☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » פארברענגען » געזעלשאפט » אינטערנעט און אידישקייט » לעצטע קרבן פון די טריפהנע אינטערנעט מגיפה...מוסדות סאטמאר???

לעצטע קרבן פון די טריפהנע אינטערנעט מגיפה...מוסדות סאטמאר???

17 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #12011

שושן פורים » דאנערשטאג דעצעמבער 7, 2017 5:48 pm

· #390715
לעצטע קרבן פון די טריפהנע אינטערנעט מגיפה...מוסדות סאטמאר???
אין א איבעראשנדע שריט האט מוסדות סאטמאר וויליאמסבורג (מהרז"ל) געלאזט אין גאנג די "אחת ושתים" קאמפיין לכבוד כ"א כסלו ווי יעדע דאלאר וואס מען דאנאטירט אנליין אין די קומענדיגע 3 טאג ווערט צווייפאכיג געטאפלט דורך 2 ספאנסערס.

שלומי אמוני ישראל באטראכטן דעם שריט מיט גינסטיגע האפענונג אז דאס איז א שטאפל אין די ריכטיגע דירעקציע פון לעבן אין רעאליטעט און פארשטיין די וויכטיגקייט און נוצבארקייט פונעם אינטערנעט יעדער לויט זיינע געברויכן.

א לינק צום "אחת ושתים" קאמפיין

שבת אחים » דאנערשטאג דעצעמבער 7, 2017 6:19 pm

· #390717
מקען דאך מנדב זיין געלט מיט א פליפאון אויך?

הקטן » דאנערשטאג דעצעמבער 7, 2017 7:07 pm

· #390722
אויב באקימט מען א טעקס-דידאקטעלב רעסיט, איז דאס לצורך פרנסה, און מען מעג ראיג וויזטען דעם סייט

ביבער » דאנערשטאג דעצעמבער 7, 2017 7:51 pm

· #390730
לכאורה מעג מען אויך וויזיטן אום שבת ווייל אויף סאטמאר שטייט די וועלט איז עס דאך פיקוח נפש ממש.

איך אויך » דאנערשטאג דעצעמבער 7, 2017 8:09 pm

· #390735
גערעכט, אבער סתם האס לשם האס פעלט נישט אויס.

berlbalaguleh » דאנערשטאג דעצעמבער 7, 2017 8:09 pm

· #390736
ביבער: אויב דער אינטערנעט און דער סמארטפאון זענען מותר (לצורך פרנסה, שטייצעך.), דאמאלס זענען אזעלכע קלייניגקייטן ווי שמירת שבת און אנדערע מצוות שאדם דש בעקביו אויכעט מותר... נאר דער מדינת ישראל פאן טאר זיך נישט געפונען אין ערגעץ. דאס איז נאכאלץ בבל יראה ובל ימצא...!

שושן פורים » דאנערשטאג דעצעמבער 7, 2017 9:56 pm

· #390748
[ציטאט אראפגענומען]

שטארקע פוינט

טרויבן88 » פרייטאג דעצעמבער 8, 2017 5:28 am

· #390771
Re: לעצטע קרבן פון די טריפהנע אינטערנעט מגיפה...מוסדות סאטמא
[ציטאט אראפגענומען]
איך זע נישט וואס זיי טוען עפעס וואס רעכנט זיך מיט ריאליטעט, עס גייט זיך גארנישט טוישן פארן יחיד, עס קומט נישט קיין פינטל פון אנערקענען, בסך הכל וועט די דאפלטע פאליסי אנהאלטן פונקט אזוי, דערפאר קןמט די קריטיק שיין אריין,

ווי כאילו די דאפלטע פאליסי פאנגט זיך יעצט אן.... זאליס מענטשן ארום עם האבן נישט קיין פילטערס, די מוסדות אליינס סיי די חדר און סיי די ישיבה האבן נישט "משומר" סא? האט זיך עפעס געטוישט?

הקטן » פרייטאג דעצעמבער 8, 2017 11:34 am

· #390789
שושן פורים
[ציטאט אראפגענומען]

שטארקע פוינט

מיט שפעטן אן שפעטן, ס'איז נאר א שאלה פין זמן, איז פארוואס עפעס מדחיק זיין דער קץ

קורקלענד » מוצ"ש דעצעמבער 9, 2017 10:29 pm

· #390813
[ציטאט אראפגענומען]

אויף אייוועלט אויכעט?

שמעון וואלף » זונטאג דעצעמבער 10, 2017 2:04 am

· #390846
וואס זענען די שאנסן אז ס'וועט ארויסקומען א התנצלות בשם די הנהלה רוחני אז די אינטערנעט קאמפעין איז געווען שלא בידועתם?

איסר האטלקי » זונטאג דעצעמבער 10, 2017 2:07 am

· #390847
[ציטאט אראפגענומען]

אינאיינעם גייט מען זיך מתנצל זיין פארן נוצן די סקרינס אין זאל.

דאס מאל: בלויז צו מעלדן ווי די נומערן פון נדבות שטייגען...

berlbalaguleh » זונטאג דעצעמבער 10, 2017 2:49 am

· #390849
ווען מ'וועט ליינען דעם בלאט פונ'ם יאר תשצ"ג וועט שוין זיין דארט גאנץ אנדערע פראבלעימען אין אידישקייט. און מ'וועט צוריקקוקן מיט נאסטאלגיע אויף די אלטע חששות פון די טעכנאלאגישע כלים פון יענע טעג (תשע"ח). און דער רבי שליט"א, זאלל מאריך ימים ושנים זיין און דערלעבן ביאת משיח צדקנו במהרה בימנו וועט זיך מתמרמר זיין אויף די ניי-ערפונדענע טעכנאלאגיע וואס וועט ציען דעם עולם. און דער ביד"צ פונ'ם עיר ואם בישראל פאלם טרי, יצ"ו וועט זיך צוזאמ זעצן און בכובד ראש ארויסגעבן נייע תקנות כדי מחזק צו זיין אידישקייט..,.! און דער דיין ר' געציל בערקאוויטש שליט"א בעמ"ח ספרי שו"ת אגלי דבש, וועלכער האט שוין א שניי ווייסע בארד און ס'איז איהם שווער צו גיין צו אסיפות וועט דאך ערשיינען און אריינגעבן חיזוק אין עולם...!

berlbalaguleh » זונטאג דעצעמבער 10, 2017 2:52 am

· #390850
אוי. אנטשולדיגטס. כ'האב געמאכט א טעות. אויסגעמישט די יוצרות. די גאנצע איצטיגע סומאטוכע איז דאך איבער די חסידי ה'זאלונים שליט"א...! ביי זיי איז דא אנדערע רולס. יענער איז דער שייגעץ. די ארונים זענען האלבע ציונים. אבער ביי אונז...איז דאך אלעס פיין און וואויל...!

א-שופר-איז-א-שופר » דינסטאג דעצעמבער 12, 2017 10:33 am

· #391095
דאס איז דאך געווען זייער שיט-ה אלע יאהרען... איך מעג... און דו נישט.

שלאגען, פייניגען, רודפ'ן, מסר'ן א.א.וו. און יעצט, אינטערנעט... זיי מעג'ן אבער קיינער אנדערש טאהר נישט

יעקב מענטש » דינסטאג דעצעמבער 12, 2017 1:33 pm

· #391124
איך בין נישט סאטמער'ס אדוואקאט.

אבער ווער עס איז באקאנט מיט די פאקטן אן די גראונד ווייסט אז די מנהיגי סאטמער זענען בכלל נישט אזוי עקסטרעם אין די נושא ווי זייער אפיציעלע שטעלונג, נאר ס'איז דא א קרייז אינערהאלב סאטמער, ערענסטע אינגעלייט באמת פרומע נשמות וואס מיינען גוט, אבער זייער גאנצע אינפארמאציע איבער די נושא קומט נאר פון הרב שאול יצחק ראבינאוויטש שליט"א אדער פון די פאמפלעטן אין שוהל, וואס ווי יעדער ווייסט האט דאס גאנץ א קנאפע שייכות מיטן רעאליטעט, און דערפאר איז דא א געוואלדיגע פרעשור מצדם צו שטופן דעם וואגן אויף רעכטס אין די נושא.

ווען די נייע ת"ת תפארת ישראל וועט מאכן א אנליין קאמפיין, וועל איך זעהן א שינוי אין דעם דעת הקהל, דערווייל צייגט עס נישט אויף קיין סאך.

גאנצל » דינסטאג דעצעמבער 12, 2017 3:27 pm

· #391139
יישר כח פאר די נייעס איבער סאטמאר כאטש איך בין סקעפטיקעל צו ווען בעלזא זאל דעס האבן געטון פאר סאטמאר צו מנשה פילאפף וואלט נישט שלעפנדיג זיין נאז איינגעזען אין דעם נאך א פרישע ירידה אין בעלזא אבער לאמיר עס אנעמען ווי דו זאגסט

אבער אויף שאול יצחק האבן מיר זיכער א קשיא ווי זענען אלע פאני פיקטשערס אויף די סאטמארע הנהלה
פארוואס אויף מיר מאכט ער אזעלכע צודרייטע פיקטשערס און ער מאכן מיין זון זאל מיך אנקוקן ווי א דאגי ווען איך האב א סמארטפאון פאר מיין אייגענע פאנדרעיזינג........