☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » פארברענגען » אידישע און אלגעמיינע נייעס » פייער אין ברוקלין נעמט אוועק מאמי אין איר דריי קינדער

פייער אין ברוקלין נעמט אוועק מאמי אין איר דריי קינדער

11 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #12028

או אינו » מאנטאג דעצעמבער 18, 2017 1:48 pm

· #391512
פייער אין ברוקלין נעמט אוועק מאמי אין איר דריי קינדער
געדענקט איינער ווי אזוי ר גבריאל האט מספיד געווען? ער האט מדמה געווועהן צי קרבנות היום. דאכט זיך מיר עס איז געווועהן א ראש חודש

<a class="postlink" href="https://youtu.be/YQ_vMEP9Ads">https://youtu.be/YQ_vMEP9Ads</a>

קאצקע ציקער » מאנטאג דעצעמבער 18, 2017 3:41 pm

· #391529
ליידער.

סמבטיון » מאנטאג דעצעמבער 18, 2017 9:57 pm

· #391547
איז שוין געווען די לויה? שרעקליך, איך ליין יעצט אין די נייעס אז די קינדער זענען געגאנגן אין די זעלבע סקול ווי משפחת ששון, איז עס אין די זעלבע געגענט? וויאזוי טראגן מענטשן אריבער אזא אומגליק? גאטעניו האב רחמנות,

ליטוואק פון בודאפעסט » מאנטאג דעצעמבער 18, 2017 11:13 pm

· #391558
Re: פייער אין ברוקלין נעמט אוועק מאמי אין איר דריי קינדער
וואס איז דער מצב מיט די איבערלעבער? וואס איז זייער נעמען צו דאווענען?

איך האב געליינט אז עס איז געווען פון די מנורה, און איך האב טאקע געלערנט מוסר צו פארלעשען די לעכט איידער מ׳גייט שלאפען. איך הער אויך אז עס איז געווען אין שטוב smoke detectors. די שאלה איז וואס איז דארט געווען? פארוואס האט עס נישט געהאלפען?

Sent from my LG-K373 using Tapatalk

ליטוואק פון בודאפעסט » מאנטאג דעצעמבער 18, 2017 11:32 pm

· #391560
דער טאטע גייט דאס דאך נישט ליינען, ממילא איז עס נישט קיין טשעפע צו איהם. אבער קומט עס דען נישט אז מ'זאל זיך היטען וויפיל מ'קען?

ליפא » מאנטאג דעצעמבער 18, 2017 11:56 pm

· #391561
ליטוואק פון בודאפעסט
וואס איז דער מצב מיט די איבערלעבער? וואס זענען זייערע נעמען צו דאווענען?

יוסי בן אהובה, שילת בת לוזה, דניאל בן לוזה, שלושתם במצב קריטי בבית חולים אחרי שנפצעו בשריפה בפלטבוש.

שלמה המלך » דינסטאג דעצעמבער 19, 2017 12:35 am

· #391563
שרעקליך!
ביי ששון משפחה האט יעדער גאדאטעלט מיט די פינגער "פייער דעטעקטערס"! היצטערט איז געוועהן פיער דיטעקטערס! עכשיו מה?
מ'מיז בעל כרכך זאגן גאט ב"ה פירט די וועלט און מיר פארשטייען נישט זיינע וועגען! השם נתן והשם לקח יהי שם השם מבורך
ויהי רצון שלא ישמע עוד שוד ושבר בגבולינו ונשמע ונשבשר בשורות טובות ישועות ונחמות

פאריגע מאל איז געוועהן ראש חדש ניסן - ועכשיו ראש חודש טבת

שבת אחים » דינסטאג דעצעמבער 19, 2017 6:42 pm

· #391625
הייסט עס ראש חודש איז שולדיג פאר די טראגעדיע. גוט צו וויסן כוועל זאגן מיינע קינדער זאלן זיין גרייט יעדע ראש חודש מיט א פייער עקסטינגווישער און פייער-פראוו הויזן.

אפשר איז ראש חודש אין הימל אזויווי סוף חודש ביי די פאליס ווען ס׳טיילן די מערסטע טיקעטס.

סגעפעלט מיר ווי מענטשען מאכן חשבונות אה דעס איז געשהען ראש חודש און יענע איז אויך געוועהן ראש חודש מוז זיין אז משיח גייט קומען תשצ״ק. מאטיאש אין ווילימסבורג איז גאר געוועהן פסח ביינאכט, די ברך משה׳ס אייניקלעך שבועות ביינאכט.

א איד » דינסטאג דעצעמבער 19, 2017 7:50 pm

· #391628
Re: פייער אין ברוקלין נעמט אוועק מאמי אין איר דריי קינדער
אפשר איז עס א יעדע יום טוב / יומא דפגרא?

ברוך שפינוזה » דינסטאג דעצעמבער 19, 2017 7:52 pm

· #391629
שבת אחים
מאטיאש אין ווילימסבורג איז גאר געוועהן פסח ביינאכט, די ברך משה׳ס אייניקלעך שבועות ביינאכט.

בקיצור, יעדע מאל איז עס ווען מ'צינדט אן לעכט...

berlbalaguleh » דינסטאג דעצעמבער 19, 2017 8:14 pm

· #391630
שבת אחים
הייסט עס ראש חודש איז שולדיג פאר די טראגעדיע. גוט צו וויסן כוועל זאגן מיינע קינדער זאלן זיין גרייט יעדע ראש חודש מיט א פייער עקסטינגווישער און פייער-פראוו הויזן.

אפשר איז ראש חודש אין הימל אזויווי סוף חודש ביי די פאליס ווען ס׳טיילן די מערסטע טיקעטס.

סגעפעלט מיר ווי מענטשען מאכן חשבונות אה דעס איז געשהען ראש חודש און יענע איז אויך געוועהן ראש חודש מוז זיין אז משיח גייט קומען תשצ״ק. מאטיאש אין ווילימסבורג איז גאר געוועהן פסח ביינאכט, די ברך משה׳ס אייניקלעך שבועות ביינאכט.

שבת אחים: ייש"כ. דו ברענגסט ארויס זייער א גוטע נקודה. ווען ס'געשעהט ח"ו א טראגעדיע ווערן מענטשן באלד צוהיצט און די היפאקריטן האבן ווי מ'זאגט אויף ענגליש א פיעלד דעי. זיי טייטלען גלייך מיט די פינגער פאר דעם אדער פאר יענעם חטא און עבירה פלונית וואס יענער באגייט. אבער קיינמאל נישט וואס ער און זיין גרופ באגייען. אמאל איז עס די רויטע טורבאנס ואס די פרויען טראגן. אדער גאר דער עירוב. אבער קיינמאל נישט, ח"ו די פאלשע שערעידס , די פורים שפיעלן וואס זיי רופן אן ..."דין תורה'ס"...אדער זייער קארופשן ביי השגחות. מ'פאטשט זיך אויפ'ן בויך ביי מיר און מיין גרופ איז אלעס ב"ה אין בעסטן ארדענונג. יענער איז דער שייגעץ. צוליעב איהם קומט דער חרון אף. זיכער. צו זאגן אויף א יעדע זאך ..."מקרה הוא"... דאס טויג אויך נישט. אבער נאכ'ן מפשפש זיין במעשים א יעדער איינער ביי זיך אליינס, דארף מען זעהן צו לערנען דעם עולם אז סעיפטי קומט צוערשט פאר אלעמען. און די תוה"ק הייסט נישט פאר א יוד אז ער זאלל מקיים זיין די מצוות אויף אן אופן וואס ער קען דורכדעם ח"ו קומען לידי סכנה. צי זאלל דאס זיין ביי חנוכה לעכט אדער ביי בדיקת חמץ. אדע גאר די לעכט אין די סוכה. אדער זיך באנוצן מיט אן עלעקטרישע פלאטע אום שבת ויום טוב. מיט עטליכע יאר צוריק איז נעבעך געווען א טראגעדיע אום שמיני עצרת ווען א משפחה האט זיך באנוצט מיט אן עלעקטרישע פלאטע וואס איז געלייגט געווארן אויף א האלצערנעם קאונטער אין די קאך. דער קאונטער האטציך אנגעצינדן און געמאכט א שריפה ל"ע פן וואס עטליכע קינדער זענען אומגעקומען. אדער ווען א טאטע וויל שטארק מחמיר זיין ביי בדיקת חמץ און ער גייט ארום מיט'ן לעכטל בודק זיין בחורים ובסדקים. נאר אויפ'ן וועג אהין רירט ער אן די סחורה פון די פירהענג אדער די בעטגעוואנט. און די פיייער צושפרייט זיך ח"ו. דארף מען וויסן אז אין סכנות'דיגע פלעצער מעג מען זיך באנוצן בודק צו זיין מיט א פלעשלייט. בכל אופן, מ'וואלט געדארפט געבן קורסעס פאר'ן עולם וועלכע זאללן זיין א קלארע חוות דעת וואס צו טון עפ"י התורה. און וויאזוי זיך באנוצן מיט די אלע הויזהאלט כלים אום שבת ויו"ט אז מ'זאלל נישט קומען לידי סכנה...!