:02 pm

· #392452
א אפענע בריעף צו הרב בערל בעל עגלה שליט"א, מיט אלע דיינע חברים, וואס לייקן גלייך, ווען די שעלסט און פירסט דיך אויף ווי שמיני עצרת אינדעפריה ווען די שטייסט אויף און א רעגענדיגע וועטער און ס'גייט נישט דיין וועג,
איך ווייס נישט וואס מיינט טראלסט, איך ווייס נישט וואס איז מיין עבירה, איך האב געמיינט אז דא איז א פלאץ פאר מענטשען, מיט בריייטערע קעף נישט איינזייטיג, נישט פארקלאפט אדער אנגעפראסקטע, פארטיישיע מענטשען וואס קענען נאר הערען און פארשטייען וואס די עדיטראס פון זיין פארטיי צייטונג לאזט טראכטען,
טעיתי, איך האב געמיינט אז דא מעג מען זאגען א דעה,
טעיתי, איך האב געמיינט אז די בלאט שרייבערס זענען שוין נישטא
טעיתי, אז די בערל בעל עגלה איז א מאן מיט א דעה מיט א וויזשאן
די האסט א אגענדע, וואס איז נישט צום זאך, נעבאך,
מיין גרויסע טעות איז כהאב געמיינט אז עטס ווילטס וויסען די אמת,
איך פערזענדליך האב די לעצטע פאר חדשים וואס איך שרייב דא קיינמאל נישט מזלזל געווען און א אדם גדול ח"ו, איך האב מיך מונע געווען צו מזלזל זיין און א פארטיי פירער וויפול ס'געווען מעגליך, חוץ ווען יענער איז ארויס פון יעדע נארמאלע פרייז, אמאל א דזושק פון א פארטיי, איז וואס?
אבער דיר בעל עגלה שטייסט און פארפירסט כאולי איך האב ביי דיר ג'גנבט א מיליאן טולער,
איך מיז טראכטען ווי די?
איך מוז זיין שטיל ווען די ליידסט אויף א ענגע ציל פון א קרייז?
לאמיר זיך איבערשמיסען וועסטו זעהן די ביסט בכלל נישט מיט די הלכות פון עטישקייט, די סטראשעסט די שטויסט, מי שמך לאיש?
איך האב זייער ליעב צו ליינען א דעה, אבער לאז עס אפען , יענער מעג טראכטען שרייבען אנערשט, אדרבה לאמיר זיך מווכח זיין, ס'קען זיין אמאל כאפסט אן א זאך צו דער זאך, אבער ליידער רוב מאל, אדער מיין וועג אדער קיין וועג, דאס איז נישט קאווע שטיבעל!
איך פיל טאקע צו אנטלויפען פון אזא ווערטשאפט, מ'מיינט נאר מיך, זיך, און איך,
דא קען מען נישט טראכטען, דא באפעלט מען, מ'מוז מיט גיין מיט די שפאן פון וועים?
בערל קיק איבער דיינע תגיבות דיינע חשבונות, אויף אזא פלאץ אנטלויפט יעדער רעכט דענקידיגע מענטש, און ווער רעד נאך פון דיין שמיצג מויל, ניבול פה, ווער האט דאס מתיר געווען?
די ביסט נישט צופרידען, אקעי וויש אף דיין נאעז, וואס ביסטו מנבל פיך? און דעם ביסטו נישט קיין בן יחיד, ליידער, שיינע אידען פון אלע קרייזען ליידער זענען דא געשלאגען, מיט דעם, שטעל דאס אף ס'נישט אידיש,
סך הכל, איך פיל נישט ווי אין מיינע תגיבות זענען דא נישט מאראליש אדרבה זאל איינער מיר אויףווייזען, און מען דארף זיך אויפפירען מענטשליך און עטיש, אפי' מיין אגענדע איז אנדערשט,

סאשי פיש » זונטאג דעצעמבער 31, 2017 2:08 pm

· #392453
Re: גענעראל פארזאמלונג א' שמות תשע"ח בקהילת מהר"א וומס"ב
פארוואס בלאקירט מען נישט די ip address און שלום על ישראל?

געוואלדיג » זונטאג דעצעמבער 31, 2017 2:37 pm

· #392456
פאר ווער עס איז נישט קלאר וואס א טראלל מיינט
[ציטאט אראפגענומען]

...

גאנצל » זונטאג דעצעמבער 31, 2017 3:10 pm

· #392460
פאר ווער עס איז פאראינטערסירט אויף מיין מיינונג ימים איז נישט קיין טרול ער פראבירט זייער שטארק צו פארקויפן א אומפאפולערע פראדוקט...... דורך אסאך אונטערטירלעך........

berlbalaguleh » זונטאג דעצעמבער 31, 2017 3:24 pm

· #392462
סאשי פיש
פארוואס בלאקירט מען נישט די ip address און שלום על ישראל?

סאשי פיש: במחכת"ה. שלום על ישראל שרייבט נישט פראוואקאטיוו אזוי ווי ימים ידברו. יא. אמאל פארעקשנ'ט ער זיך א ביסל אין א וויכוח מיט א צווייטן ניק. אבער ער ווארפט נישט אייביג ארויס פראוואקאטיווע שאלות וואס ער אליינס ווייסט דעם ענטפער צו זיי. און ער זוכט אייביג אנצוהיצן די געמיטער. און ער שרייבט בערמומיות. אז דער ענטפער זאלל ארויסקומען בקנה אחד מיט זיין פאלשע אגענדא.

די צווייטע חלק איז א דירעקטע ענטפער צו ..."ימים ידברו"... דו לייגסט עס אראפ כאילו איך בין א חסיד (שוטה) פון בלאט. און איך גלייב אלעס וואס ער זאגט בתמימות. לידיעתך. איך האלט אז דער בלאט שרייבט מער שטותים ווי דער דזשואיש פרעסס. יא. איך ליין עס ווייל ער האט נישט קיין שנאת ישראל (כ'מיין נישט מדינת ישראל. נאר אידן) אזוי ווי דער איד. א יעדער איינער מעג זיך פאטשן אויפ'ן בויך און זיין צופרידן פון זיך. און זיך און זיין אייגענע גרופ אויסרימען כאילו ביי זיי איז אלעס צוקער זיס. ווילאנג מ'איז נישט מבזה אנדערע אידן. אבער דער וועג וואס דו שרייבסט האט גארנישט צו טון מיט'ן בלאט. ס'איז נאר סתם אנהיצן די געמיטער. נעם למשל טאקע די איצטיגע נושא. פיין . דו קענסט זאגן א מיינונג מה זה ועל מה זה די א' שמות פארזאמלונג. אבער דו לאזסט נישט נאך. דו ברענגסט אויף איין נעגאטיווע שפעקולאציע נאך די אנדערע. און אויב נישט דעס דאמאלס יענס. און נישט דאס דאמאלס די אנדערע נישט טויגעדיגע זאך. מה נפשך ביסטו פון די קהילת מהר"א, ווארט'זשע צו און דו וועסט אליינס הערן איבער וואס דער מדובר איז. און אויב נישט. איז דאך דיר נישט קיין שום נפקא מינה נישט. חוץ, אויב דו ווילסט אויפהעצן די געמיטער. כדרכך....אזוי ווי דיין פארשטארבענער גוטער פריינד איש את רעהו. אדער גאר אפשר ביסטו עס אליינס. דער סטייל פון שרייבן איז די זעלבע...!

ימים ידברו » זונטאג דעצעמבער 31, 2017 3:31 pm

· #392463
שכוח בערל פאר זיך בארויגען ..... די איבעריגע וועל איך צוריק קומען און אנדערע געלגענהייט

גאנצל » זונטאג דעצעמבער 31, 2017 3:44 pm

· #392464
פון א גענעראל פארזאמלונג אין סאטמאר איז געווארן א גענעראל פארזאמלונג אין ק"ש......................

סקרן » זונטאג דעצעמבער 31, 2017 4:49 pm

· #392475
איז די וואנט שוין אראפ?

ליטוואק פון בודאפעסט » זונטאג דעצעמבער 31, 2017 5:13 pm

· #392481
עס איז אמאל ארויף געווען?

שמעקעדיג » מאנטאג יאנואר 1, 2018 12:33 am

· #392521
די מעקסיקא וואנט? קיינמאל.

signout » דינסטאג יאנואר 2, 2018 4:42 pm

· #392621
בילדער
📎 DSkNdkCVwAAlmRZ.jpg 📎 DSkNdkBVQAE1QIL.jpg 📎 DSkNdkDVoAAJSO2.jpg 📎 DSkNdkCUQAUYGF9.jpg

berlbalaguleh » דינסטאג יאנואר 2, 2018 10:02 pm

· #392652
סיינאוט: נו, אוואו ביניך...?!

כפתור » דינסטאג יאנואר 2, 2018 10:14 pm

· #392654
למעשה, קען איינער ברענגען א אפדעיט וואס מ'האט גערעדט דארט?

פיינע קאווע » דינסטאג יאנואר 2, 2018 10:49 pm

· #392659
בקיצור נמרץ וויפיל איך געדענק. קודם אז מען איז אין קאנטראקט מיטן ביהמ"ד הגדול און מען וויל זייער נישט נעמען א מארדגעזש אויף 14. ווי אויך פלאנט מען צובויען א שטאק אויף 13 ממילא גייט מען פארקויפען זיצען און מ'בעט יעדער זאל קויפען אזוי זאל מען עס קענען אויסצאלן אן א מארגעזש
די מרת ראזענבערג אלמנת ר' יצחק האט שוין געגעבן 2 מיליאן דאללאר און די איבעריגע ברויך קומען פון די מעמבערס אזוי ווען מען שפארן אסאך הקדש געלט אין פראצענט פאר די באנק

מפלעגט באצאלן זייער אסאך פער חודש פאר די באנק ביי די מקוה טהרה. יעצט האט מען פארהנדלט מיט די באנק און בחסדי ה' איז געלונגען צו מאכען א גאר גיטע דיל אז מען צאלט כהיום 40% ווייניגער פער חודש אזוי קען זיך דעקן די הוצאות דורך די הכנסות אן ווייטערדיגע חובות

מהאט צוזאם געשטעלט עטליכע אפיסעס ווי למשל מצה בעקעריי. איחוד. קהל אלעס אין די נייע בילדינג אויף ליע עוועניא העכער די נייע בוטשער אזוי שפארט מען געלט אין רענט

דער ראש הקהל שיקט כסדר זיין אקונטענט איבער צו קוקען אלע ביכער איבעראל, ער האט אויפגענומען א נייע וועד דא אין דארט. געשטעלט נייע גבאים וכדו' וכדו'
דער ראש הקהל איז געזיצען אין מיטינגען מיט אלע קלענערע קהל בתי מדרשים און העלפט זיי שפארן געלט

צוליב וואס מען שפארט זיך שוין געלט אין מצה בעקעריי ווען מען היי יאר פארקויפען מיט 2 דאללאר ביליגער א פונט מצה

די נייע בוטשער וועט זיין אפן ביז 2 וואכען. מיט דאפעלט דאס פלאץ און מהאט געבעטן יעדער זאל קומען קויפן און שטיצן קהל

מהאט מסביר געווען די וויכטיגקייט פון זיין א מעמבר און די זייטיגע בענעפיטס

מען האט אויפגענומען א פול טיים מענטש וואס גיבט זיך אפ מיט'ן בית החיים וואס צוליב זיין איבערגעגעבנקייט האט מען שוין געשפארט אסאך געלט אין ריפעיר. ווי למשל לעצטענס מיט א פראבלעם פון א וואסער אפלויף וכדו' ווי ער האט אלעס פאראכטען אן רופען צו הילף דרויסענדע קאמפאניס פאר טייער געלט
מען האט געמאכט א דיעל מיט יראים טשאפל צו גיבן א דיסקאונט פאר אלע מעמבערס

אונטער חכם » מיטוואך יאנואר 3, 2018 1:47 am

· #392678
Re: גענעראל פארזאמלונג א' שמות תשע"ח בקהילת מהר"א וומס"ב
אן אמתער ראש הקהל, ממנו ילמדו וכן יעשו.

וואלווי » דאנערשטאג יאנואר 4, 2018 12:13 am

· #392765
שמעקעדיג
די מעקסיקא וואנט? קיינמאל.


ס'איז פונקט ווי די מעקסיקא וואנט. אין ביה"ח איז אויך דא גלגול מחילות...