☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » תורה ודעת » קונסט » "המדרשה": דראמא טעלעוויזיע סעריע איבער'ן "מוסד"

"המדרשה": דראמא טעלעוויזיע סעריע איבער'ן "מוסד"

18 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #12039

אפטעמיסט » זונטאג דעצעמבער 24, 2017 12:17 pm

· #391946
"המדרשה": דראמא טעלעוויזיע סעריע איבער'ן "מוסד"
ס'איז דא אן איזרעלישע טעלעוויזיע סעריע "המדרשה" איבער א גרופע מוסד אגענטן און זייערע געהיימע מיסיעס איבער'ן וועלט. כ'בין נישט קיין גרויסע חסיד פון פיקציע, אבער אז ס'האט א היימישע טעם איז אן אנדערע מעשה. ס'האלט שוין ערגעץ טיף אינמיטן די צווייטע סעזאן, אבער כ'האב עס נאכנישט געזען. שטייענדיג פאר צוויי ארבעטסלאזע טעג, לאדן איך @טרויבן88 זאל מזכה זיין דעם ברייטן ציבור און ארויפלייגן די לינקס אויף גוגל-דרייוו.

ווי געזאגט האב איך עס נאכנישט געזען און כ'ווייס נישט ווי אינטערעסאנט ס'איז.

דא איז א לינק צו טעלעגרעם.

כלבאשבוע » דינסטאג דעצעמבער 26, 2017 2:38 pm

· #392108
סאיז עוועילעבל אויף נעטפליקס, אין ענגליש הייסט עס mossad 101

אפטעמיסט » דינסטאג דעצעמבער 26, 2017 7:42 pm

· #392138
ייש"כ!

איינע פון די עקטארס דארט זע איך איז שלום שטיסל'ס זיווג שני.

סקרן » מיטוואך יאנואר 10, 2018 4:46 pm

· #393190
ווי קען מען עס זעהן חוץ טעלעגראם?

סקרן » דינסטאג יאנואר 16, 2018 8:21 pm

· #393564
איך האלט ביי די 10'טע עפיזאד ס'איז משוגע צו ווערן ווי גוט ס'איז
אנגעהויבן פון ווי ביידע זייטן ווערן נאכאמאל און נאכאמאל מוניפיולעידיט ביי לירון און יונה
מיצי דערמאנט מיר פון די פרענקן וואס פלעגן קומען אין מקוה אפאר מאהל א טאג אין ישראל
איימי איז אויך געוואלדיג און אביגיל שפילט איהר ראלע זייער זייער גוט

סקרן » זונטאג יאנואר 21, 2018 3:40 pm

· #393902
<a class="postlink" href="http://reshet.tv/item/featured-series/hamidrasha/season-01/episodes/episode3-11/">http://reshet.tv/item/featured-series/h ... isode3-11/</a>
דא קען מען זעהן די ערשטע סעזאן

אין די ערשטע פרק זעהט מען איינער חגי נוימן וואס ווערט ארויסגעווארפן ער איז גדלי' פון שבאבניקים

berlbalaguleh » זונטאג יאנואר 21, 2018 10:18 pm

· #393931
סקרן: ייש"כ. ס'איז דאך עפעס מורא'דיג. איך וואלט מיך שוין לאנג אונטערגעבראכן. בשוגג אדער במזיד..!

נאר אויף איין פלאץ טוען זיי נישט טרענסלעיטן ריכטיג. אפשר בכוונה...?! ווי דעם עידזשענט'ס טעסטער פרובירט איהם צו כאפן רעדניג עברית צו איהם. און ער ענטפערט צוריק אויף ענגליש (כדי אנצוהאלטן זיין סיפור כיסוי) זאגט ער פאר דעם ..."טעסטער...ערלויב מיר צו מאכן א פאון קאלל צו דיין מאמע, ווייל איך וויל זעהן איהר שיינע/ם ----זעצן זיי עס איבער איהרע שיינע אויגן...! ווייל ער האט געוואלט זיין צוריק פראוואקאטיוו צו זיין טעסטער...! ער האט איהם געצאלט מיט די זעלבע מטבע. אבער ער האט נישט געבראכן זיין קאווער...!

כלבאשבוע » מאנטאג יאנואר 22, 2018 10:34 am

· #393984
סקרן
אין די ערשטע פרק זעהט מען איינער חגי נוימן וואס ווערט ארויסגעווארפן ער איז גדלי' פון שבאבניקים


טעות, צוויי אנדערע עקטערס

ראוונע » דאנערשטאג יאנואר 25, 2018 8:14 am

· #394200
קען מיר איינער מסביר זיין? הייסט ער יונה הררי? אדער קינדר?

כלבאשבוע » דאנערשטאג יאנואר 25, 2018 9:27 am

· #394203
ער הייסט יונה הררי, זיין ניק נעים איז קינדר

מילכיג » דאנערשטאג יאנואר 25, 2018 11:35 am

· #394215
כלבאשבוע
ער הייסט יונה הררי, זיין ניק נעים איז קינדר

ווייל ער רופט זיינע חניכים ''קינדערלאך''.

אויך ברוך האט א ניקנעים: ''כותל''.

מילכיג » דאנערשטאג יאנואר 25, 2018 11:37 am

· #394216
[ציטאט אראפגענומען]

וואס פאר א ראלע האט דער ספר תורה געשפילט אין די אומקום פון אבנר חרירי?
ווי אויך: פעלדמאן אדער לערנער? (קיצרתי והמבין יבין שאלתי)

מילכיג » דאנערשטאג יאנואר 25, 2018 11:41 am

· #394217
[ציטאט אראפגענומען]

מען דארף בכלל פארשטיין, האט יונה געוואוסט א גאנצע צייט אז אהרון לעבט?
דאס איז זיכער אז דוריס האט געקלערט א גאנצע עונה 1 אז יונה מיינט אז אהרון לעבט נישט.

סקרן » דאנערשטאג יאנואר 25, 2018 11:44 am

· #394218
איך האלט ביים ענדיגן די ערשטע איך האב שוין געענדיגט די צווייטע
די צווייטע איז סאך בעסער געמאכט מיט בעסערע עקטערס
אין די ערשטע עונה הערעסט יונה אביגיל אויף א צודרייטע אופן אפילו זי איז זיין עקס און ער באהאלט עס נישט בכלל
דא איז דא א איבחון פאר וויפיהל די געדענקסט פון די צווייטע עונה
<a class="postlink" href="http://reshet.tv/item/featured-series/hamidrasha/season-02/articles/quiz-season-560582/">http://reshet.tv/item/featured-series/h ... on-560582/</a>

סקרן » דאנערשטאג יאנואר 25, 2018 11:45 am

· #394219
קומט א דריטע עונה?

מילכיג » זונטאג יאנואר 28, 2018 4:18 pm

· #394394
יא (ויקיפדיה)

גר ותושב » זונטאג יאנואר 28, 2018 7:51 pm

· #394405
Re: "המדרשה": דראמא טעלעוויזיע סעריע איבער'ן "מוסד"
.

ראוונע » מוצ"ש פעברואר 3, 2018 9:13 pm

· #394683
איז דער רמס״ד פון המדרשה לייבניצע רבי׳ס דאקטער אויף החצר?