☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » פארברענגען » אידישע און אלגעמיינע נייעס » טראמפ גייט אנערקענען ירושלים אלס הויפט שטאט אין מד"י

טראמפ גייט אנערקענען ירושלים אלס הויפט שטאט אין מד"י

58 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #12006
בלאט: 1 2

בן אדם » מיטוואך דעצעמבער 6, 2017 12:14 pm

· #390567
טראמפ גייט אנערקענען ירושלים אלס הויפט שטאט אין מד"י
אזוי פירט מען זיך דא צו שרייבן ווען ס'איז שוין הייס אינדרויסן אבער דא הערט מען נישט קיין פיפס.

איך האלט אז ס'וואלט נישט געווען קיין גרויסע פראבלעם ווען רעיגען/בוש/קלינטאן וואלט עס געטון, אבער יעצט איז אשאד אז ס'געשעט דורך אזא בהמה...

ימים ידברו » מיטוואך דעצעמבער 6, 2017 12:50 pm

· #390570
את אשר יגרנו בא! בעוון הדור קומט יעצט פאר א שרעקליכע זאך! און התגרות באומות אויף די העכסטע גראד, ווער ווייסט וואס די תוצאות זענען, ליידער הייקינד איז געווען דער ערשטער אויף סי בי עס צו באדאנקען די פרעזעדענט, לאמיר זיך א נעם טוען צום תהילים און בעטען דער בוכ"ע זאל האלטעו די רעכטע האנט והנה לא ינום ולא יושן שומר ישראל

ליטוואק פון בודאפעסט » מיטוואך דעצעמבער 6, 2017 1:04 pm

· #390571
ימים ידברו - דו זעסט אויס טאקע זייער אנטציקט. ממש א געשמאק פון א געפאר! מ'קען אלע ציטערען אין פרידען! איך האב אלס געוואוסט אז דאס איז די פראבלעם פון טראמפ, ער איז א מתגרה באומות, וואס איז א הארבערער איסור ווי כאפען קעטץ!

איך האב נישט קיין שטעלונג אין דער (אומ)נייעס ווי דער קאפיטאל פון דער סטעיט אוו איזראעל איז אין די אויגען פון אמעריקא. עס גייט מיר ווייניג אן

תנחום » מיטוואך דעצעמבער 6, 2017 1:07 pm

· #390572
שיעור בענין קידשה לשעתה קדשה לעת״ל בשעה אחד בצהריים ע״י נשיא ארה״ב שליט״א

באשטעטיגט » מיטוואך דעצעמבער 6, 2017 1:15 pm

· #390573
250 רבנים מיט א בריוו צו טראמפ <a class="postlink" href="http://www.kikar.co.il/259009.html">http://www.kikar.co.il/259009.html</a>

סקרן » מיטוואך דעצעמבער 6, 2017 1:19 pm

· #390574
ער האט יא אנערקענט און געאגט אז מ'גייט ריקן די עמביסי

ימים ידברו » מיטוואך דעצעמבער 6, 2017 1:30 pm

· #390576
ליטוואק וואס איז מיט דיר וואס רעדסטו? די וועלט איז עפעס א גלעכטער? ליידער זינט די באלפר דעקלארציע וויפול אומשילדיג אידיש בליט פארגיסט זיך וועגען נאצאנליזים? ווי לאנג נאך? ליידער דער דזשערעד קושנער איז בראש פון מידעל איסט, און ער האט אונז אריינגברענגעט און א פרישען שטאפעל פון התגרות וואס די תוצאות מי יודע מיר קענען נאר זיך אויסוויינען בין תנור לכירים אז שומר ישראל שמור שארית ישראל, די היינטיגע פראקלאמציע זאל נישט זיין חס ושלום לטובתן של שונאי ישראל און סזאל זיין נאר גיט פא ריודען און זאל שוין בטל ווערען מדינת עמלק בלי נזק לשום איש ישראל, וידעו תועי רוח בינה און ווערען בעלי תשובה

גאנצל » מיטוואך דעצעמבער 6, 2017 1:32 pm

· #390577
איך בין זייער נאיוו אין דעם גאנצן נושא וואס איז געשען געווען אז פונקט אין די צייט טוט ער דאס ?

סקרן » מיטוואך דעצעמבער 6, 2017 1:33 pm

· #390579
שוין נאך א אשכול גייט ער פארוואנדערן מיט זיין אגענדע?????????????????
זערא טאלערענס פאר טראללען און אגענדא'ס דא

סקרן » מיטוואך דעצעמבער 6, 2017 4:22 pm

· #390593
C/P
ערליכע אידן אזויווי שטענדיג נעמען אויף מיט הכנעה די החלטה פונם פרעזידענט און ווייסן אז ווי לאנג אונז זענען אין גלות זענען מיר מקבל באהבה די גזירה,
שלומי אמוני ישראל מארשירן מיט געבויגענע קעפ מיט עזרעילישע פעהנער און צייגן טריישאפט צו אונזער מלכות של חסד

שמעון וואלף » מיטוואך דעצעמבער 6, 2017 11:06 pm

· #390619
גאנצל
איך בין זייער נאיוו אין דעם גאנצן נושא וואס איז געשען געווען אז פונקט אין די צייט טוט ער דאס ?

אויף אייוועלט שרייבט איינער (דערווייל נאכנישט פארמעקט) אז די פרעזידענט וויל געבן שטאף פאר אדמור"י סאטמאר וואס צו רעדן ביי כ"א כסלו

איסר האטלקי » דאנערשטאג דעצעמבער 7, 2017 12:27 am

· #390624
שמעון וואלף
גאנצל
איך בין זייער נאיוו אין דעם גאנצן נושא וואס איז געשען געווען אז פונקט אין די צייט טוט ער דאס ?

אויף אייוועלט שרייבט איינער (דערווייל נאכנישט פארמעקט) אז די פרעזידענט וויל געבן שטאף פאר אדמור"י סאטמאר וואס צו רעדן ביי כ"א כסלו

יענער איז אויך א שטיקל שרייבער דא דאכט זיך....
דא איז עס

נקודת-אמת » דאנערשטאג דעצעמבער 7, 2017 12:54 am

· #390628
די א.ג. סאקמערע חסידים, האבן שוין באשטעטיגט פאר איבער 70 יאהר צוריק, אויף וואספארא אומה איז מען חלילה עובר אויף די הארבע שבועה: "שלא יתגרו באומות",
און על דעת עצמם, אויך מחליט געוועהן קולות און היתרים, אויף וועלכע אומה וגוי האט דער ג-ט ב"ה נישט געמיינט ווען ער האט משביע געוועהן "אם תעירו וגו'"

אדער ווי א חבר מיינער האט מגדיר געוועהן א מאהל:
"די שבועה שלא יתגרו ישראל באומות העולם, איז פון די מצוות התלויות בארץ..." 😈 😂

(יעך וויל נישט אריינגיין אינעם קאמפליצירטע סוגיא פון כתובות קיא., איבער די שלשה אדער ששה שבועות שהשביע הקב"ה לישראל ולאומות העולם (מחלוקת רבי לוי ורבי יוסי בר חנינא)
אויב ס'ווערט בכלל געפסקנ'ט להלכה פאר הנהגה וואס יידישע קינדער זאלן טוהן אדער נישט טוהן, צו נישט,
ווער ס'וויל זיך אריינלייגען און די סוגיות, יעיין בדברי רבינו הקדוש בעל הגאולה זכותו-יגן-עלינו במאמר "שלשת השבועות" שבספרו "ויואל משה"
אין די מראי מקומות וואס דער צדיק זי"ע ברענגט אין זיין מאמר הנ"ל, זענען דא ציטאטן וואס פסק'נען קלאהר אז דאס איז ניט קיין שבועה המוטלת על ישראל ואין עבירה בידם להמרותה.
{סוגר בתוך סוגר: להלן א טייל פון די וואס האבן מתיר געוועהן די עניינים:
[*]הרה"ק מהרח"ו זיע"א בהקדמה לספר "עץ חיים"
[*]הרה"ק בעל המחבר זרע שמשון זיע"א (בפירושו למגילת אסתר, דף קנד, ב בפירושו לפסוק: ביום אשר שברו וגו') (לעצטנס איז גראדע נתפרסם געווארן סגולת זה הספר, און מ'האט דאס איבערגעדרוקט)
[*]מהרש"א בחידושיו על אתר אין כתובות (נישט געטראפן קיין וועבסייד וואס מ'קען ברענגען פון דארט די בלאט)
[*]הרה"ק מהר"ל מפראג זיע"א בספרו נצח ישראל פרק כד (להלן עמודים א ב ג ד)
[*]הרה"ק ר' אברהם מסוכטשוב זיע"א בעל "אגלי טל" בתשו' אבני נזר סי' תנד האריך בכל הנ"ל ובעיקר בסעיפים מב-מה ובסעיף נו (און ביז סי' תס איז ער דן אויף די עניינים)
[*]הגה"ק ר' ישכר שלמה טייכטאהל זצ"ל הי"ד ראב"ד פישטיאן ובעל "משנת שכיר" בספרו אם הבנים שמחה (מהדורות בודאפעש"ט וירושלים) {ער איז געוועהן א תלמיד פונעם הייליגען בעל "מנחת אלעזר ממונקאטש זיע"א, און האט מחבר געוועהן די ספר בשנות הזעם}
עד כאן במוסגר שבמוסגר}
דעם רעבין זכותו-יגן-עלינו פרעגט א בארג פון קשיות אויף די שיטות, און פסק'נט אנדערש פון זיי, זייערע שיטה איז געבליבן א שיטה אויך נאכן רעבינס פלפול ומסקנא).

און יעצט צום נקודת-אמת פונעם זאך, טייערע פריינד, טלו קורה מבין עיניכם! טראכט'ס אריין וואס איז דאס בכלל התגרות באומות?

[*]צו א יוד וואס וואוינט אונטער א ממלכת גויים, און פאלגט נישט חוקי המדינה פון A ביז Z, איז ער דען נישט קיין מורד באומות ובגלות?
[*]צו ווען מ'איז זיך מורה היתר צו זיך דינגען/רייסען מיט א גוי אויפ'ן גאס צו אויפ'ן ראוד איז דאס נישט קיין התגרות בגוי?
[*]אז דער לארד באלפור (דערמאנונג: סעקעטאר אוו סטעט פון די ענגלישע רעגירונג, בשעת זייערע קאלאניע האט געהאט די מאכט איבער גאנץ מיטעל-איסט! - אינקלאודינג: דזשארדען, סיריע, לעבאנאן, אידזשעפט, ארץ ישראל און נאך) האט באשטעטיגט צו געבן פאר די קאפטישע נוצרים אידזשעפט, פאר די קריסטן לעבאנאן, פאר די מאסלים סיריע פאר די האשמ'ס דזשארדען און פאר די אידן ארץ ישראל איז דאס התגרות באומות?
[*]אז דער פרעזידענט דאנאלד דזשעיי. טראמפ האט באשטעטיגט צו אנדערקענען די פלעיינע-פשוט'ע פאקטען וואס גיין-שוין-אן שוין ערך פון 70 יאהר, און ביתר שאת ערך פון 50 יאהר, וואס די קאנגרעס און סענאט אין יאהר 1995 (22 יאהר צוריק!) האבן דאס שוין יענטסמאהל באשטעטיגט, און דער פרעזידענט דער מחוצף האט זיך דערוואגט צו דאס אויך אנדערקענען, איז דאס ווייטער התגרות באומות?

טייערע ברידער!

עד מתי וועט איהר נאך גלייבען פאר די בלוט-דארשטיגע אראבישע רוצחים וואס מאכן זיך מכלומר'שטע נעבאך'דיגע בארויבטע-קאזאק'ן.

דאס אז די ציונים זענען בשותפות'דיגע פיינט ענקערע, מאכט נאך נישט פאר א פאקט יעדע ליגנט וואס איז איינגעפאלן פאר מאכאמאד, מאכמאד, יאסער אדער אן אנדערער רשע.

די שטאט ירושלים אדער אל-קודס וואו די ישמעאלים רופן דאס ווערט אינגאנצן נישט דערמאנט אין זייער קאראן.
די היינטיגע א.ג. שעייכ'ן פראבירן צו פארענטפערן און צו-שטעלן צום אל-אקסא/אל-אקצא, וואס ווערט יא דערמאנט אינעם קאראן, - וואס רעדט'זיך אינגאנצן וועגן א שטאט אין געגנט פון מעקא -סאאודי-אראביע!!

איך זאג נישט אז די ציונים זענען וואוילע לעמעלעך,
אבער ווען דו שטייסט און דו בארעדסט דיין פרעזידענט וואס דאס אליין איז בפשטות התגרות בגוי,
האסטו נישט קיין רעכט צו זאגן דיין מיינונג איבער די ציונים'ס התגרות,
וואס היינטיגע צייטן איז קרוב לודאי מותר משום פיקוח נפש.

יעך האב דאס געשריבן מתוך רתיחת הדם און פון פאראויס בעט איך איבער ווער ס'שפירט זיך געטשעפעט פון די תגובה.

א גוט יום טוב

קלוגע יודל » דאנערשטאג דעצעמבער 7, 2017 2:07 am

· #390634
Re: טראמפ גייט אנערקענען ירושלים אלס הויפט שטאט אין מד"י
C/P
Since Islam is a Religion of Peace, we can all rest easy knowing President Trump's decision to name Jerusalem the capital of Israel will have no negative impact on peace in the middle east.

ליטוואק פון בודאפעסט » דאנערשטאג דעצעמבער 7, 2017 4:55 am

· #390637
Re: טראמפ גייט אנערקענען ירושלים אלס הויפט שטאט אין מד"י
שמעון וואלף
גאנצל
איך בין זייער נאיוו אין דעם גאנצן נושא וואס איז געשען געווען אז פונקט אין די צייט טוט ער דאס ?

אויף אייוועלט שרייבט איינער (דערווייל נאכנישט פארמעקט) אז די פרעזידענט וויל געבן שטאף פאר אדמור"י סאטמאר וואס צו רעדן ביי כ"א כסלו
א באנדע דזשוליקעס! פאר י"ט כסליו פארברענגענס דארף מען נישט קיין שטאף? אזוי וועט מען זיך פרייען און דרשנ׳ן ביי די יו"ט סעודות פון פדה בשלום נפשי, אויף דער נצחון גדול אז אמעריקא האט עפעס אנערקענט, דערווייל.

לגופו של נייעס, מיר זעט עס אויס ווי א נערישקייט וואס וועט קאסטען א פרייז. טראמפ האט געטוהן א זאך וואס מיינט גארנישט פראקטיש פאר איהם, אבער אפגעקאסט א דיפלאמטישען פרייז פאר איזראעל. ווען ס׳קומט צו זאכליכע עניינים, וועט מין ווייניגער קענען בעטען פון טראמפ, כנלע"ד. מ׳נוצט נישט אויס די פראטעקציע אויף קלייניקייטען.

Sent from my LG-K373 using Tapatalk

איסר האטלקי » דאנערשטאג דעצעמבער 7, 2017 9:11 am

· #390644
ליטוואק, די גאנצע נושא איז גארנישט אזוי פשוט.
ווי די מידיע לייגט עס אראפ האט עס טראמט געוואלט אסאך מער ווי די ישראלים. זיי שפוקאלירן אסאך זאכן, ווי למשל געבן א ביינדל פאר א"י און דערנאך פארלאנגען אלעס פאר שלום, אדער כדי צו פרובירן אראפצוזעצן די אראבער אויף דעם אופן...

דאס מערסטע אינטרעסאנט איז וואס בלומבערג ניוס שרייבט, אז דאס איז א חלק פונעם פלאן אראפצואווארפן איראן'ס מאכט פון מידל איסט, און צוליב דעם זענען סאודיע ודעמיה כמעט שטיל, נישט צוליב זייער אהבה צו טראמט נאר ווייל עס גייט גאר אין זייער ריכטונג.... ויש עוד הרבה נוסחאות, הצד השוה שבהם אז טראמפ האט דא א טיעפער חשבון אין דעם.

ליטוואק פון בודאפעסט » דאנערשטאג דעצעמבער 7, 2017 9:57 am

· #390647
Re: טראמפ גייט אנערקענען ירושלים אלס הויפט שטאט אין מד"י
צוליעב די אלע צדדים האב איך חוזק געמאכט. ס׳איז א פארצווייגטע נושא, די סימבאלישע חלק איז א סמיות עינים, ווי אויך דער צארען פון די פאלעסטינער.
אגב, איך האב יעצט אויסגעהערט דער בי.בי.סי. ווי זיי אינטערוויוען פאלעסטינער מענטשען אין גאס. זיי פראבירען צו העלפען די חברה, אבער די אראבער לאזען זיך נישט. זיי שטיצען די הריגות במלא תקפם, און דאס איז ווען דער גיבט זיי א וועג ארויס

Sent from my LG-K373 using Tapatalk

סקרן » דאנערשטאג דעצעמבער 7, 2017 10:01 am

· #390650
פארוואס האט ביבי ווען מ'האט אים די לעצטע פאהר חדשים געפרעגט בנוגע די עמביסי האט ער נישט געענטפערט געהעריג
ווייל ער האט לכאורה פארשטאנען אז ס'לוינט נישט פאר אים זיך צו בעטן ביי טראמפ ווייל נאכדעם וועט ער אים אלעס זיין שולדיג {יעצט איז ער אויך אבער דעמאלטס נאכמער}

איסר האטלקי » דאנערשטאג דעצעמבער 7, 2017 10:13 am

· #390652
די מדינה איז קיינמאל ערנסט געווען אינטערעסירט דערין. עס איז געווען פונקט גענוג אויף צו צימבלען די אמעריקאנער פרעזידענטן....

איסר האטלקי » דאנערשטאג דעצעמבער 7, 2017 10:16 am

· #390654
אויף אייוועלט פרעגט איינער וואס די קומעדיגע אמעריקאנער קאנדידאטן וועלן פארשפרעכן פאר אר"י ביים לויפן איינמאל עס איז שוין אנערקענט.
לענ"ד גייען זיי צוזאגן פאר אר"י צו פרובירן צו צוברעכן דעם שלום פלאן (אויב וועט זיין איינס בכלל).......

סמבטיון » דאנערשטאג דעצעמבער 7, 2017 10:29 am

· #390657
איסר דיין אהבת ישראל גיסט זיך צווישן די שורות

בן אדם » דאנערשטאג דעצעמבער 7, 2017 1:33 pm

· #390686
פארקערט, זיי ווייסן אז א"י איז מער סעיף אן די שלום פלאן...

שבת אחים » דאנערשטאג דעצעמבער 7, 2017 5:19 pm

· #390713
קען איינער מיר מסביר זיין וואס/וויאזוי העלפט דעס פאר די מדינה אז טראמפּ אנערקענט ירושלים אלס הויפט שטאט? וואס/וועם גייט עס העלפן? נאכדערצו אז די גאנצע וועלט ממש איז אנטקעגן דעם, ווילאנג ענגלאנד, פראנקרייך, כינע, אאז״וו זענען נישט אן -באורד קען מדנ״י נישט אזוי שנעל ריקן אירע עמבסיס קיין ירושלים, און אז יא גייען זיי זיך נאר פארהארגענען. אלע גרויסמאכטן חוץ אמעריקע האבן פארדאמט טראמפ און געזאגט אז זיי זענען שטארק דערקעגן...

ווער ס׳קען ליינען צווישן די שורות פארשטייט זייער גוט אז דעס איז א דיסטרעקציע פון די רוסלאנד אינוועסיגעשאן. טראמפ מיט זיינע קינדער שטיין דאך נישט גוט יעצט, דארף ער דאך ווארפן 'א ביינדל' פאר זיינע שטיצער- די רעכטע קריסטן וואס האסן שטארק די מוסלימענער. קיין שום גוטסקייט גייט נישט ארויסקומען פון די נערישקייט! נישט פאר די מדינה נישט פאר אמעריקע און נישט פאר קיינעם.

קורקלענד » דאנערשטאג דעצעמבער 7, 2017 6:12 pm

· #390716
זעהט אויס אז איר זענט נאך סטאָק אויף פלין'ס פליען דיעל, להוי ידיעה אז זינט דאן שטייט באב מיולער וכת דיליה אסאך שוואכער ווי טראמפ. איך פארשטיי אז איר ליינט טאקע נאר סי.ען.ען. און עמ.עס.ען.בי.סי. וואו מ'שרייבט אז טראמפ ומשפחתו גייען אלע זיצן פאר לייף. געב אבער דאך א בליק אריין אין די רעכטע וועסטו זעהן אז ס'גארנישט אזוי גלאטיג. פרעזידענט טראמפ'ס ריקן די אמבאסאדע האט מער פארדרייט די מידיא פון מיולער'ס קארופציע ווי פון טראמפ'ס צרות.

שבת אחים » דאנערשטאג דעצעמבער 7, 2017 6:21 pm

· #390718
וואס גייט העלפן רוקן די עמבסי קיין ירושלים?

שבת אחים » דאנערשטאג דעצעמבער 7, 2017 6:25 pm

· #390719
קורקלענד
זעהט אויס אז איר זענט נאך סטאָק אויף פלין'ס פליען דיעל, להוי ידיעה אז זינט דאן שטייט באב מיולער וכת דיליה אסאך שוואכער ווי טראמפ. איך פארשטיי אז איר ליינט טאקע נאר סי.ען.ען. און עמ.עס.ען.בי.סי. וואו מ'שרייבט אז טראמפ ומשפחתו גייען אלע זיצן פאר לייף. געב אבער דאך א בליק אריין אין די רעכטע וועסטו זעהן אז ס'גארנישט אזוי גלאטיג. פרעזידענט טראמפ'ס ריקן די אמבאסאדע האט מער פארדרייט די מידיא פון מיולער'ס קארופציע ווי פון טראמפ'ס צרות.

וואס זאגן זיי? קענסט איבערזאגן בקיצור?- זיי זאגן גארנישט! אויב יא, ביטע זאג וואס זיי זאגן...

שעפלע טייערע איך לייען פאקס ניוס העדליינס יעדן טאג סאיז ממש א ביטערע געלעכטער....איך ווייס נישט וואס איר רעדט. עס איז קלאר ביי יעצט אז טראמפ טיעם איז אויף גרויסע צרות. קענסט ליינען וואס דו ווילסט. מהאלט שוין ביי ״דויטשע בענק״. מקען אויך זעהן פון זיינע טוויטס ווי טייט ער איז.

קורקלענד » דאנערשטאג דעצעמבער 7, 2017 6:41 pm

· #390720

הקטן » דאנערשטאג דעצעמבער 7, 2017 6:58 pm

· #390721
” Specifically, pursuant to Giglio v. United States, prosecutors are obligated to provide defendants with impeachment evidence, which includes, according to the DOJ’s guidelines, evidence of a witness’s biases, “[a]nimosity toward defendant,” or “[a]nimosity toward a group of which the defendant is a member or with which the defendant is affiliated.”

פארוואס זאל דער FBI אגענט ווערן גערעכנט וואו witness?
זייט ווען טאר נישט די פראסעקיאשען זיין בייעסט?

פאליטישט ביסטו גערעכט, די קעס איז א טריפה און וועט נישט לאנג אנהאלטן אויב קען דאס געפרעמד ווערן אן וויטש-האנט, וואס דאס איז.

קורקלענד » דאנערשטאג דעצעמבער 7, 2017 7:17 pm

· #390725

שבת אחים » דאנערשטאג דעצעמבער 7, 2017 7:30 pm

· #390726
קורקלענד

קיין שום דעפענס נישט פאר מענעפאורד, פלין, פאפעדאפעלס, דער קליינער טראמפ, קושנער, און אויף די טראמפ רוסלאנד collusion, נאר נאכמאל און נאכמאל אז יעדער איז בייעס קעגן טראמפ, די מידיעא, די FBI , באב מוללער, זיי רופן די אינוועסטעיגשאן: ״די אנטי טראמפ אינוועסטיגאציע״ בשעת ס׳פאלט שטיקער פון זיי, זיי פאלן ווי די פליגן. חוץ דזשעף סעשאונס וואס האט אלעס פלוצלינג פארגעסן...

און די גאנצע ארטיקל איז באזירט אויף Peter Strzok וואס לויט אפילו פאקס ניוז האט מען נישט געטראפן גארנישט אין די אימעילס/טעקסט מעסעדזשעס וואס האט געהאט דירעקט צוטוהן מיט די רוסלאנד אינוועסטיגעישאן.

אויב דאס איז די גאנצע וואס דו האסט איז עס זייער שוואך און גרויסע צרות פאר טראמפ און זיין פאמילע.

ליטוואק פון בודאפעסט » דאנערשטאג דעצעמבער 7, 2017 10:15 pm

· #390751
Re: טראמפ גייט אנערקענען ירושלים אלס הויפט שטאט אין מד"י
יעצט האט מען פארקאטשקעט אן אשכול פון אן אנדערע ריכטונג. יעדער מיט זיין פארטיי, אהרן זלמן לייב, 45 און 48, ציונים און אמריקנים, רעפובליקאנס מיט דעמאקראטס, ווישיווע און וויזניץ, מרגליא און מרגלית, שמואליק מיט לייזער, כל מיני חאזעריי.

רעדסט אויף די נושא און שלעפ נישט אלס אין די פאצערישע פאליטיק!

Sent from my LG-K373 using Tapatalk

שבת אחים » דאנערשטאג דעצעמבער 7, 2017 10:25 pm

· #390753
אקעי צוריק צו די נושא, וואס איז די גרויסע שמחה אז ירושלים ווערט די הויפט שטאט פון ישראל? וויאזוי גייט עס העלפן פאר די ראיאן און פאר די שלום פראצעס? וויאזוי גייט עס העלפן פאר מדינת ישראל? סימבאליש? קינערישע נצחון? וואס גייט עס אויפטוהן?

לאמיך אויך פארשטיין לשמחה מה זו עושה? אדרבה לאמיך שוין פארשטיין... איך וויל מיך אויך מיטפרייען, אבער כאפ נאכנישט די שמחה.

איסר האטלקי » פרייטאג דעצעמבער 8, 2017 12:36 am

· #390761
זייער שיין צולייגט די נושא
די סטראטעגיע פון אנערקענען ירושלים

קרעדיט: זאכליך פון יענע וועלט

קורקלענד » פרייטאג דעצעמבער 8, 2017 12:55 am

· #390765

תורה ומדע » פרייטאג דעצעמבער 8, 2017 10:28 am

· #390785
פשוט. אין פריערדיגע נעגושיעשענס איז ירושלים געווען איינער פון די שווערסטער נקודות וועלכער האט צום סוף גורם געווען אז די אראבער זאללען אוועק גיין פון טיש און צוריק גיין צו טעראריסטישע מיטלען. אצינדערט אז מען האט אראפ גענומען דעם נושא פונעם אגענדע בבחינת ״לכתחילה אריבער״, וועט דאס שוין קיינמאהל ניט זיין א דיל ברעכער. גאונות פון טראמפ! יחי המלך טראמפ יחי.

ליטוואק פון בודאפעסט » פרייטאג דעצעמבער 8, 2017 10:42 am

· #390787
פארוואס איז עס אראפ פון טיש? ווען מדינת ישראל איז מחליט אפצוגעבען אויף ירושלים, מיינסטו אז אמעריקא וועט זיך איינעקשנ'ן? מ'קען פונקט אזוי האנדלען יעצט ווי דעמאלס.

ווען מדינת ישראל וואלט אנעקסירט די אלע אקופירטע טעריטאריע צו זייער מדינה, וואלט עס געווען א גרעסערע קאפוויי פאר זיי. נישט ווייל די וועלט לאזט נישט, נאר פשוט ווייל דעמאלס איז עס שוין נישט קיין אידישע מדינה. די האנדלערייען זענען אלע אונטער די נקודה, און מ'קען ווייטער האנדלען פונקט ווי פריער. ווען איין צד זאגט 'דאס איז נישט אויפ'ן טיש' מיינט עס נישט אז עס איז שוין נישט אויפ'ן טיש ביים אנדערע זייט.

שבת אחים » פרייטאג דעצעמבער 8, 2017 2:28 pm

· #390798
תורה ומדע
פשוט. אין פריערדיגע נעגושיעשענס איז ירושלים געווען איינער פון די שווערסטער נקודות וועלכער האט צום סוף גורם געווען אז די אראבער זאללען אוועק גיין פון טיש און צוריק גיין צו טעראריסטישע מיטלען. אצינדערט אז מען האט אראפ גענומען דעם נושא פונעם אגענדע בבחינת ״לכתחילה אריבער״, וועט דאס שוין קיינמאהל ניט זיין א דיל ברעכער. גאונות פון טראמפ! יחי המלך טראמפ יחי.

ווען די גאנצע וועלט וואלט מיטגעשטימט וואלסטוך אפשר דאן געקענט פרייען און טאנצן 'יחי הלמך' דערווייל קוקט עס יעדער אן ווי א ציווילדעווטע שריט פון טראמפ, קיינער אויף די וועלט סטעידזש נעמט נישט זיינע שריט צו ערענסט.
אז אייראפע און כינע אנערקענען נישט ירושלים אלץ הויפט שטאט נאכדערצו אויב דער נעקסטער אמעריקאנע פרעזידענט וועט זיין א נארמאלע מענטש וועט ירושלים נישט זיין די הויפשטאט. סתם געמויזאכץ פון טראמפ צו פארדרייען די מענטשען פון זיינע שייגעץ שטיק מיט רוסלאנד! ווער נישט פארלוירן פאר זיינע נערישע שריט אן קיין שום שכל, דערווייל האט ער נישט קיין שום סטראטעגיע וויאזוי זיך אומצוגיין אין די מיטל-איסט.

קורקלענד » מוצ"ש דעצעמבער 9, 2017 8:50 pm

· #390801
די באקאנטע ליבעראלע ציוניסט אלען דערשאוויץ טענה'ט אז טראמפ האט געמוזט אונטערנעמען די וויכטיגע שריט נאך וואס אובאמא האט געטוישט די סטאטוס קוואוי אקעגן די אמעריקאנער און ישראלדיקע אינטערעסע, ער זאגט טראמפ'ס שריט לעצטע וואָך האט זיך שטארק אויסגעפעלט צוריקצודרייען וואס אובאמא האט אוועקגענומען.

קורקלענד » זונטאג דעצעמבער 10, 2017 1:41 am

· #390829
שבת אחים

ווען די גאנצע וועלט וואלט מיטגעשטימט וואלסטוך אפשר דאן געקענט פרייען און טאנצן 'יחי הלמך' דערווייל קוקט עס יעדער אן ווי א ציווילדעווטע שריט פון טראמפ, קיינער אויף די וועלט סטעידזש נעמט נישט זיינע שריט צו ערענסט.
אז אייראפע און כינע אנערקענען נישט ירושלים אלץ הויפט שטאט נאכדערצו אויב דער נעקסטער אמעריקאנע פרעזידענט וועט זיין א נארמאלע מענטש וועט ירושלים נישט זיין די הויפשטאט.

רוב ערענסטע שינוים אין די וועלט זענען נישט געקומען מיט אנערקענונג און חיזוק פון רוב וועלט, כל פי רוב איז געווען פארקערט... ס'דויערט נאר צייט פאר רוב וועלט ארויפצוקומען אויפן וואגן און טוישן די מיינונג, פארשטייט זיך נאך וואס ס'למפרע קלאר געווארן אז יענער האט יא ריכטיג געטוהן...

קלוגע יודל » זונטאג דעצעמבער 10, 2017 1:49 am

· #390832
Re: טראמפ גייט אנערקענען ירושלים אלס הויפט שטאט אין מד"י
פרוס שנת 2018

עס קומט נייע צייטן! סאטמאר לעגמיטעזירט בויען אין די שטחים!
סאטמאר שטעלט זיך צו, צו די אויסגעשפראכענע מזרחיסט'ן און זענען זיך 'מתגרה באומות' אויף אן אומפרעצעדענטלאזן פארנעם!

האדמו"ר מסאטמאר ביי זיין יערליכען כ"א כסלו פייערונג האט מוחה געוועהן אנטקעגן פרעזידענט טראמפ יר"ה פאר'ן אנערקענען אז ירושלים איז די הויפטשטאט פון מדינות ישראל. מיט די שענדליכען התגרות באומות האט סאטמאר אנגענומען פאר'ן כבוד ה' און מוחה געוועהן אנטקעגן די פרעזידענט.

1) התגרות באומות גייט נאר אן אויב די אומה איז אן אראבער, אדער אויב ער איז אן אמעריקאנער און ער האט סימפאטיע צו די פאליסטינער מיטמאכעניש (palestinian cause). אבער אויב די אמעריקאנער גוי איז נישט אזא שונא ישראל דאן איז נישט גילטיג די איסור פון התגרות באומות? (איך מיין מען זאגט נאך פון הרה"ק מסאטמאר ( צו סיי וועם, די ווארט איז זיכער ריכטיג), אז די גוי האט פיינט א יעדע יוד, נאר כדי זיך צו מאכן ווי א שיינע גוי וואס האט נישט פיינט יודן, איז ער זיך תולה אין מדינת ישראל)

2) ווער האט דיך געפרעגט בכלל? וואס האט די גאנצע זאך מיט קנאות? וויבאלד עס האט מיט מדנ"י מיינט נאכנישט אז אויב די זאגסט פארקערט ווערסטו א גרעסערע קנאי. מארגן וועט מען איבערפארבן אלע פאליציי קארן אויף אן אנדערע קאליר, גייסטו אויך זאגן דיין דעה? נישט א יעדע זאך וואס האט מיט די מדינה, מיינט אז די אלס סאטמאר מיז זאגן פארקערט.

קלוגע יודל » זונטאג דעצעמבער 10, 2017 1:53 am

· #390834
Re: טראמפ גייט אנערקענען ירושלים אלס הויפט שטאט אין מד"י
קלוגע יודל

די פארשעסט סאטמאר רב זי"ע! די פארופסט זיך אלס ממשיך דרכו, און די פארקרומסט זיינע תורות לויט דיינע אינטערעסן. די סאטמאר רב איז געוועהן א קדוש וטהור און ער איז געוועהן העכער פון די שטותים, מיט דעם וואס די לייגסט זיך אריין אין די שטותים מיט'ן מאנטל פון סאטמאר פערשעמסטו די מייסד הרה"ק מסאטמאר.

עס איז ידוע אז סאטמאר רב האט אויפגענומען קנאקערס פון די מדינה. היינט ווען איינער נעמט אויף איינער פון מדינה, פארשרייסטו איהם כעובד עבודה זרה. כפול ומכופל ווען דעץען ברידער וואלט אויפגענומען אזא איינער, וואלסטו זיך ארויסגעשטעלט אלס סאטמאר און מוחה געוועהן תק' פרסה על תק' פרשה.

הזאת סאטמאר?

איסר האטלקי » זונטאג דעצעמבער 10, 2017 1:54 am

· #390835
ער האט נישט מוחה געווען. יעדעס ווארט איז געווען לדאבונינו געמאסטן און געוואויגן.
ער האט מוחה געווען אויף די היימישע אידן וואס פרייען זיך דערמיט, זאגנדיג אז עס איז נישט א שריט אויף וואס מיר דארפן מכיר טובה זיין דעם פרעזידענט.

שמעון וואלף » זונטאג דעצעמבער 10, 2017 1:55 am

· #390836
כ'האב נארוואס ערהאלטן א וואיס מעסעזש פון מר"א'ס כ"א כסלו דרשה ווי ער שרייט אויס פאר די וועלט אז מיר אנערקענען נישט ירושלים אלץ הויפט שטאט פון ישראל פונקט ווי מיר איינערקענן נישט מדינת ישראל בכלל

כעת וועט סאטמאר נאכנישט מופן זייער אמבאסאדע קיין ירושלים.

קלוגע יודל » זונטאג דעצעמבער 10, 2017 1:56 am

· #390837
Re: טראמפ גייט אנערקענען ירושלים אלס הויפט שטאט אין מד"י
קלוגע יודל
פרוס שנת 2018

עס קומט נייע צייטן! סאטמאר לעגמיטעזירט בויען אין די שטחים!
סאטמאר שטעלט זיך צו, צו די אויסגעשפראכענע מזרחיסט'ן און זענען זיך 'מתגרה באומות' אויף אן אומפרעצעדענטלאזן פארנעם!

האדמו"ר מהרי"י מסאטמאר ביי זיין יערליכען כ"א כסלו פייערונג האט מוחה געוועהן אנטקעגן פרעזידענט טראמפ יר"ה פאר'ן אנערקענען אז ירושלים איז די הויפטשטאט פון מדינות ישראל. מיט די שענדליכען התגרות באומות האט סאטמאר אנגענומען פאר'ן כבוד ה' און מוחה געוועהן אנטקעגן די פרעזידענט.

1) התגרות באומות גייט נאר אן אויב די אומה איז אן אראבער, אדער אויב ער איז אן אמעריקאנער און ער האט סימפאטיע צו די פאליסטינער מיטמאכעניש (palestinian cause). אבער אויב די אמעריקאנער גוי איז נישט אזא שונא ישראל דאן איז נישט גילטיג די איסור פון התגרות באומות? (איך מיין מען זאגט נאך פון הרה"ק מסאטמאר ( צו סיי וועם, די ווארט איז זיכער ריכטיג), אז די גוי האט פיינט א יעדע יוד, נאר כדי זיך צו מאכן ווי א שיינע גוי וואס האט נישט פיינט יודן, איז ער זיך תולה אין מדינת ישראל)

2) ווער האט דיך געפרעגט בכלל? וואס האט די גאנצע זאך מיט קנאות? וויבאלד עס האט מיט מדנ"י מיינט נאכנישט אז אויב די זאגסט פארקערט ווערסטו א גרעסערע קנאי. מארגן וועט מען איבערפארבן אלע פאליציי קארן אויף אן אנדערע קאליר, גייסטו אויך זאגן דיין דעה? נישט א יעדע זאך וואס האט מיט די מדינה, מיינט אז די אלס סאטמאר מיז זאגן פארקערט.
הננו מוכן ומזומן צו כאפן פסקים פאר'ן פרעגן קשיות אויף יודן וואס ווייסן גארנישט א חוץ די "שיטה הקדושה"...

איסר האטלקי » זונטאג דעצעמבער 10, 2017 1:57 am

· #390838
וועלכער פארשטייער פון מדינת ישראל האט סאטמאר רב זצ"ל אויפגענומען?

קלוגע יודל » זונטאג דעצעמבער 10, 2017 1:58 am

· #390839
Re: טראמפ גייט אנערקענען ירושלים אלס הויפט שטאט אין מד"י
איסר האטלקי
וועלכער פארשטייער פון מדינת ישראל האט סאטמאר רב זצ"ל אויפגענומען?
איך געדענק נישט יעצט קיין פרטים, איך געדענק נישט צו פארשטייער, אבער גרויסע קנאקערס אין די מדינה

איסר האטלקי » זונטאג דעצעמבער 10, 2017 1:59 am

· #390840
קלוגע יודל
איסר האטלקי
וועלכער פארשטייער פון מדינת ישראל האט סאטמאר רב זצ"ל אויפגענומען?
איך געדענק נישט יעצט קיין פרטים, איך געדענק נישט צו פארשטייער, אבער גרויסע קנאקערס אין די מדינה

לא היה ולא נברא.

איסר האטלקי » זונטאג דעצעמבער 10, 2017 1:59 am

· #390841
קלוגע יודל
איסר האטלקי
וועלכער פארשטייער פון מדינת ישראל האט סאטמאר רב זצ"ל אויפגענומען?
איך געדענק נישט יעצט קיין פרטים, איך געדענק נישט צו פארשטייער, אבער גרויסע קנאקערס אין די מדינה

אפשר מיינסטו ווען דער ברך משה האט אויפגענומען גורער רבי....

שבת אחים » זונטאג דעצעמבער 10, 2017 5:27 am

· #390854
קורקלענד
שבת אחים

ווען די גאנצע וועלט וואלט מיטגעשטימט וואלסטוך אפשר דאן געקענט פרייען און טאנצן 'יחי הלמך' דערווייל קוקט עס יעדער אן ווי א ציווילדעווטע שריט פון טראמפ, קיינער אויף די וועלט סטעידזש נעמט נישט זיינע שריט צו ערענסט.
אז אייראפע און כינע אנערקענען נישט ירושלים אלץ הויפט שטאט נאכדערצו אויב דער נעקסטער אמעריקאנע פרעזידענט וועט זיין א נארמאלע מענטש וועט ירושלים נישט זיין די הויפשטאט.

רוב ערענסטע שינוים אין די וועלט זענען נישט געקומען מיט אנערקענונג און חיזוק פון רוב וועלט, כל פי רוב איז געווען פארקערט... ס'דויערט נאר צייט פאר רוב וועלט ארויפצוקומען אויפן וואגן און טוישן די מיינונג, פארשטייט זיך נאך וואס ס'למפרע קלאר געווארן אז יענער האט יא ריכטיג געטוהן...

נישט אמת, אזא זאך דארף כאטש א האלב פון די ציוויליזרטע וועלט מיטשטימען- פראנקרייך, קאנדא, כינע, יצפאן און ענגלאנד דארפן אויך רוקן זייער עמבסיס קיין ירושלים, און זיי גייען עס נישט טוהן, צי טראמפ וויל יא אדער נישט, זיי לאכן פון אים. רוב טוישענוגען אין די היסטאריע פון די לעצטע צוויי הונדרעט יאר איז יא געקומען ווען אפאר ״גרויסע לענדער״ האבן זיך צאמגענומען. דאכצעך ס׳נישט געוועהן קיין איין זאך וואס די גאנצע וועלט האט פארדאמט און עס איז געווארן א ריעלעטי ווייל אמעריקע האט אזוי געוואלט, אלעס איז געשעהן כאטש מיט די הסכמה פון די האלבע וועלט און נאר אזוי האט מען געבויעט מדינת ישראל. די איראקע מלחמה למשל אפילו אמעריקע איז געוועהן אומגערעכט למעשה האט כאטש לכה״פ 10 גרויסע לענדער מיטגארבעט מיט אמעריקע, ווידער דא איז טראמפ ממש א יחיד, ניטאמאל האלב אמעריקע שטימט מיט מיט דעם, ער האט נישט קיין שום סטארטאגיע אין די מיטל-איסט, וויאזוי צו בארואיגן די געמיטער און מאכן שלום. יעדער קוקט עס אן ווי א שריט אן קיין שום שכל.

דעס האט נישט קיין שום האפט, סאיז נישט קיין אויסגערעכנטע שריט. דעס האט טראמפ געטוהן סתם צו ווארפן א ביינדל צו זיינע בלינדע שטיצער ווי דו.

כהאלט דיר איין פרעגן וואס די גרויסע מעלה פאר די מדינה אז די הויפטשטאט איז אין ירושלים און דו קענסט נאך דערווייל נישט אפירקראצן א נארמאלע תירוץ.

שבת אחים » זונטאג דעצעמבער 10, 2017 5:33 am

· #390855
קורקלענד
די באקאנטע ליבעראלע ציוניסט אלען דערשאוויץ טענה'ט אז טראמפ האט געמוזט אונטערנעמען די וויכטיגע שריט נאך וואס אובאמא האט געטוישט די סטאטוס קוואוי אקעגן די אמעריקאנער און ישראלדיקע אינטערעסע, ער זאגט טראמפ'ס שריט לעצטע וואָך האט זיך שטארק אויסגעפעלט צוריקצודרייען וואס אובאמא האט אוועקגענומען.

דערשאוויץ ווען סקומט צו די מדינה און אלעס ארום פארלירט ער זיין גלייכע קאפ. ער האט אויך געזאגט נישט לאנג צוריק אז טראמפ מיט זיינע מענטשען האבן גארנישט געטוהן אילגעאל מיט די רוסן. ער האט זיך געטענהט מיט יעדען און געקראכן אויף די גראדע ווענט און גערעדט שטותים מיט הבלים פון זיין טאכעס ארויס. אוי איז ער געוועהן חוזק... דער גרויסער לאיער! ער זינגט שוין נישט די ניגון...! יעצט איז ער שטיל וועגן טראמפ-רוסלאנד. א אלטע אויסגעוופטע קאקער ווייסט שוין נישט וואס טוט זיך מיט זיך, סאיז צייט אים אריינצולייגן אין אינסטאטוציע פאר מענטשען אין זיין עידזש וואס רעדן שוין נישט צום דבר...
בלאט: 1 2