☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » פארברענגען » אידישע און אלגעמיינע נייעס » אשכול אן א טיטל #120

אשכול אן א טיטל #120

58 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #120
בלאט: 1 2

— » מוצ"ש מערץ 10, 2012 11:19 pm

· #954

דער פאסט איז אראפגענומען געווארן

ידען » פרייטאג סעפטעמבער 21, 2012 6:26 pm

· #47896
ביסט זעכער?

כאב מורא האסט א טעות.

איך גיי טשעקען מיין לוח.

ידען » פרייטאג סעפטעמבער 21, 2012 6:30 pm

· #47897
Calm down

טיים פלייס. אבער מאך עס נישט שנעלער ווי סע איז.

Daylight Saving Time (United States) 2012 began at 2:00 AM on
Sunday, March 11
and ends at 2:00 AM on
Sunday, November 4
Except Arizona and Hawaii. Move your clocks ahead 1 hour in spring and back 1 hour in fall ("Spring forward, fall back").

געפילטע פיש » מוצ"ש סעפטעמבער 22, 2012 9:05 pm

· #47917
אין ישראל האט מען גערוקט מען היינט נאכט.

אויס מענטש » מוצ"ש סעפטעמבער 22, 2012 9:15 pm

· #47926
הלואי וואלט מען עס גערוקט די וואך מוצאי יוה"כ וואלט געווען א שעה פריער
דאכט זיך אז אין ישראל רעכנט מען זיך מיט דעם טאקע.

זר זהב » מוצ"ש סעפטעמבער 22, 2012 9:16 pm

· #47928
פאסטאך אבער איין א שעה פריער!

אויס מענטש » מוצ"ש סעפטעמבער 22, 2012 9:17 pm

· #47929
נאכאלץ גרינגער

געפילטע פיש » מוצ"ש סעפטעמבער 22, 2012 10:52 pm

· #47978
כ'האב א עצה פאר דיר, רוק דיין זייגער פאר יו'"כ און שטיי אויף א שעה שפעטער.

דולה ומשקה » מיטוואך אקטאבער 17, 2012 11:43 am

· #52579
ווען גייט דאס פאסירען דעם סיזאן?

געפילטע פיש » מיטוואך אקטאבער 17, 2012 2:19 pm

· #52679

שמעקעדיג » זונטאג אקטאבער 28, 2012 2:40 am

· #55969
קומענדיגע וואך, מוצש"ק וירא גייט מען רוקן דעם זייגער.
די אלע וועלכע זענען מקפיד נישט צו מאכן קידוש צווישן 6 און 7 אזייגער, דארפן געדענקען אז יעצט "בעפאר" מען רוקט דעם זייגער, מאכט מען נישט קידוש צווישן 7 און 8.

פרענטש וואנילע » מיטוואך אקטאבער 31, 2012 11:49 am

· #57214
סוף זמן קריאת שמע דעם זונטאג חיי שרה 8:28!

שמעקעדיג » דאנערשטאג נאוועמבער 1, 2012 8:34 pm

· #57832
אז מען רעדט פון רוקן דעם זייגער, איז כדאי צו וויסן אז מען קען קויפן וואנט זייגערס וועלכע רוקן זיך אויטאמאטיש פון זיך אליין.

פערפעקט פאר די היינטיגע פוילע לייט.

קליינע רעבעלע » דאנערשטאג נאוועמבער 1, 2012 8:35 pm

· #57833
אין ווואודרידזש איז א מחיה... דארט ריקט מען נישט קיין זייגערס

שמעקעדיג » מוצ"ש נאוועמבער 3, 2012 8:06 pm

· #58097
היום תאמצינו. היינט צורוקט מען דעם זייגער.
ווי אזוי נוצט איר אויס די איבריגע שעה?

זר זהב » מוצ"ש נאוועמבער 3, 2012 10:10 pm

· #58128
A gita voch!! Don't forget to change your clocks tonight, and your president on Tuesday

looo.jpg

געפילטע פיש » זונטאג נאוועמבער 4, 2012 12:00 am

· #58174
שמעקעדיג
אז מען רעדט פון רוקן דעם זייגער, איז כדאי צו וויסן אז מען קען קויפן וואנט זייגערס וועלכע רוקן זיך אויטאמאטיש פון זיך אליין.

פערפעקט פאר די היינטיגע פוילע לייט.

מ'קען שוין היינט אויך קויפן סעלפאון זייגערס וואס רוקן זיך אליין.

שמעקעדיג » זונטאג נאוועמבער 4, 2012 1:01 am

· #58197
אזוי? ס'א חידוש.

זר זהב » זונטאג נאוועמבער 4, 2012 1:07 am

· #58201
מסתם די אייפאונס רוקן זיך אליינס

קליינע רעבעלע » זונטאג נאוועמבער 4, 2012 2:09 pm

· #58360
גראדע זאגט מיר היינט א קלוגער איד אז ער רוקט דיעם זייגער ווען ער שטייט אויף
ער רוקט דאס צוריק מיט א שעה און כאפט נאך א דרימל פאר נאך א שעה.

קליגער איד » זונטאג נאוועמבער 4, 2012 2:18 pm

· #58365
קליינע רעבעלע
גראדע זאגט מיר היינט א קלוגער איד אז ער רוקט דיעם זייגער ווען ער שטייט אויף
ער רוקט דאס צוריק מיט א שעה און כאפט נאך א דרימל פאר נאך א שעה.

דו מיינסט מיר??

למדן » מאנטאג מערץ 11, 2013 5:11 pm

· #95746
מ' דארף עס אליין רוקן אין די פרעפרענצעס

ווער עס האט נאכנישט גערוקט קען נאך רוקן אהן א ברכה

שמעקעדיג » פרייטאג נאוועמבער 1, 2013 3:21 pm

· #160143
די צייט לויפט... אבער מיר פרובירן כאטש צוריקצוריקן דעם זייגער מיט איין שעה.
דעם מוצש"ק אי"ה

דולה ומשקה » מוצ"ש נאוועמבער 2, 2013 8:22 pm

· #160184
פיסיש גיי איך עס רוקן זייגער 12, אבער פיסכילאגיש איז דאס ביי מיר שוין גערוקט.

חבקוק הנביא » מוצ"ש נאוועמבער 2, 2013 8:28 pm

· #160187
יא, מען גייט צוריק צים "עכטען זייגער", 12'ווע וועט זיין חצות, נישט איינסע,
און דער באשעפער זאל העלפען אז אזוי ווי מען ריקט צירוק דעם זייגער צים ריכטיגען פלאץ, זאלען אלע ניצוצי קדושה צוריק גיין צי זייער ריכטיגען פלאץ, אין אידישע קינדער זאלען צוריק גיין צי זייער ריכטיגען פלאץ אין ארץ ישראל, בביאת משיח צדקינו במהירה בימינו אמן,

סאשי פיש » מוצ"ש נאוועמבער 2, 2013 9:47 pm

· #160210
א בילד
image.jpg

שמעקעדיג » מיטוואך מערץ 5, 2014 12:53 pm

· #188812
... און ווידעראמאל האלטן מיר שוין דא...
מוצש"ק ריקט מען פאראויס דעם זייגער.
א גוטע שעה.

לאליפאפ » מיטוואך מערץ 5, 2014 2:04 pm

· #188840
שמעקעדיג
... און ווידעראמאל האלטן מיר שוין דא...
מוצש"ק ריקט מען פאראויס דעם זייגער.
א גוטע שעה.

נע עכט? קוים דורך חנוכה...

דער שכן » מיטוואך מערץ 5, 2014 2:42 pm

· #188853
די זייער רוקטזעך..

די זייגער לויפט..

די יאהרן רוקן׳זיך..

דאס לעיבן איז ווי א חלום!...

שמעקעדיג » מאנטאג מערץ 2, 2015 1:53 pm

· #256678
און ווידעראמאל האלט מען שוין דא!
דעם קומענדיגן מוצש"ק...

צדיק נסתר » מאנטאג מערץ 2, 2015 1:58 pm

· #256680
שמעקעדיג
און ווידעראמאל האלט מען שוין דא!
דעם קומענדיגן מוצש"ק...

די קעפל זאגט אז היינט ריקט מען די זייגער, און דו זאגסט מוצאי שבת.

וועם זאל איך גלייבן? 😂

שמעקעדיג » דאנערשטאג אקטאבער 22, 2015 4:01 pm

· #305600
שמעקעדיג
קומענדיגע וואך, מוצש"ק וירא גייט מען רוקן דעם זייגער.
די אלע וועלכע זענען מקפיד נישט צו מאכן קידוש צווישן 6 און 7 אזייגער, דארפן געדענקען אז יעצט "בעפאר" מען רוקט דעם זייגער, מאכט מען נישט קידוש צווישן 7 און 8.

BAL TSHIVA » זונטאג נאוועמבער 1, 2015 12:01 am

· #307052
דערמאנונג

ליפא » זונטאג נאוועמבער 1, 2015 12:16 am

· #307056
די גאליציאנע נעמען היינט ארויס די בעטערי פון די זייגער פאר א שעה.

berlbalaguleh » זונטאג נאוועמבער 1, 2015 3:33 am

· #307073
חבקוק הנביא
יא, מען גייט צוריק צים "עכטען זייגער", 12'ווע וועט זיין חצות, נישט איינסע,
און דער באשעפער זאל העלפען אז אזוי ווי מען ריקט צירוק דעם זייגער צים ריכטיגען פלאץ, זאלען אלע ניצוצי קדושה צוריק גיין צי זייער ריכטיגען פלאץ, אין אידישע קינדער זאלען צוריק גיין צי זייער ריכטיגען פלאץ אין ארץ ישראל, בביאת משיח צדקינו במהירה בימינו אמן,

ס'קען נישט זיין. ווייל רוב פון די (שטייצעך אויסער...י---- ----ע) וועלכע זארגן זיך איבער די ניצוצות הקדושות, ווילן נישט צוריקגיין קיין ארץ ישראל. זיי טענה'ן אז די שמוציגע, שטינקעדיגע און פארשאלטענע אראבערס, ימ"ש זענען די ריכטיגע בעלי בתים פון ארץ ישראל. אז אללאה האט דאס פאר זיי געגעבן דורך זיין געעהרטן שליח מוכאמעד...און זיי אליינס שטאמען פון אונגארן. אדער לכה"פ פון אונגארישע קליענינג לעידיס. כדברי דער פראנצויזישער איד אין קרוינהייטס ביי די הפגנה פון די שטינקעדיגע חמורים וועלכער האט נעבעך גערעדט מצער בדם נפשו היהודית...!

גרויסע מענטשעלע » פרייטאג נאוועמבער 6, 2015 3:30 pm

· #308051
דערמאנונג צו אונשטעלן די שבת זייגערס א שעה פריער

ליפא » זונטאג מערץ 13, 2016 3:08 am

· #324536
איך האב נאר וואס פארלוירן א שעה

שמעקעדיג » דאנערשטאג נאוועמבער 3, 2016 2:53 pm

· #353517
ליפא
איך האב נאר וואס פארלוירן א שעה

אבידה מצאתי!
די וואך מוצ"ש וועסטו עס צוריקבאקומען

זבולון » זונטאג נאוועמבער 6, 2016 12:14 am

· #353644
די פארדינטע שעה פון היינט ביינאכט קומט פונעם קומענדיגן פורים הבעל"ט.
לויט דעם קומט אויס אז דעם היינטיגן פארדינטן שעה איז פורים.

ליהודים היתה אורה ושמחה........

קל וחומר » זונטאג נאוועמבער 6, 2016 1:33 am

· #353649
פארוואס בעפארן רוקן די זייגער איז יעדער פארנומען זאגן אז עכט איז יעצט א שעה פריער... ווי נאר מען האט גערוקט די זייגער גייט די פזמון אז עכט איז שוין א שעה שפעטער.
וועלכע זייגער ווילסטו אננעמען? קענסט נישט מחליט זיין?

65th » דינסטאג נאוועמבער 8, 2016 2:02 pm

· #353966
ווען גייט קאווע שטיבל ריקען דעם זייגער? [emoji35]

זבולון » מיטוואך נאוועמבער 9, 2016 12:17 am

· #354034
65th
ווען גייט קאווע שטיבל ריקען דעם זייגער? [emoji35]

it's up to how you set up

נאטירליך » זונטאג נאוועמבער 13, 2016 8:56 am

· #354399
65th
ווען גייט קאווע שטיבל ריקען דעם זייגער? [emoji35]

ביליג » זונטאג נאוועמבער 13, 2016 6:00 pm

· #354461

שמעקעדיג » דאנערשטאג נאוועמבער 2, 2017 4:15 pm

· #388251
און ווידעראמאל.... אי"ה מוצאי שבת פר' וירא.

וואלווי » דאנערשטאג נאוועמבער 2, 2017 4:48 pm

· #388255
כ'האב עס קיינמאל נישט גערוקט און איך ריק עס נישט צירוק!

געשלאעפען דעמאלטס א שעה שפעט און די זעלב יעצט

שמעקעדיג » דינסטאג מערץ 6, 2018 11:24 pm

· #396942
והנה און נון/אט.

שמעקעדיג » פרייטאג נאוועמבער 2, 2018 11:00 am

· #415962
וויכטיגע דערמאנונג!

.
📎 CLOCK.JPG

וואלווי » פרייטאג נאוועמבער 2, 2018 12:23 pm

· #415969
א פאריקאטע זייגער דאס....

שמעקעדיג » מוצ"ש מערץ 9, 2019 8:30 pm

· #426069
נו נו.... און ווידעראמאל.
בלאט: 1 2