☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » פארברענגען » מידיא ווינקל » א סתירה צווישן טעגליכער דער איד און JCN

א סתירה צווישן טעגליכער דער איד און JCN

3 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #12004

היסטאריקער » דינסטאג דעצעמבער 5, 2017 12:31 pm

· #390517
א סתירה צווישן טעגליכער דער איד און JCN
טעגליכער דער איד

די האוטי רעבעלן זענען איבערגעפאלן דאס הויז פון סאלע אין תימנ'ער הויפטשטאט צאנא, און זיי האבן אים ארויסגעשלעפט אויף דער גאס, וואו זיי האבן אים דערמארדעט אויף א בארבארישן פארנעם. בלויז געציילטע שטונדן שפעטער, אין רעאקציע צו די רעבעלן'ס שריט, האבן סאודיער מיליטערישע פליגערס באמבארדירט פאזיציעס פון די האוטי רעבעלן, און דערווייל זעט מען נישט קיין ענדע צו דער בירגער קריג

JCN

תימן - דער תימנ'ער פרעזידענט אבדוללא סאלאח, וועלכער האט פאר צוויי טאג צוריק געהייסן זיינע מיליטער'ישע כוחות אויסצודרייען די געווער קעגן די "האיעטי" איראנ'ער געשטיצטע כוחות, איז היינט געהארגעט געווארן פון א "ראוד באמבע" וועלכע איז אינטערלייגט געווארן איידער זיין קאנוואי איז געפארן אויפ'ן וועג קיין צו די הויפט שטאט צנעא. דאס איז גאר א שטארקע פאטש פאר די סאודיע אראבישע מלחמה אין תימן וועלכע האבן געלייגט גרויס האפענונג אויך די "סאלאח כוחות" אז זיי וועלן צוריק אייננעמען דאס לאנד

געוואלדיג » דינסטאג דעצעמבער 5, 2017 12:36 pm

· #390518
פון פיינע נייעס

און היינט האבן די הוטי רעבעלן באמבאדירט דעם הויז פונעם געוועזענעם פרעזידענט פון תימן עלי עבדאללה סאלח אין די הויפטשטאט צנעַה, דער פרעזידענט איז ארויסגעווארפן געווארן פון אמט דורכאויס די מאסן פראטעסטן אין 2011.

ליטוואק פון בודאפעסט » דינסטאג דעצעמבער 5, 2017 1:14 pm

· #390519
Re: א סתירה צווישן טעגליכער דער איד און JCN
און דא באשולדיגט מען א סנייפער

<a class="postlink" href="https://thinkprogress.org/yemens-former-president-is-killed-in-capital-as-saudi-kicks-up-campaign-against-houthi-rebels-ff9de823a3af/">https://thinkprogress.org/yemens-former ... de823a3af/</a>

Sent from my LG-K373 using Tapatalk