די מולד
אפשר קען איינער זאגן די טעם פון אויסריפן די מולד בקול רם????
ברוך שאמראיך בין דער וואס רופט אויס אין ׳סמעדרעש, און איך וואונדער מיר אייביג פארוואס דאס ווערט געזאגט אויף אידיש. ׳כמיין, א קידוש רופט מען אויס אויף די שפראך וואס דער עולם קען, ניין? פארוואס נישט דער מולד?אפשר קען איינער זאגן די טעם פון אויסריפן די מולד בקול רם????
פריש וואסערדי ריכטיגע סיבה פארן אויסרופן דעם מולד פארן המון עם, האב איך אמאל מברר געווען פון די ערשטע מקורות, און איר וועט מיר נישט גלייבן.
דאס איז אלס א אלטע סגולה קעגן ווערים אין די געדערים (pinworms) ביי קינדער, צו שלינגען א געוויסע געוויקס מיטן נאמען ווערימקרויט, דווקא גלייך פארן מולד.
די סגולה איז געווען אזוי נפוץ אז יעדער פלעגט פרעגן דעם שמש איבערן זמן המולד, ביז מען האט איינגעפירט אויסצוקלאפן אויפן בלעמער פאר מוסף פונעם לעצטן שבת אינעם חודש דעם זמן המולד.
אז מען האט שוין אויסגערופן דעם מולד, האט מען שוין צוגעלייגט א ברכה אויפן קומענדיגן חודש, דאן איז די ברכה געוואקסן ביז עס האט אנגעפילט א גאנצן בלעטל אינעם סידור, איז שוין געווארן א דבר חשוב צו "בענטשן ראש חודש", האט דער רב עס איבערגענומען פונעם שמש.

הרב_שלוםYes, indeed there are worms that are more active during the new moon as well!
<a class="postlink" href="http://www.kroegerhealer.com/do-i-have-parasites-intestinal-worms.htm">http://www.kroegerhealer.com/do-i-have- ... -worms.htm</a>
פריש וואסעראז מען האט שוין אויסגערופן דעם מולד, האט מען שוין צוגעלייגט א ברכה אויפן קומענדיגן חודש, דאן איז די ברכה געוואקסן ביז עס האט אנגעפילט א גאנצן בלעטל אינעם סידור, איז שוין געווארן א דבר חשוב צו "בענטשן ראש חודש", האט דער רב עס איבערגענומען פונעם שמש.
ליטוואק פון בודאפעסטאיך וויל אייביג וויסען פארוואס מ׳רופט אויס ׳דער מולד וועט זיין....׳ און נישט ׳דער מולד וועט ׳מערצעשעם זיין....׳ אונז זענען מיר דאך אידען, ניין? מ׳לייגט צו צו אלס א שנארכל פון ׳מערצעשעם׳ס, למה ייגרע דער לבנה׳ס לויפאכץ אין די הימעל׳ן? אויף וואס איז געשען זאגט מען בעזרעסאשעם, און אויף דער צוקונפט זאגט מען ׳מערצעשעם! אזוי איז אייביג בעזרעסאשעם געווען, און אזוי גייט ׳מערצעשעם אייביג זיין!
Sent from my LG-K373 using Tapatalk