☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » פארברענגען » געזעלשאפט » בת ק כבת כ - חתן 20 יאהר עלטער פון כלה

בת ק כבת כ - חתן 20 יאהר עלטער פון כלה

33 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #11962

קרעקער » מאנטאג נאוועמבער 6, 2017 6:56 am

· #388481
בת ק כבת כ - חתן 20 יאהר עלטער פון כלה
די גאס רודערט שוין עטליכע טעג איבער דעם אינטערעסאנטען שידוך פון א מיידעל 17 [לויט טייל ידיעות נאך 16] וואס איז א כלה געווארען מיט א 36 יעריגען גרוש, א טאטע פון 3 קינדער
מאנכע וועלען טענהען אז סאיז נישט שיין צו מישען אין יענעמס פרייוועט שידוך, אבער איך פיהל אז מדארף יא רעדען וועגען דעם אפען, ווייל סאיז נוגע די געזעלשאפט פין אינדזער ציבור בכלליות
עטליכע נקודות וואס כוויהל ארויסברענגען;

לדעתי איז עס א שרעקליכע עוולה וואס מטאהר נישט צולאזען, כוויל נישט הערען דעם טענה אז די מיידעל וויל דעם שידוך, זי איז נאך א קינד, און ווייסט מסתם נאכנישט ווי אזוי מהאט קינדער, זי איז געווארען געכאפט פון זיין געשליפען צינגעל, און אין 10 יאהר ארום ווען זי גייט זיין 25 יאהר גייט ער שוין זיין כמעט 50 מיט א ווייסע בארד,
איך קען עם נישט פערסאנעל מזאגט ער מאכט ספארדישע בעלי תשובות און לערנענט פאהר 8000 שיעורים אויף יוטוב, אבער ער איז 2 מאהל עלטער פון איר, זי קען ווען זיין זיין טאכטער, ווי אזוי האט ער א הארץ צו טוהן אזא אומרעכט מיט א קליין מיידעל?
מיין הארץ איז מיך אויסגעגאנגען צו הערען די צובראכענקייט פין דעם טאטע פון מיידעל, זיין הילפסלאזיקייט ווי ער קען גארנישט טוהן, ווייל זיין מיידעל וויל דעם שידוך, זי וויל נישט הערען פון עפעס אנדערש. ליידער איז דעס דער מצב ביי היינטיגע יוגענט, וואס עלטערען קענען זיי גארנישט איינטיילן, זיי האלטען אז זיי ווייסען און פארשטייען וואס זיי טיען, כאטשיג די אמת איז אז די עלטערען מיינען דאך די בעסטע פאר זייערע קינדער
די רבנים וואס זענען ביזי מיט אלע בייזע פראבלעמען פינעם דור דארפען זיך ווען צאמנעמען און אראפלייגען די פיס און נישט לאזען די מיידעל טוהן דעם שידוך, יא זיי האבען א כח און קענען עס אפהאלטען, עס גייט זיי אבער נישט אהן, זיי זענען ביזי מיטן עירוב און אינטערנעט

אישתישבי » מאנטאג נאוועמבער 6, 2017 7:07 am

· #388482
קען איינער לינקען זיינע שיעורים?

צען קען גיין צו די אינסטאנצן וואס געבן זיך אפ מיט אזעלכע ענינים, און עכ"פ ביז אכצען וועט ער נישט קענען חתונה האבן מיט איר.

ליטוואק פון בודאפעסט » מאנטאג נאוועמבער 6, 2017 8:05 am

· #388483
דאס איז טאקע נוגע די וואכעדיגע סדרה, אבער נישט צוליעב דער קעפל

כלבאשבוע » מאנטאג נאוועמבער 6, 2017 9:21 am

· #388486
אישתישבי
קען איינער לינקען זיינע שיעורים?

צען קען גיין צו די אינסטאנצן וואס געבן זיך אפ מיט אזעלכע ענינים, און עכ"פ ביז אכצען וועט ער נישט קענען חתונה האבן מיט איר.


<a class="postlink" href="https://www.youtube.com/playlist?list=PLvTZr2VjYQUX5aSFyrvjLFDaeas5PyTt0">https://www.youtube.com/playlist?list=P ... aeas5PyTt0</a>

זיי גייען חתונה האבן אין ארץ ישראל ווי פאר די אכצן איז נישט אזא פראבלעם

החוקר » מאנטאג נאוועמבער 6, 2017 10:57 am

· #388491
Re: בת ק כבת כ - חתן 20 יאהר עלטער פון כלה
ווען איך האב געהערט דערפון האב איך אויך געטראכט אז עפעס קלעבט דא נישט, דא מוז זיין נאך עפעס וואס מען ווייסט נישט. איך האב חושש געווען אז אויב איז ער טאקע אזא גוטער רעדנער, ווי מען לייגט אראפ, קען זיין ער האט איר מפתה געווען און אריינגעלייגט פייגלעך אין קאפ, און לכבוד דעם זאגט זי יעצט רוצה אני.

למעשה האב איך איינגעזען אז עס קען זיין פשוטערע, מער פארשטענדליכע סיבות, וואס מאכט עס אויס עוולה. לדוגמה, עס איז מעגליך אז זי קען קיין קינדער נישט האבן, פארט וויל זי אבער קינדער. איז די איינציגסטע עצה חתונה האבן מיט איינעם וואס האט שוין קינדער.

איך ווייס נישט אויב עס איז אזוי, קען זיין אנדערע ווייסן פאר א פאקט אז דאס איז נישט די קעיס. טאמער אבער איז עס אזא אדער ענליכע סיטואציע איז עס מער פארשטענדליך.

מענטשאלע » מאנטאג נאוועמבער 6, 2017 11:03 am

· #388493
אין ארץ ישראל איז עס אויך א פראבעלם פאר 18, ס'איז נישט גזעצליך עד כדי כך וואס מ'קען אריינ'מושב'ן זעם מסדר קידושין אין חד גדיא אריין.

ליפא » מאנטאג נאוועמבער 6, 2017 11:08 am

· #388494
זי איז 16 פלאס. מ'קען דא אין נ.י. חתונה האבן ביי די 17

כלבאשבוע » מאנטאג נאוועמבער 6, 2017 11:35 am

· #388495
ליפא
זי איז 16 פלאס. מ'קען דא אין נ.י. חתונה האבן ביי די 17


נאר אויב א דזשאדש עפראווד
<a class="postlink" href="https://www.hrw.org/news/2017/06/20/us-new-york-governor-signs-anti-child-marriage-law">https://www.hrw.org/news/2017/06/20/us- ... rriage-law</a>

שמעון וואלף » מאנטאג נאוועמבער 6, 2017 8:37 pm

· #388523
כסדר ווערט דא ארינטערגעריסן אונזער סיסטעם אז די עלטערן ארענזשן די שידוך פאר די קינדער אנדעם וואס חתן כלה האט א טשענס אריינצורעדן. אט האבן מיר א פאל ווי א מויד האט זיך פארליעבט אין איינעם און וויל חתונה האבן מיט אים, איז ווייטער נישט גוט.
נאר וואס יא?

berlbalaguleh » מאנטאג נאוועמבער 6, 2017 9:03 pm

· #388530
זי וועט זיין א יונגע, רייכע אלמנה. נאר דער אייבישטער זאלל העלפן אז דער מאן זאלל מאריך ימים ונשים זיין .

ערנסט גערעדט. איך געב נישט פאר דעם שידוך פון אייביגע ליעבע מער ווי זעקס חדשים...! אבער צומאל דארף מען לאזן א סצענע זיך אויסשפיעלן. דאס מיידעלע וועט זיך לערנען א לעקציע אויף איר אייגענע הויט. און זי וועט נישט האבן קיינעם צו בלעימען נאר זיך אליין. זי מיינט נעבעך אז דאס לעבן איז אזוי ווי זי האט זיכער געליינט אין די מעשה ביכלעך. אז אלע מעשיות ענדיגן זיך זייער שיין און גוט... און זיי האבן אייביג געלעבט גליקליך און צופרידן...!

שמעקעדיג » דינסטאג נאוועמבער 7, 2017 12:14 am

· #388537
ליטוואק פון בודאפעסט
דאס איז טאקע נוגע די וואכעדיגע סדרה, אבער נישט צוליעב דער קעפל

גוטער כאפ! דער 40 יעריגער יצחק האט גענומען די קליינע רבקה'לע..... לאמיר אלע מוחה זיין...

לדעתי, שמעון וואלף איז גערעכט, און ס'איז קיינעמ'ס ביזנעס נישט. קען זיין ס'איז נאריש, קען זיין נישט. נישט אונזערע דאגות. ליוו ענד לעט ליוו. ווילאנג עס איז תורה'דיג, געזעצליך, און בהסכמת שניהם, זאל זיין בשעה טובה ומוצלחת, און די אלע זייטיגע צוקוקער און צוהערער זאלן מיינדן די אייגענע ביזנעס.

נולד מאוחר » דינסטאג נאוועמבער 7, 2017 2:07 am

· #388542
שמעון וואלף
כסדר ווערט דא ארינטערגעריסן אונזער סיסטעם אז די עלטערן ארענזשן די שידוך פאר די קינדער אנדעם וואס חתן כלה האט א טשענס אריינצורעדן. אט האבן מיר א פאל ווי א מויד האט זיך פארליעבט אין איינעם און וויל חתונה האבן מיט אים, איז ווייטער נישט גוט.
נאר וואס יא?

וויי איז פאר א סיסטעם וואס איין פאריקטע זאך דארף אויסגעלויבט צוליב א צוויטע פאריקטע זאך.
וואס יא?! סיריעסלי? לאמיר זען אויב דו קענסט אפשר אויפקומען מיט א וואס יא. כמיין ועסט ווערן באלוינט מיט א ביטקוין אויב דו סאלווסט דו חידה.

יתרו » דינסטאג נאוועמבער 7, 2017 3:48 am

· #388549
.

שמעקעדיג » דינסטאג נאוועמבער 7, 2017 8:05 am

· #388554
רעיפ גאר? ווען זי איז פולשטענדיג מסכים? שאלה את פיה ואמרה הן. דאס זאגט אונזער תורה. זינט ווען רעכנט מען זיך מיט די אלגעמיינע וועלט? געבן א פאטש איז היינט טשיילד אביוז אין די אלגעמיינע וועלט, אשר על כן? דאס מיידל האט געבעטן זי וויל דעם שידוך, לאז איר. אויב וועט זי נישט זיין צופרידן ווען איר מח וועט זיך' דעוועלאפן', איז אלץ דא א וועג ארויס.

א איד » דינסטאג נאוועמבער 7, 2017 10:40 am

· #388556
Re: בת ק כבת כ - חתן 20 יאהר עלטער פון כלה
און די גויאישע וועלט, ווען אזא זאך קומט פאר, וואס געשעהט דעמאלטס?

אברך משי » דינסטאג נאוועמבער 7, 2017 10:54 am

· #388557
ראה סנהדרין דף קד עמוד א:
"העיר רבתי עם" אמר רבא אמר רבי יוחנן שהיו משיאין קטנה לגדול וגדולה לקטן כדי שיהו להם בנים הרבה

בענדזשאמין פרענקלין » דינסטאג נאוועמבער 7, 2017 11:17 am

· #388559
שמעקעדיג
רעיפ גאר? ווען זי איז פולשטענדיג מסכים? שאלה את פיה ואמרה הן. דאס זאגט אונזער תורה. זינט ווען רעכנט מען זיך מיט די אלגעמיינע וועלט? געבן א פאטש איז היינט טשיילד אביוז אין די אלגעמיינע וועלט, אשר על כן? דאס מיידל האט געבעטן זי וויל דעם שידוך, לאז איר. אויב וועט זי נישט זיין צופרידן ווען איר מח וועט זיך' דעוועלאפן', איז אלץ דא א וועג ארויס.

רעיפ איז אפשר צו שארף אבער עס איז א בחינה פון א קטנה וואס ווערט נתפתה וואס בלייבט נאך אלץ אן אונס. יתרו איז גערעכט ביי די זעכצען קען מען נאכנישט נוצן געהעריג די Prefrontal Cortex וואס העלפט מאכן ראצינאלע decisions. בנוגע דאס אז די תורה געט רשות, וועט מען מוזן זאגן נתקטנו המוחות.
בייגעלייגט איז א שיינע הסבר פון דא ווי אזוי די יונגווארג פאר די 18 מאכט דיסיזשענס בנוגע רומנטיקה, און עס פארלאנגט זיך פון אחריותדיגע עלטערן אראפצולייגן א פיס.

We mentioned in Brain Development, Part I that young children don’t have a prefrontal cortex. By this point, a teen’s prefrontal cortex has developed, but that doesn’t mean your teen is using it. A teen’s brain doesn’t fully utilize the connections in the pre-frontal cortex, which helps read and respond to emotions. This makes judgement and interpersonal interactions (aka “teen drama”!) so difficult. Also, while they may understand an idea, they can’t express themselves emotionally like a full adult.

At the same time, they’ve gone through puberty, so their bodies react to situations like an adult, even though their brain might not be ready to handle it.

This is especially true for teens who are getting romantically involved. As noted by The Development of Romantic Relationships in Adolescence, a title from the Cambridge University Press, biological drives have a major impact on what teens prioritize and how they ultimately behave. In particular, any potential partner that a teen can form an attachment to – which, in this case, refers to a sense of security – is likely to be a more long-term interest as long as nothing happens to drive them apart.

Teens being teens, though, powerful emotions often drive them to call it quits. There’s usually a tipping point somewhere in their emotions – they’ll endure practically anything in a relationship up the moment they finally decide to call it quits, at which point they’re probably not going to change their mind no matter how bad the breakup makes them feel.

Essentially, older teens are driven to be independent and will increasingly value their own opinion over yours. This tends to remain true even when they’re making mistakes that could haunt them for the rest of their lives – older teens tend to assume they’re correct, or at least that they can handle any problems, right up to the point when things finally spiral out of control.

The digital world is no safer than the real world – in fact, it’s arguably less safe for teens, given the way a single mistake could come back to haunt them for many years to come. While teens should be given an increasing amount of freedom while they’re online, try to restrict their freedoms until you’re absolutely sure that they’re ready to handle it.

Try framing this in a positive way – don’t say that you’re restricting them, but rather, explain that you’re giving them the opportunity to earn new freedoms. On the whole, teens respond better to these kinds of positive encouragements, especially if they believe that it is possible to earn what they want. They still care about what you think, and they’re less likely to go against your wishes if they think they can get what they want without jeopardizing the relationship they have with you.

As any experienced parent knows, raising a teenager isn’t easy. However, once you understand why they act the way they do, it’s easier than you might think to raise them into better people. This is all we have to say on development, but there’s one more thing to talk about – check back soon for the last part of this series, where we’ll discuss some strategies for parenting a developing brain.

בת קול » דינסטאג נאוועמבער 7, 2017 5:13 pm

· #388582
לעגאל קען דער טאטע אריינגעבן א קלאגע ווילאנג די טאכטער איז נישט 18. אויב ער לאזט עס צו איז דאס אביוז.

בת קול » דינסטאג נאוועמבער 7, 2017 5:14 pm

· #388583
שמעקעדיג
רעיפ גאר? ווען זי איז פולשטענדיג מסכים? שאלה את פיה ואמרה הן. דאס זאגט אונזער תורה. זינט ווען רעכנט מען זיך מיט די אלגעמיינע וועלט? געבן א פאטש איז היינט טשיילד אביוז אין די אלגעמיינע וועלט, אשר על כן? דאס מיידל האט געבעטן זי וויל דעם שידוך, לאז איר. אויב וועט זי נישט זיין צופרידן ווען איר מח וועט זיך' דעוועלאפן', איז אלץ דא א וועג ארויס.


יא לעגאל אינטער 18 קען מען נישט געבן קאנסענט און דאס איז רעיפ.

בת קול » דינסטאג נאוועמבער 7, 2017 5:29 pm

· #388585
<a class="postlink" href="https://youtu.be/o_-WoFS_aqs">https://youtu.be/o_-WoFS_aqs</a>
דר. פיל'ס פסק פאר עלטערן וואס געבן רשות.

בת קול » דינסטאג נאוועמבער 7, 2017 5:36 pm

· #388586
<a class="postlink" href="https://youtu.be/mpjBMHvMnvg">https://youtu.be/mpjBMHvMnvg</a>

<a class="postlink" href="https://youtu.be/8PI6Yr_qtPM">https://youtu.be/8PI6Yr_qtPM</a>

פארוואס א גרויסע age gap ענדיגט זיך געווענטליך נישט גוט.

איך אויך » דינסטאג נאוועמבער 7, 2017 7:09 pm

· #388589
שמעקי עס פאסט כלל נישט פאר דיר זוינע שטותים. ווען ער רעדט ווען עברית מיט דיין טאכטער ביי די 16 וואלטו אויך דאס געשריבן??

שמעקעדיג » דינסטאג נאוועמבער 7, 2017 8:07 pm

· #388597
אוודאי נישט. איך וואלט עס נישט צוגעלאזט, ווייל איך האלט עס איז א אומרעכט! אבער יענער טאטע מעג האלטן אנדערש ווי מיר. סך הכל וואס איך טענה, אז אויב איז עס געזעצליך און ע"פ תורה, דאן איז עס נישט אונזער ביזנעס, וזהו.

ישפה » מיטוואך נאוועמבער 8, 2017 10:22 am

· #388664
שמעון וואלף
כסדר ווערט דא ארינטערגעריסן אונזער סיסטעם אז די עלטערן ארענזשן די שידוך פאר די קינדער אנדעם וואס חתן כלה האט א טשענס אריינצורעדן. אט האבן מיר א פאל ווי א מויד האט זיך פארליעבט אין איינעם און וויל חתונה האבן מיט אים, איז ווייטער נישט גוט.
נאר וואס יא?

אויבנאויף איז דיין פראגע גאר גוט, וואס מ׳טוט איז נישט גוט.
ווען די עלטערן טוען די שידוך לויט זייער געשמאק און די בחור/מיידל בעל כורחם יענו אמן, האט מען טענות אז זיי ברויכן קודם פאלן אין ליבע.
און ווען זי האט זיך שוין יא פארליבט עד שאמרה רוצה אני(ענד שי סעד יעס). שרייט מען די עלטערן ברויכן דאס מעכב זיין.

אבער די ענטפער איז זייער פשוט. עלטערן דארפן לערנען די מדובר/ת, במה דברים אמורים. וואס טייטש חתונה האבן, וויאזוי האט מען קינדער, וואספארא איינגשאפטן ווילסטו דיין שותף זאל האבן אז ביידע זאלן זיין גליקלעך אויפן גאנצן לעבן, נישט נאר אויף שבעת ימי המשתה.
ברחל בתך הקטנה ברויך מען זיי מסביר זיין, בחור שא נא עיניך. אל תתן עיניך ליופי. אמת, יופי איז א שטיק געטליכקייט, א בילד געמאלן דורך גאט אליין. אבער דאס אליין וועט דיך פארפירן. שקר החן, ווען סאיז איינער אליין.
ווען ער שוין זיצט מיט איר, זאל עס זיין מיטן ידיעה, אז א ווייב איז נישט (נאר) פאר אנגרייטן א איבערבייס צו נעמען אין כולל/ארבעט,אדער פאר ראמאנטישע נאכטמאל׳ן. און זיכער נישט א רוממעד אין א דארמיטארי.
וויסן די באדייט פון די מערסטע געניצטע ברכה. אהבה, אחוה, שלום, רעות. וועט נאר העלפן צו מאכן די ריכטיגע באשלוס.

א בחור/מיידל דארפן וויסן אויף וואס זיי גייען איין בעפאר מען טרינקט דאס קליין גלעזל לחיים. און נישט נאך ששה בכרס, זיך כאפן אז סטויגט נישט. דאן איז שוין קליינע אומשלידיגע נשמות אינוואלווד.

אמת, מ׳קען קיינמאל וויסן מה יולד יום, אבער מיר דארפן קענען זאגן מיט זיכערקייט, ידינו לא שפכו, מיר דארפן זיי געבן די בעסטע שאנס צו פארבלייבן מיט זייער אשת נעורים.

יתרו » מיטוואך נאוועמבער 8, 2017 11:41 am

· #388673
.

יתרו » מיטוואך נאוועמבער 8, 2017 11:45 am

· #388674
שמעקעדיג
אוודאי נישט. איך וואלט עס נישט צוגעלאזט, ווייל איך האלט עס איז א אומרעכט! אבער יענער טאטע מעג האלטן אנדערש ווי מיר. סך הכל וואס איך טענה, אז אויב איז עס געזעצליך און ע"פ תורה, דאן איז עס נישט אונזער ביזנעס, וזהו.
.
עס קען אמאל זיין געזעצלעך און ע"פ תורה אבער נישט ע"פ שכל, אינטערעסאנע היכי תימצא הא? עס איז בחינה ווי לא חרבה ירושלים אלא מפני.. וואטעווער.
אבער נאכן הערן די וואיס נאוט פון די טאטע האב איך נישט קיין טענה אויפ אים, נאר אויף דעם יורעוויטש איז א שטיקעל פלא, פארוואס אזא תלמיד חכם טוט אזא זאך.

איך אויך » מיטוואך נאוועמבער 8, 2017 1:28 pm

· #388690
ווי קען מען עס הערן?

יתרו » מיטוואך נאוועמבער 8, 2017 3:48 pm

· #388699
כוועל פרובירן שיקן אין אישי

יעקב מענטש » מיטוואך נאוועמבער 8, 2017 5:47 pm

· #388706
ס'מוז נישט זיין אז די גאס ווייסט אלע דעטאלן ארום דעם שידוך, לדוגמא, קען זיין אז זי קען נישט האבן קינדער און וויל אויפציען א שטוב (איך ווייס פון נאך אזא היימישע שידוך אפאר יאר צוריק).

אויב טוישט זי איר מיינונג, האבן מיר א מסכת גיטין וכו'

שמעקעדיג » מיטוואך נאוועמבער 8, 2017 6:09 pm

· #388709
יתרו
אבער נאכן הערן די וואיס נאוט פון די טאטע האב איך נישט קיין טענה אויפ אים, נאר אויף דעם יורעוויטש איז א שטיקעל פלא, פארוואס אזא תלמיד חכם טוט אזא זאך.

אמת, איך האב געשריבן מיינע ווערטער נאכ'ן הערן די וואויס נאוט פונען טאטן.
נאכאמאל, איך זאג קלאר אז "איך האלט נישט" אז ס'איז ריכטיג, נישט שכל'דיג, אבער "ליוו ענד לעט ליוו" גייט אן אויך ביי אזעלכע פעלער ווי יענער האלט גענצליך אנדערש ווי מיר. אויב נישט, קענסטו נישט האבן קיין טענות אויף צימערמאן וכת דילי' אויך נישט, ווייל ער איז אויך מוחה אויף זאכן וואס ער איז "קלאר איבערגעצייגט" אז יענער טוט אומריכטיג, וא"כ אין לדבר סוף. ממילא האלט איך אז אויב עס שטערט מיר נישט פערזענליך, און לויט יענעם איז עס אויסגעהאלטן, דארף מען נישט אריינרעדן.

ביבער » מיטוואך נאוועמבער 8, 2017 9:55 pm

· #388729
גראדע אין גמרא זעהט מען אויך אז מען זאל נישט חתונה האבן ווען מ'איז נישט די זעלבע עידזש אפילו ביי יבמה ווי ס'איז א מצוה ווייל ס'ברענגט צו קריגערייען (מה לך אצל ילדה, מה לך אצל זקנה, כלך אצל שכמותך ואל תשים קטטה בביתך, יבמות מד.) אבער בכל אופן בין איך מיט דעת @שמעקעדיג אז ביי אזעלכע פעלער איז עס קיינעם'ס דאגה נישט נאר די מיידל מיט אירע עלטערן.

החוקר » דינסטאג נאוועמבער 28, 2017 9:10 pm

· #390134
ווייסט אפשר איינער מער קראנט אויב עס איז אמת, אדער מער פרטים?
זעה באריכט

היכי דמי » דינסטאג נאוועמבער 28, 2017 11:23 pm

· #390141
החוקר
ווייסט אפשר איינער מער קראנט אויב עס איז אמת, אדער מער פרטים?
זעה באריכט


נישט אמת לויט וויפיל איך ווייס.