☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » פארברענגען » קאווע שטיבל » קלמן יעגער קאונסלמאן אין 44 דיסטריקט

קלמן יעגער קאונסלמאן אין 44 דיסטריקט

6 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #11966

ווייל אזוי » מיטוואך נאוועמבער 8, 2017 12:21 pm

· #388678
קלמן יעגער קאונסלמאן אין 44 דיסטריקט
פיר שווערע יאר איז ערווארטעט אויף די בארא פארק אומגעגנט נאכדעם וואס קלמן יעגער האט געוואונען די קאונסלמאן וואלן.

קוקנדיג אויף קלמן קען מען זעהן זיין בייסיגע אויגן אויף אונזער קאמיוניטי, ווי ער איז דא יעדעם צו אונטער רייסן.

קלמן האט אין זיין ערשטע שמועס נאכ'ן געוואונען די וואלן געפילט פאר וויכטיג צו זאגן אז ער גייט מאכן זיכער אז ס'נאר דא איין הצלה, איין שומרים, ער גייט מאכן יונייטעד צווישן אונזער קאמיוניטי.

איינער האט איהם געפרעגט?.. זאל ער זיך גיין מישן ביי סענאטעישן, טרעפיק און נאך אישוס וואס באדערן די שטאט און זאל ער זיך ארויסלאזן פון די היימישע פאליטיק.

באלד וועט ער נאך זאגן אז ס'איז דא נאר איין באבוב אויך.

עולם גולם האט געוואוט און יעצט וועט מען ליידן..........

כלבאשבוע » מיטוואך נאוועמבער 8, 2017 12:40 pm

· #388679
יוני הייקינד האט געטון א געוואלדיגע טובה פאר בארא פארק וויל אן זיין לויפן וואלט יעגער אינגאנצן נישט געפילט קיין שום התחייבות צו די וויילער, יעצט איז מעגליך אז יא, אולי ואולי

לגבי באבוב 45 איז אבער אנדערש, גרינפעלד איגנארירט (און שטערט) זיי שוין יארן און פון יעגערס רעדן נאכן זיג איז שטארק משמע אז ער גייט ממשיך זיין מיט דעם מהלך

רויטע וואנצעס » מיטוואך נאוועמבער 8, 2017 12:42 pm

· #388680
ווייל אזוי


קלמן האט אין זיין ערשטע שמועס נאכ'ן געוואונען די וואלן געפילט פאר וויכטיג צו זאגן אז ער גייט מאכן זיכער אז ס'נאר דא איין הצלה, איין שומרים, ער גייט מאכן יונייטעד צווישן אונזער קאמיוניטי.



אפשר קען מען אים אויך בעטן אז ס'זאל נאר זיין איין אשכול אויף די נושא..

א-שופר-איז-א-שופר » מאנטאג נאוועמבער 20, 2017 3:49 pm

· #389548
ווייל אזוי
פיר שווערע יאר איז ערווארטעט אויף די בארא פארק אומגעגנט נאכדעם וואס קלמן יעגער האט געוואונען די קאונסלמאן וואלן.

קוקנדיג אויף קלמן קען מען זעהן זיין בייסיגע אויגן אויף אונזער קאמיוניטי, ווי ער איז דא יעדעם צו אונטער רייסן.

קלמן האט אין זיין ערשטע שמועס נאכ'ן געוואונען די וואלן געפילט פאר וויכטיג צו זאגן אז ער גייט מאכן זיכער אז ס'נאר דא איין הצלה, איין שומרים, ער גייט מאכן יונייטעד צווישן אונזער קאמיוניטי.

איינער האט איהם געפרעגט?.. זאל ער זיך גיין מישן ביי סענאטעישן, טרעפיק און נאך אישוס וואס באדערן די שטאט און זאל ער זיך ארויסלאזן פון די היימישע פאליטיק.

באלד וועט ער נאך זאגן אז ס'איז דא נאר איין באבוב אויך.

עולם גולם האט געוואוט און יעצט וועט מען ליידן..........


לא עלינו, נאר תפילות קען העלפען

קורקלענד » מאנטאג נאוועמבער 20, 2017 6:05 pm

· #389557
רויטע וואנצעס


אפשר קען מען אים אויך בעטן אז ס'זאל נאר זיין איין אשכול אויף די נושא..

באלד וועט ער זיך אריינלייגן דערינען, דערנאך וועט ער באמערקן אז ס'איז דא צוויי אידישע פארום'ס. און נאך לאנגע חקירות ודרישות וועט ער געוואויר ווערן אז פון די פארום איז פאר איהם נישט ארויסגעקומען צופיל שטיצע, אבער ווידער די אנדערע דארף ער שטארק מכיר טוב זיין פון פארמעקן זיין אשכול ביי די וואלן. דעריבער קען ער אונז נאך אינגאנצן אונטערברענגן..... איך מיין אז בעסער זאל ער נאר שטיין ווייט און גארנישט אינטערווענירן.

berlbalaguleh » דינסטאג נאוועמבער 21, 2017 3:47 am

· #389611
ואני אומר: אז הרהגה"צ ר' קלמן יעגער שליט"א באוואוסט אלס ירא שמים מרבים וועט נאך זאגן א דרשה ביים דינער פון די סאטמאר'ע מוסדות מוצש"ק פ' ויצא. אויך ביי כ"א כסליו וועט ער רעדן...!