☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » תורה ודעת » קונסט » די פראפיט The profit טעלעוויזיע סעריע

די פראפיט The profit טעלעוויזיע סעריע

14 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #11972

החוקר » זונטאג נאוועמבער 12, 2017 11:50 am

· #388933
די פראפיט The profit טעלעוויזיע סעריע
די פראפיט סעריע איז א שאו וואו אן אינוועסטירער מארקוס לעמאנוס, גייט אראפ צו ביזנעסער וואס זענען אין א געדריקטן מצב, בדרך כלל פינאנציעל און שלאגט פאר שותפות.

היות אסאך דא זענען באקאנטע מיט שארק טענק (ווי ווייט איך ווייס זענען ווייניגער באקאנט מיט "די פראפיט"). וועל איך אין קורצען ארויס ברענגען די חילוקים.

אין שארק טענק קומט מען צו זיי, די פראפיט גייט אראפ צום ביזנעס. צוליב דעם זעט מען מער די אפארעישאנאל חלק פון ביזנעס.

אין שארק טענק איז די דראמא די negotiation חלק, דא איז דא מער דראמא מיט די ביזנעס איייגטומער. שלעכטע מידות, שוואכע קאמיוניקאציע וכדו' קומט תיכף ארויף און עס איז אינטערעסאנט צו צוזען.

איך געדענק אויף איין עפיזאד, זענען מאן און ווייב געווען שותפים, אבער ער האט איר אפגאלאזט פאר א מיידל ביי איינע פון די סופלייערס. פארשטייט זיך אז דארט איז געווען יו"ט.

צוליב וואס אויף שארק טענק טונקען זיי נישט איין די הענט אין קאלט וואסער אויף די שאו, זעט מען ווייניג מאל וואס עס האט זיך אויסגעקאכט. אויף די פראפיט וויבאלד ער איז מער איוואלווד אין די ביזנעס, זעט מען מער די ענדע רעזולטאטן ווי די ביזנעס איז אנגעקומען. צוליב דעם נעמט ער א גרעסערע חלק שותפות, צומאל אפילו אזוי הויך ווי 70%.

זעט און האט הנאה!

החוקר » זונטאג נאוועמבער 12, 2017 11:57 am

· #388937
Re: די פראפיט The profit טעלעוויזיע סעריע
סעזאן נומער 1, 6 עפיזאדן סעזאן נומער 1

החוקר » זונטאג נאוועמבער 12, 2017 12:08 pm

· #388941
Re: די פראפיט The profit טעלעוויזיע סעריע
סעזאן נומער 2, 18 עפיזאדן סעזאן נומער 2
עפיזאד ניין פעלט, איך זוך א בעסערע פייל ווי דאס וואס איך האב, אז איך וועל נישט טרעפן וועל איך לייגן די שוואכערע.

כפתור » זונטאג נאוועמבער 12, 2017 5:14 pm

· #389006
ישר כח פארן ארפברענגען.
ס'איז טאקע א זייער אינטערעסאנטע שוי, און מ'קען זיך אסאך לערנען דערפון.
הגם, נישט אינגאנצען, ווייל ס'איז דא אסאך ריזיגע ביזנעסער ווי ער קען צוקומען און איך נישט. ווען איך זאל אנרופען די הויפט פון טארגעט וועל איך מסתמה ווארטן יארן. אזוי אויך צו אסאך אנדערע, ווי מ'זעט אויף די שוי.
אבער איך האלט נאך אלץ ס'איז זייער באלערענד און מ'קען ניצן זיין השקפה אויף די אייגענע ביזנעס.
איך וואטש אמאל שארק טענק, אבער איך פיל נישט ווי איך קום ארויס מיט ווערטפולע אינפארמאציע וואס איך קען לייגן און פראקטיק.

גרויסע מענטשעלע » זונטאג נאוועמבער 12, 2017 8:25 pm

· #389043
Re: די פראפיט The profit טעלעוויזיע סעריע
אגב האב איך א שטיקעל קאנעקשין מיט מארקוס אין א ביזנעס ווי ער איז געוועהן אינוואלווד.

כוויל נאר מוסר מודעה זיין אז אויף די שוי זעהסטו נישט די עכטע מעשה ווי אויך די שווארצע זייט ווייזט מען נישט על פי רוב.

אבער ער איז א פיינער בחור מקען זיך אסאך לערנען.

נב ביטע נישט אונהייבן שיקן אישי׳ס אז איך זאל איינעם קאנעיקטן מיט איהם משום כמה פארשטענדליכע סיבות וויל איך נישט אין קען איך נישט. תודה למפרע

גרויסע מענטשעלע » מאנטאג נאוועמבער 13, 2017 8:24 pm

· #389144
Re: די פראפיט The profit טעלעוויזיע סעריע
[ציטאט אראפגענומען]


אסאך שטיקלעך וואס איז נישט נוטה צו זיין מהלך אדער א דורכפאל וועט ער נישט לייגן נאכדעם נישט אייביג זענן די צוויי צוקריגטע שותפים עכט צוקריגט.

כפתור » מאנטאג נאוועמבער 13, 2017 10:53 pm

· #389155
אגב, ס'איז אינטערעסאנט צו ליינען זיין ביאגארפיע.
ער איז געבוירן און ביירוט, לבנון און מיטן א מלחמה.
זיין מזל האט צוגעשפילט אז ער אדאפטירט געווארן צו גריכישע פאר פאלק פון פלארידע.
דאס געט אים עקסטער קרעדיט, אז ער איז נישט געבוירן צו רייכע עלטערן אדער און א רייכע לאנד. ער האט זיך אליינס ארויפגעארבעט

תנחום » מאנטאג נאוועמבער 13, 2017 11:46 pm

· #389157
אלעס פייו און וואויל. איך וויל יעצט -אפאר יאר שפעטער- זעהן די ביכער פון די ביזנעסער וואס ער האט איבער גענומען, קומען זיי טאקע נאך זיינע פאראויס שאצונגען? דאס איז די עיקר.

החוקר » מאנטאג נאוועמבער 20, 2017 10:39 pm

· #389591
סעזאן נומער 3, 22 עפיזאדן סעזאן נומער 3

טרויבן88 » מיטוואך נאוועמבער 22, 2017 7:23 am

· #389759
Re: די פראפיט The profit טעלעוויזיע סעריע
נעכטן איז ארויסגעקומען אן עפיזאד פון די פראפיט, א איבערגאנג איבער אסאך אינוועסמענטס,

די נעקסטע סעזאן גייט אנפאנגען גיין ווייטער יעדע דינסטאג.

טרויבן88 » מיטוואך נאוועמבער 22, 2017 8:34 am

· #389762
Re: די פראפיט The profit טעלעוויזיע סעריע
תנחום
אלעס פייו און וואויל. איך וויל יעצט -אפאר יאר שפעטער- זעהן די ביכער פון די ביזנעסער וואס ער האט איבער גענומען, קומען זיי טאקע נאך זיינע פאראויס שאצונגען? דאס איז די עיקר.
קוק די לעצטע עפיזאד

איך אויך » פרייטאג נאוועמבער 24, 2017 3:30 am

· #389916
גרויסע מענטשעלע
[ציטאט אראפגענומען]


אסאך שטיקלעך וואס איז נישט נוטה צו זיין מהלך אדער א דורכפאל וועט ער נישט לייגן נאכדעם נישט אייביג זענן די צוויי צוקריגטע שותפים עכט צוקריגט.

וויפיל מאל דארף מען ארויסשרייבן אז 'אלע' ריאליטי שאוס זענען איין שטיק הוילע בלאף, נאר ביי טייל איז עס גאר בולט און ביי אנדערע מער קונצליך באהאלטן.

החוקר » מאנטאג דעצעמבער 4, 2017 9:03 pm

· #390494
Re: די פראפיט The profit טעלעוויזיע סעריע
סעזאן נומער 4, 20 עפיזאדן מיט נאך איין עפיזאד ווי ער גייט קיין קובא סעזאן נומער 4

החוקר » מיטוואך פעברואר 7, 2018 7:00 pm

· #395044
סעזאן נומער 5, דערווייל נאר די ערשטע צוויי עפיזאדן סעזאן נומער 5.
די אנדערע וועט אי"ה זיין שפעטער.