☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » פארברענגען » אידישע און אלגעמיינע נייעס » וללבנה אמר שתתחדש - Supermoon 2017

וללבנה אמר שתתחדש - Supermoon 2017

10 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #11994

ליטוואק פון בודאפעסט » דינסטאג נאוועמבער 28, 2017 6:35 pm

· #390127
וללבנה אמר שתתחדש - Supermoon 2017
נעקסטע וואך זונטאג, גייט זיין א ריזיגע לבנה. מ'עט זע'ען די לבנה אסאך גרעסער ווי נארמאל. דאס איז ווייל וויבאלד ס'איז אין מיטען דער חודש, און דאס איז די צייט פון די גאנצע לבנה, און די לבנה וועט אויך זיין אין די נאנטערע צייט צום ערד, נישט ווייטער, דעריבער קוקט עס אויס 7% גרעסער. דער פריערדיגע מאל וואס דאס איז געשען, האב איך עס באמערקט איידער איך האב געליינט דערוועגען, די לבנה האט פלוצלונג אויסגעקוקט ריזיג גרויס.

ליינט'ס דא פאר מער אינפארמאציע, און כאפט'ס אינטרעסאנטע בילדער און לייגט'ס זיי דא ארויף ליהנות בהם בני אדם.

וואלווי » מיטוואך נאוועמבער 29, 2017 12:31 am

· #390143
א דאנק. אין טענעסי קען מען עס אפשר זען נאך גרעסער?....

ליטוואק פון בודאפעסט » מיטוואך נאוועמבער 29, 2017 5:31 am

· #390161
זוכסט א תירוץ צוריק צו פארען? אין 2024 ער"ח ניסן גייט זיין נאך אן עקליפס. אבער דאס וועט מען שוין קענען זעהן אין אפסטעיט ניו יארק.

ליטוואק פון בודאפעסט » זונטאג דעצעמבער 3, 2017 8:56 am

· #390367
דער סופערמון איז נישט די סוף פון די מעשה. עס קומען דריי סופערמוןס אין די נעקסטע שטיק צייט.

<a class="postlink" href="https://www.space.com/38969-supermoon-trilogy-kicks-off-dec-3.html">https://www.space.com/38969-supermoon-t ... dec-3.html</a>

שמעקעדיג » זונטאג דעצעמבער 3, 2017 7:24 pm

· #390409
ווען גייט מען זעהן די גרויסע לבנה? במשך די גאנצע נאכט?

ליטוואק פון בודאפעסט » זונטאג דעצעמבער 3, 2017 8:20 pm

· #390415
אין מיטן חודש זעט מען די לבנה אין אנהייב נאכט נענטער מצד מערב און סוף נאכט מצד מזרח.

געוואלדיג » זונטאג דעצעמבער 3, 2017 8:37 pm

· #390417
אנהויב נאכט מצד מזרח כצ''ל.

וואלווי » זונטאג דעצעמבער 3, 2017 9:01 pm

· #390418
.

ליטוואק פון בודאפעסט » מאנטאג יאנואר 1, 2018 8:03 am

· #392529
Re: וללבנה אמר שתתחדש - Supermoon 2017
ליטוואק פון בודאפעסט
אין מיטן חודש זעט מען די לבנה אין אנהייב נאכט נענטער מצד מערב און סוף נאכט מצד מזרח.
געוואלדיג איז גערעכט געווען, כמובן.

היינט צופרי איז געווען נאך א סופערמון. איך בין געגאנגען דאווענען, און א קינד האט אויסגעשריגען "קוק אויפ׳ן לבנה! כאפ שנעל א בילד!" עס איז געווען מערקבאר.

עס גייט קומען נאך איינס סוף יאנואר, צוזאמען מיט אן עקליפס, אבער דער עקליפס גייט נישט זיין אזוי קענטיג אין אונזער געגענט. צוויי סופערמון׳ס אין איין חודש הייסט א בלויע מון blue moon. דאס מיינט once in a blue moon

Sent from my LG-K373 using Tapatalk

וואלווי » דינסטאג יאנואר 16, 2018 1:50 am

· #393500
כאמור לעיל, ס'קומט נאך א גוטס January 31, ווער פארט?

לייענטס אן אפדעיט דא: <a class="postlink" href="https://www.space.com/39208-super-blue-blood-moon-guide.html">https://www.space.com/39208-super-blue- ... guide.html</a>

דאס מאל איז אויך א לונער עקליפס און וואס מער WEST מ'פארט אלס בעסער.

דאס איז די עכטע באדייט פון once in a blue moon...