☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » פארברענגען » קאווע שטיבל » האלט אייך רואיג און [------]

האלט אייך רואיג און [------]

11 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #12

יידל » דינסטאג פעברואר 28, 2012 11:19 am

· #34
האלט אייך רואיג און [------]
איינער פון די חשובע חבירים דא אין קאווע שטיבל, ר' רואיק האט פאר זיין אוואטאר [געהאט] אויסגעקליבן די פאלגענדע בילד
.
[אפדעיט: איצטער האט ער עס שוין געטוישט, אבער די שמועס איז נאך אלץ גילטיג.]
די היסטאריע פון דעם בילד איז גאר אן אינטערעסאנטע. ווי וויקיפעדיע פארציילט, איז דער אריגענאלער נוסח געווען "Keep calm and carry on", האלט אייך רואיג און גייט ווייטער אן. דער סלאגאן האט דער בריטישער רעגירונג גענוצט אין 1939, ערב דער צווייטער וועלט מחלמה כדי צו הייבן די מאראל פונעם פאלק אין פאל פון אן גערמאנישער אינוואזיע.

דער נוסח איז נישט געווען באקאנט ביז לעצטענס, ווען אן אריגענעלער שילד מיט די נוסח, פראדוצירט דורך די בריטישע, איז אנדעקט געווארן אין 2000. דער שילד איז לכתחילה געווען די דריטע אין די סעריע פון שילדן וואס זענען ווי דערמאנט געווען געצילט צו הייבן דעם מאראל פונעם פאלק. דער ערשטער שילד האט געליינט "Freedom Is In Peril. Defend It With All Your Might". די צווייטע, "Your Courage, Your Cheerfulness, Your Resolution Will Bring Us Victory". עס איז מערקעוודיג אז פון די ערשטע צוויי נוסחאות זענען גאר ווייניג געדריקט געווארן, 400,000 פון די ערשטע און 800,000 פון די צווייטע. דער דריטע נוסח האט זוכה געווען צו 2,500,000 קאפיעס. אבער משום מה איז א גרויס חלק נישט פארטיילט געווארן און איז געבליבן שימלען אין די רעגירונג'ס ארכיוון.
נאך וואס אן אריגענעלער שילד איז אנדעקט געווארן אין יאר 2000, איז דער נוסח שוין געווען אין "פאבליק דאמעין", ד.ה. די בריטישע רעגירונג האט שוין געהאט פארלוירן זייערע קאפירייט רעכטן אויפן ניסוח, און אפאר קאמפאניס האבן איבערגעדריקט און פארקויפט דעם שילד. דער שילד איז געווארן גאר פאפולער, און האט געברענגט דערצו אז צענדליגע פעראדיעס זענען געמאכט געווארן פון דעם שילד. איין פעראדיע לויטעט "Now panic and freak out". דא קענט איר זען אזוינע פעראדיעס - און נאט אייך איין וואס פאסט זיך פאר אונזער אכסניא:

יידל » דינסטאג פעברואר 28, 2012 11:45 am

· #38
המשך: האלט אייך רואיג און [------]
רואיק'ס אוואטאר, פאר די וואס ווייסן נישט, איז א רעפערענץ צו די נייע פיטשור פון אייפאונס וואס רופט זיך סירי Siri. דער מרת סירי איז אן אלץ-ווייסער און וואס מ'פרעגט אדער וואס מ'הייסט איר טון ווערט גלייך אויפן פלאץ ערלעדיגט.
פאר די וואס פארמאגן אן אייפאון מיט סירי, טשעקט אויס דעם לינק, פאר אינטערעסאנטע זאכן צו פרעגן סירי'ן, לכבוד חודש אדר.

Starbucks » דינסטאג פעברואר 28, 2012 11:46 am

· #39
Re: האלט אייך רואיג און [------]
רעב יודל, ביזט דאך מלא וגדוש, קיפ איט אופ.

לדעתי וויל דער רואיק פשוט ווייזן אז ער האט די נייע איי פואן 4s מיט סירי 😂 אזוי ווי די אלע מיט עפל טעק געצייג וואס דרייען זיך ארום באגאדלט און ווייזן די עפל לאגא ווי א חזיר פיסל.

יידל » דינסטאג פעברואר 28, 2012 3:59 pm

· #50
Re: המשך: האלט אייך רואיג און [------]
[ציטאט אראפגענומען]

דערפאר האב איך געשריבן "דער מרת סירי" (לשון זכר)...

רואיק » דינסטאג פעברואר 28, 2012 7:43 pm

· #56
Re: האלט אייך רואיג און [------]
איך האב גארנישט געווואסט אז מיין (געוועזענע) avatar איז אזוי תוכנדיג. סטארבאקס איז גערעכט אז איך האב טאקע אן איי פאון און אפשר subconciously וויל איך דאס רעקלאמירן, מי יודע? אבער סירי נוץ איך כמעט נישט. קודם כל פארשטייט זי נישט קיין אידישע נעמען, און אז איך וויל רופן יענקל קען עס נעמען עטליכע מאל ביז איך זאג יענקעל מיט א תיימענע הבערה כדי סירי זאל פארשטיין. צווייטנס, סירי ארבעט נישט מיט GPS וכדו' אפשר מיט די צייט וועט עפעס אויסוואקסן פון איר, דערווייל איז סירי סתם א קיוט טוי.

Starbucks » דינסטאג פעברואר 28, 2012 8:51 pm

· #57
Re: האלט אייך רואיג און [------]
יידל
...


אינטערעסאנט איז אז נאך 9-11 האט פרעז. בוש אויך געהייסן דאס פאלק אנגיין מיטן לעבן און "מ'זאל גיין שאפינג." מן הסתם האבן זיינע יועצים דאס גענומען פון דער בריטישער ביישפיל וואס דו האסט דא צוגעברענגט. היסטאריקער וועלן גענוג מחקיר זיין די אויסגעהאלטנקייט פון אזא סטראטעגיע. איך זאג אז בוש האט אוועקגעווארפן א גאלדענע געלעגענהייט וואס איז נישט געוועהן זייט די ציוויל מלחמה אין די 1860'קער יארן, צו באנייען די פרינציפן אויף וואס אמעריקע איז געבויט. נאך 9-11 האט דאס פאלק געלעכצט נאך עפעס מער, עפעס העכערס, עפעס אידיאליסטיש. שאפינג הייסט ער גיין דער מלך טיפש. נו.. וואס קען מען טוהן אז מיר זיצן דא אין קאווע שטיבל און אקסן מיט פערדן זיצן על כיסא מחילה אין וואשינגטאן עיר הבירה.

יידל » דינסטאג פעברואר 28, 2012 10:51 pm

· #78
Re: האלט אייך רואיג און [------]
Starbucks
יידל
...


אינטערעסאנט איז אז נאך 9-11 האט פרעז. בוש אויך געהייסן דאס פאלק אנגיין מיטן לעבן און "מ'זאל גיין שאפינג."

די מיינסט דאס:

די בריטישע רעגירונג האט א סייט ווי מען קען אליינס פראדוצירן אזעלכע טאוולען. לכבודם פון די חבירים דא האב איך געמאכט איינס ספעציעל פאר קאווע שטיבל:

שימעלע » זונטאג יולי 22, 2012 10:58 pm

· #27266
נישט אזוי רואיג
📎 Capture1.JPG

סדרן » מאנטאג אפריל 20, 2015 11:15 pm

· #268021
.

I'm back » דינסטאג אפריל 21, 2015 9:47 am

· #268123
סדרן
.


וואס עפעס?

Chuchem » דינסטאג אפריל 21, 2015 11:17 am

· #268143
/
📎 Bobov.PNG