☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » פארברענגען » אחיעזר » קריפטאקורענסי cryptocurrency

קריפטאקורענסי cryptocurrency

59 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #12014
בלאט: 1 2

אייראפעישער חסיד » דאנערשטאג יוני 10, 2021 9:23 pm

· #475377
א אפריקאנער לענדעל?

פאליטיקאנט » דאנערשטאג יוני 10, 2021 9:24 pm

· #475378
Re: קריפטאקורענסי cryptocurrency
לאטיין אמעריקע.

אייראפעישער חסיד » דאנערשטאג יוני 10, 2021 9:25 pm

· #475379
לכאורה אז ס'איז לעגאל אין איין פלאץ אין די וועלט איז דאס א געוואלדיגע תקומה פאר די וואלאוטע ?! זייענדיג מיט צוויי פיס אויף די ערד די ערשטע מאל!

הוגה » פרייטאג יוני 11, 2021 11:10 am

· #475419
כ'האב געזעהן אויף רעדיט פארציילט איינער אז ער האט געהאט ביטקוין בימי היווסדה. איין טאג איז ער געווען שרעקליך הונגעריג, אבער קיין געלט צו קויפן עסן האט ער נישט געהאט, און די צענדליגע טויזנטער ביטקוין וואס ער האט פארמאגט זענען געווען ווערטלאז. האט ער - האלב ווערטלדיג - געפאויסט אויף סטשעל מידיע א בקשה אז איינער זאל אים ברענגן עסן און ער וועט באצאלן צען טויזנט ביטקוין. איינער האט זיך מרחם געווען און אים געקויפט צוויי פיצא פייס און ער האט יענעם אוועקגעגעבן די צען טויזנט ביטקוין, וואס וואלט היינט (אפאר וואכן צוריק) ווערד געווען זעקס הונדערט מיליאן דאלער! איר הערט? צוויי פיצא פייס האבן אים געקאסט מער ווי א האלב ביליאן דאלער!

יעצט זאגט מיר. א וואלוטע וואס גייט אין צען יאר פון א שוויות פון דרייסיג דאלער צו זעקס הונדערט מיליאן, איז עס מעגליך אז עס האט עפעס אן אמת'ע פונדאמענטואלע שוויות? ס"ה האט עס א שוויות פונקט ווי א לאטערי טיקעט. אויב וואלט איר געקויפט א צוויי הונדערט פופציג דאלערדיגע לאטערי טיקעט דאן קענט איר קויפן דערמיט קריפטא. כנלענ"ד אויף דערווייל.


.

רביה''ק זי''ע » פרייטאג יוני 11, 2021 11:24 am

· #475420
דו רעדסט מן הסתם פון דעם מענטש, ער טענה׳ט עז ער האט נישט קיין חרטה... <a class="postlink" href="https://nypost.com/2021/05/24/bitcoin-pizza-guy-who-squandered-365m-has-no-regrets/">https://nypost.com/2021/05/24/bitcoin-p ... o-regrets/</a>

פאליטיקאנט » פרייטאג יוני 11, 2021 1:24 pm

· #475429
Re: קריפטאקורענסי cryptocurrency
הוגה, די מענטש האט עס געטוען בכוונה אפצוצייכענען אז ביטקוין איז באמת ווערט און מ'קען עס נוצן צו קויפן און פארקויפן, נישט נאר אלס טרעידינג און אינוועסטמענט.

אבער כ'זע נישט ווי דאס אז צען יאר צוריק איז עס גארנישט ווערט געווען טוישט די יעצטיגע ווערט "אויב" האלט מען אז דאס גייט איבערנעמען און ווערן גענוצט אין די עתיד אלס וואלוטע אדער גאלד.
גוגל איז ווערט געווען 100 דאלער די טאג וואס עס האט זיך גע'עפנט.....

הוגה » פרייטאג יוני 11, 2021 1:55 pm

· #475431
ווייל גוגל איז א ביזנעס, משא"כ ביטקוין וויל זיין א קארענסי.

רביה''ק זי''ע » זונטאג אוגוסט 15, 2021 9:54 pm

· #479756
נאך איינער דא האט געכאפט א רייד מיט Cardano, אדער בין איך דער איינציגסטער?

תרמב » מאנטאג אוגוסט 16, 2021 4:43 pm

· #479836
איך ווייס נישט צו דו ביזט די איינציגסטער אבער איך האב נישט געכאפט קיין רייד דערמיט, וואס איז די מעשה מיט דעם קארנאדאו? מה טיבו? פארצייל אונז מעהר דעטאלן.
בלאט: 1 2