☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » פארברענגען » אידישע און אלגעמיינע נייעס » הרבנית רעכל ראטה ז"ל - א"ח להבחל"ח קארלסבורגער רב שליט"א

הרבנית רעכל ראטה ז"ל - א"ח להבחל"ח קארלסבורגער רב שליט"א

3 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #12003

ליטוואק פון בודאפעסט » דינסטאג דעצעמבער 5, 2017 10:25 am

· #390506
הרבנית רעכל ראטה ז"ל - א"ח להבחל"ח קארלסבורגער רב שליט"א
נעכטען איז אוועק הרבנית רעכל ראטה, די ווייב פון דער קארלסבורגער רב הרב יחזקאל ראטה שליט"א. זי איז געווען 77 ווען זי איז אוועק. זי איז א טאכטער געווען פון הרב חיים מנדל כהן, א באקאנטע קנאי און אן איידעם ביי הרב עמרם אויש פון סאטמאר. איהר עלטערע שוועסטער שיינדיל איז געווען די פרוי פון ר' מאניש דייטש פון ירושלים.

📎 הרבנית ראטה.jpg

אין די בילד זעט מען די צוויי שוועסטערס, די קלענערע, מיט די בריללען, איז הרבנית ראטה. די עלטערע איז מרת דייטש. מיט זייער עלטערען.

שמעון וואלף » דינסטאג דעצעמבער 5, 2017 10:38 am

· #390507
זי איז געווען צוויי מאל חתונה געהאט צו ר' יחזקאל

גאנצל » דינסטאג דעצעמבער 5, 2017 12:22 pm

· #390516
איז ר' יחזקאל אויך אין די זעלבע עלטער ?