☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » פארברענגען » מידיא ווינקל » אונז זעמיר מעכטיג!

אונז זעמיר מעכטיג!

4 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #11968

החוקר » דאנערשטאג נאוועמבער 9, 2017 10:50 am

· #388765
Re: אונז זעמיר מעכטיג!
ווילסט עכט וויסן? דיינע ערווארטונגען זענען צי הויך.
אונזערע צייטונגען זענען נישט קיין נייעס קוועלער, זיי זענען פראפעגאנדע בלעטער. איז סתם לשם נייעס איז עס נישט אינטערעסאנט צו שרייבן.

berlbalaguleh » דאנערשטאג נאוועמבער 9, 2017 12:40 pm

· #388770
אנאנים: ס'קען טאקע זיין אז איינס פון די הויפט סיבות פארוואס די היימישע צייטונגען באריכטן נישט אזעלכע נעגאטיווע געשעענישן ווי דער דורכפאל ביי די וואלן. אין מאנסי-ספרינג וואלי-ראמאפא. און כש"כ די נעגאטיווע ערשיינונגען ביי מוסדות און סוחרים, און יחידים, איז , אזוי ווי דו אליינס האסט דערמאנט אז מ'היעט זיך פון קומען צו לשה"ר און רכילות. ווייל די פרייע צייטונגען אין א"י און די גוי'אישע פרעסע בכלל האבן נישט אט די צוימונגען. און זיי דרוקן סיי וועלכע לשה"ר אדער רכילות איבער יחידים און א רבים. אן קיין שום צוריקהאלט.פארקערט. זיי קוקן דאס אן ווי א באנוס וואס פארקויפט א סאך צייטונגען. ..!

לאמיר נאר געבן א קוק איבער די לעצטיגע וואלן וועלכע זענען אפגעהאלטן געווארן פאר גאווערנאר פן ניו דזשערזי און אנדערע אפיציעלע אמטן. וויפיל קיתונות של שופכין מיט די ערגסטע באשולדיגונגען און ליצנות פון איין קאנדידאט אויפ'ן צווייטן, זענען פארגאסן געווארן. משא"כ ביי אונז. אפילו ס'איז געווען רייבערייען צווישן די קאנדידאטן און זייערע אנהענגער/מיטארבעטער. און מ'האט א ביסל מגזים געווען (או.קעי. מע-גא-זעם) סיי אין די מעלות פונ'ם אייגענעם קאנדידאט און סיי די חסרונות פונ'ם צד שכנגד. ס'איז אבער דאך ב"ה נישט צוגעקומען צו די דיוטא התחתונא פון די אלגעמיינע (גוי'אישע) וואלן. דאס איז לויבנסווערט...!

לפענ"ד וועגט די מעלה (פון טוהר המידות) איבער דעם חיסרון פון נישט באריכטן נעגאטיווע געשעענישן און ערשיינונגען דורך יחידים און מוסדות. ווייל סוכ"ס קומט די וויכטיגע נייעס אן צום עולם דורך די היימישע נייעס קוועלער. קרי..."מקוה נייעס". און "ביהמ"ד קופקעס". און אפילו עטליכע היימישע גראסעריס וואס איך קען. וועלכע זענען א צענטער פאר אלע אידישע נייעסן...!

Gimpel » דאנערשטאג נאוועמבער 9, 2017 1:36 pm

· #388778
ווערט האט נישט אינטרנט

berlbalaguleh » מיטוואך נאוועמבער 15, 2017 5:10 am

· #389212
גערעכט:...!