☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » פארברענגען » קאווע שטיבל » ברוך מתיר אסורים!

ברוך מתיר אסורים!

19 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #12034

קורקלענד » דאנערשטאג דעצעמבער 21, 2017 12:22 am

· #391776
קאָן טאקע זיין אז בוש'ס הלוך ילך איז געווען א גורם. ווידער אבער איז אובאמא פיין בעהאווענט געוועזן אין די אומרעכטן וואס די רעגירונג איז באגאנגען אקייגן דעם אומשולדיגע אידעלע, דאך אב האט ער אויפגעברענגט די קעיס ווען ער האט קאמפיינט אין אייאווע, אויך קען מען זיין קאנפידענט אז די גרויסע וויי געשריי פאר יושר האט דערגרייכט זיינע אויערן. למעשה האט ער באשלאסן זיך נישט צו מישן, פארוואס? ווייל ער איז א איד וואס האט זיך ארויפגעארבעט זיין יגיעת כפיך, און ס'וואלט נישט אויסגעזען גוט פאליטיש...... ווייל נאר דער מינאריטעט (אידן זענען באיזה אופן נישט בגדר מינאריטעט, גיי פארשטיי) וואס ס'זעהט זיך אויס גוט פאליטיש מעג מען העלפן.......

ס'איז וויכטיג צו נעמען אין אכט אז טראמפ האט זיך דא אביסל איינגעשטעלט צו טוהן וואס איז ריכטיג, ווי איידער צו טוהן וואס זעהט אויס גוט פאליטיש. אויף די רעכטע בלאגס רייסן איהם זיינע נאכפאלגער שטארק אראפ. זיי פרעגן אויף די היפיקראטיע פון טראמפ הלמאי דא קאמפיינט ער אז ס'וועט זיין זערא טאלעראנץ אויף אימיגראציע, און פון די אנדערע זייט האט ער באפרייט דער אידעלע וואס האט פארלעצט די אימיגראציע געזעצן. איך וויל זיך פשוט באציען צו העניך'ן וואו ער לייגט עס אראפ אלס א פאליטישע מאנעווערע פאר טראמפ צו פארדינען די חרידישע וויילער, למעשה אבער נאך אזעלכע שריט שטייט ער אויס צו פארלירן זיין באזע. עכ''פ דאס וואס די אויפריכטיגע פרעסע פארופט צו זיין זיין באזע.

אישתישבי » דאנערשטאג דעצעמבער 21, 2017 12:32 am

· #391778
איינער ווייסט מער פרטים ווער עס האט דאס ערלעדיגט?

איסר האטלקי » דאנערשטאג דעצעמבער 21, 2017 1:03 am

· #391781
אישתישבי
איינער ווייסט מער פרטים ווער עס האט דאס ערלעדיגט?

משה דוד נידערמאן.
ער האט חדשים געארבעט דערויף. ער האט אויך פרובירט צו באיינפלוסן שומער זאל שרייבן א בריוו, אזוי ווי טראמפ האט פארלאנגט, ער האט אבער נישט געהאלטן דערביי. אכזריות איז גאר ווייניג געזאגט.

נולד מאוחר » דאנערשטאג דעצעמבער 21, 2017 1:51 am

· #391783
איך בין נייגעריג אויב א פשוטע ארימאן, נישט קיין ברענד נעם, פארפלאנטערט זוך מיט זיין פ"ס אדער דער אכטער, ווערט פארמשפט פאר 27 יארן ביי א שופט א רשע.
וואלט ער אויך געווען אינדרויסען?

איסר האטלקי » דאנערשטאג דעצעמבער 21, 2017 1:59 am

· #391785
נולד מאוחר
איך בין נייגעריג אויב א פשוטע ארימאן, נישט קיין ברענד נעם, פארפלאנטערט זוך מיט זיין פ"ס אדער דער אכטער, ווערט פארמשפט פאר 27 יארן ביי א שופט א רשע.
וואלט ער אויך געווען אינדרויסען?

א פשוטער ארימאן נישט קיין ברענד נעים וואלט נישט באקומען אזא משפט!

גאנצל » דאנערשטאג דעצעמבער 21, 2017 3:45 am

· #391791
ס'מיינט נישט משה דוד אליין ער צווישן אנדערע עסקנים ער האט געבעטן ביי שומער און שומער האט עס גראדע צוריק געוייזן מיט די זעלבע הארטנעקיגייט פון אבאמא

איך בין נייגעריק צו משה דוד ועט נאך קענען פארקויפן פאר'ן עולם די אלע מוראדיגע גוטס וואס מיר גייען באקומען פון שומער........

ליטוואק פון בודאפעסט » דאנערשטאג דעצעמבער 21, 2017 10:04 am

· #391795
עס גלויבט זיך שווער אז מ"ד נידערמאן זאל דא זיין א מחותן. סה"כ אין סיטי האלל קען ער ערלעדיגען א פאר שטימעס.

מ'זאגט אז עלען דערשאוויץ, וואס האט אסאך געכאפט פון זיין לינקע חברים פאר'ן זוכען פארבינדונגען מיט דער היינטיגע אדמיניסטראציע, האט געהאט די גרעסטע יד דא.

דער ענין איז, אז טראמפ האט דא געמאכט א טיפיקעל משוגעת זיינער. נאר וואויל איז עס פאר אונז, ווייל פון דער משוגעת האט א איד געניסען. עס דערמאנט זיך פון דער שיכור'ן פריץ וואס האט באגנאדיגט א איד צוליב זיין שיכור'ן צושטאנד. יעדער קלוגע פרעזידענט וואלט עס נישט געטוהן. פארוואס דען יא? די מדינה דארף עס? זיין פאליטיק דארף עס? ווען ער וויל זיך נעמען מאכן א סטעיטמענט אז דער סיסטעם פון לאנגע טורמע פאר געלט פארברעכונגען איז נישט אויסגעהאלטן, וואלט עס געשטימט. אבער דאס איז נישט זיין נושא. איהם גייט נישט די זאך אן. ער איז אן עושר א בעיבי, וואס שפילט זיך מיט זיין שפילצייג פון דער פרעזידענסי, און אלס א חלק פון זיין שפיל האט ער איינעם באגנאדיגט.

מיר דארפען זיך דערפון אפלערנען. מ'קען אומעטום טרעפן א געלעגענהייט. פון א צודרייטען טראמפ, קען מען נוצן האבן פון זיין צודרייטקייט.

mevakesh » דאנערשטאג דעצעמבער 21, 2017 10:14 am

· #391796
איך ווייס נישט אויב משה דוד נידערמאן האט א חלק דא אבער זיינע קשרים גייט פוהל ברייטער ווי סיטי האַלל
איך האב פונקט לעצטנס געהערט פון א פארלעסליכע מקור אז ער האט נאנטע פארבינדונגן מיט הויכראנגיקע מדינות ישראל באאמטער

יצחק וואלד » דאנערשטאג דעצעמבער 21, 2017 12:01 pm

· #391811
נאכאמאל געוואטשט יעצט נאך אסאך יארן. דער מעסעדזש הערט זיך מיט אסאך מער געוויכט.
Listen Brother Listen Friend
Just a little Smile A Helping Hand
And We All Find A Love And Kind Humanity.

<a class="postlink" href="https://www.youtube.com/watch?v=F_iZJnFyxOY">https://www.youtube.com/watch?v=F_iZJnFyxOY</a>

בן אדם » דאנערשטאג דעצעמבער 21, 2017 12:06 pm

· #391812
איך נעם קרעדיט פאר מיר! איך האב אויך געהאט גאנץ א שטארקע יד אין דעם.

berlbalaguleh » דאנערשטאג דעצעמבער 21, 2017 12:36 pm

· #391814
[ציטאט אראפגענומען]

אנאנים: ביטע טוה נישט מינימיזירן און אוועקמאכן די השתדלות פון ר' משה דויד נידערמאן הי"ו. שוין יארן וואס ער שטייט על המשמר און איז גרייט צו העלפן אידן בכל מיני השתדלות ושתדלנות, וואס ער קען אזוי גוט בחסד עליון. און ער פארלאנגט גארנישט דערפאר. דו זעהסט דען זיין נאמען פיגורירן אין די אידישע פרעסס מיט גרויסע קידוש לבנה העדליינס. אדער מיט די היינטיגע מאדע פון פאבליסיטי. מיט באקומען תעודות הכבוד ביי אפיציעלע דינערס. און מ'זאגט נאך צו אז דער מקבל הכבוד איז א הצנע לכת. זיין נאמען ערשיינט נישט אין ערגעץ. אויסער ווען ס'האנדלט זיך אין וואוטן פאר א געוויסן קאנדידאט וואס ער האלט לפי חוות דעתו אז דער קאנדידאט וועט טון טובות פאר די אידן, בעט ער אז מ'זאלל וואוטן פאר איהם. אבער פאר זיך זעלבסט. זירא...! ה' הטוב ישלם שכרו, ויהי משכורתו שלימה מאת ה'...! (שוין. נאך א מענטש פון וועם בערל בעל עגלה האלט...!(...!

signout » דאנערשטאג דעצעמבער 21, 2017 2:14 pm

· #391819
גיבטס קרעדיט פארוועם ס'קומט זיך, מ'דארף נישט זיכען אז די רייסער אדער פאלעטישאן פין דיין קהילה זאל עפעס האבען געטוהן ווען ס'בכלל נישט געווען
📎 DRltjN9XkAA7i9K.jpg

ליפא » דאנערשטאג דעצעמבער 21, 2017 2:20 pm

· #391820
signout
גיבטס קרעדיט פארוועם ס'קומט זיך, מ'דארף נישט זיכען אז די רייסער אדער פאלעטישאן פין דיין קהילה זאל עפעס האבען געטוהן ווען ס'בכלל נישט געווען

דאס איז מסתם די איינציגסטע סיבה פארוואס דו ביזט פרייליך אז רובאשקין איז ארויס..

signout » דאנערשטאג דעצעמבער 21, 2017 2:45 pm

· #391823
ליפא
signout
גיבטס קרעדיט פארוועם ס'קומט זיך, מ'דארף נישט זיכען אז די רייסער אדער פאלעטישאן פין דיין קהילה זאל עפעס האבען געטוהן ווען ס'בכלל נישט געווען

דאס איז מסתם די איינציגסטע סיבה פארוואס דו ביזט פרייליך אז רובאשקין איז ארויס..
אינטערסאנט אז ווען איינער האט פראבירט צו מאכען א פשט'ל אז נידערמאן זאל זיין די מציל דא האסטו נישט געפינען צו זאגען דעם זעלבן מעסעזש

signout » דאנערשטאג דעצעמבער 21, 2017 2:47 pm

· #391824
די יואליס מיט רובאשקין'ס זוהן ביי די ערשטע קאמפיין.
📎 IMG-20171221-WA0047.jpg

signout » דאנערשטאג דעצעמבער 21, 2017 2:49 pm

· #391826
[ציטאט אראפגענומען]
אמת ר' פנחס 'פין די ישיבה'שע קרייז' איז אויך געווען פין די ערשטע עסקנים צו העלפן א 'חבד'סקער ברודער' אבער מאך נישט אוועק זיין PR... ער קען דאס פונעם יתד

ליפא » דאנערשטאג דעצעמבער 21, 2017 2:50 pm

· #391827
signout
ליפא
signout
גיבטס קרעדיט פארוועם ס'קומט זיך, מ'דארף נישט זיכען אז די רייסער אדער פאלעטישאן פין דיין קהילה זאל עפעס האבען געטוהן ווען ס'בכלל נישט געווען

דאס איז מסתם די איינציגסטע סיבה פארוואס דו ביזט פרייליך אז רובאשקין איז ארויס..
אינטערסאנט אז ווען איינער האט פראבירט צו מאכען א פשט'ל אז נידערמאן זאל זיין די מציל דא האסטו נישט געפינען צו זאגען דעם זעלבן מעסעזש

ווייל יענער שרייבט דא כסדר ער קומט נישט אריין איינמאל א חודש פאר נארישע פאליטיק

signout » דאנערשטאג דעצעמבער 21, 2017 3:09 pm

· #391828
די סייט אפדעיט נאכנישט <a class="postlink" href="http://justiceforsholom.org/">http://justiceforsholom.org/</a>

איסר האטלקי » פרייטאג דעצעמבער 22, 2017 12:19 am

· #391876
ליפא
signout
גיבטס קרעדיט פארוועם ס'קומט זיך, מ'דארף נישט זיכען אז די רייסער אדער פאלעטישאן פין דיין קהילה זאל עפעס האבען געטוהן ווען ס'בכלל נישט געווען

דאס איז מסתם די איינציגסטע סיבה פארוואס דו ביזט פרייליך אז רובאשקין איז ארויס..

אינטערעסאנט, לעפקאוויטש און נידערמאן שטייען איין אין זעלבן קהילה, ראלניצקי איז אויך נישט ווייט פון דארט....