☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » פארברענגען » אידישע און אלגעמיינע נייעס » אנקעטע: ווער גייט געווינען? יוני צו קלמן?

אנקעטע: ווער גייט געווינען? יוני צו קלמן?

13 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #11960

שטאפענע קאפעליטש » זונטאג נאוועמבער 5, 2017 11:46 pm

· #388455
אנקעטע: ווער גייט געווינען? יוני צו קלמן?
מ׳האט שוין דא געהאט א אנקעטע איבער וועם מ׳גייט שטימען, ארויס געלאסט האט זיך עפעס מיט א ריזיג אויבערהאנט פאר הייקענד.
יעצט וויל איך מאכן א אנקעטע וועם איר האלט גייט געווינען, נישט נוגע פאר וועם איך גייט וואלן אדער וועם איך ווילט זאל געווינען.

טאמער האלט איר
די געווינער גייט זיין
יוני הייקענד
געבט א לייק.

שטאפענע קאפעליטש » זונטאג נאוועמבער 5, 2017 11:46 pm

· #388456
טאמער האלט איר
די געווינער גייט זיין
קלמן יעגער
געבט א לייק

קורקלענד » מאנטאג נאוועמבער 6, 2017 12:20 am

· #388457
טאמער האלט איר
אז ביידע האבן א פעיר טשאנס
געבט א לייק

א איד » מאנטאג נאוועמבער 6, 2017 12:25 am

· #388459
Re: אנקעטע: ווער גייט געווינען? יוני צו קלמן?
ווער עס וויל סתם אזוי לייקן
געבט א לייק

איסר האטלקי » מאנטאג נאוועמבער 6, 2017 1:08 am

· #388462
אכטונג!!
די אנקעטע איז טאטאל ריגגד. שטאפענע וויל געבן אלע שטימעס פאר יעגער!!
לאמיר זיך נישט לאזן.
לייקט די דאזיגע תגובה און עס וועט אויטאמאטיש אריבערגיין צום קאנדידאט יונה הייקינד אין טאש!!

קורקלענד » מאנטאג נאוועמבער 6, 2017 1:33 am

· #388468
לויט ווי ס'גייט שטייט ער ערגער מיט די ריגגינג ווי ס'געווען פארדעם.

יעקב מענטש » דינסטאג נאוועמבער 7, 2017 2:44 pm

· #388571
) אויב קלערט איר:

1) אז דאס איז די ערגעסטע היימישע פארמעסט וואס די ברוקלינער אידנטום האט נאר בייגעוואוינט (יא! אריינגערעכנט די סיטי קאונסיל/סטעיט סענאטאר וואלן ווי די ארוינים און זאלונים האבן זיך געהארגעט)

2) אז די בארא פארקער אידענטום איז אזוי נאריש, אז נישט לאנג צוריק איז א הבטחה פון בויען דירות העכער טרעקס געווען א לעגיטימע קאמפיין צוזאג...

3) אז לעצטענס איז נישטא קיין סאך מחלוקת אין די חסידישע הויפן, אז אפי' א קריגעריי פון ווער ס'זאל באקומען א געוויסע דזשאב (אן קיין נפק"מ פארן המון עם) קען מאכן א גאנצע בור פון ערוואקסענע זיך טענה'ן אויף די העכסטע טענער.

4) אז ס'איז דא א געוואלד מיט לאנגווייליגע בחורים אויפן גאס.

גיבט א לייק!

סקרן » דינסטאג נאוועמבער 7, 2017 2:46 pm

· #388572
יעקב מענטש
) אויב קלערט איר:


4) אז ס'איז דא א געוואלד מיט לאנגווייליגע בחורים אויפן גאס.

גיבט א לייק!

די אנדערע דארף איך צולייגן קאפ און טראכטן אבער דאס איז ווי מ'זאגט מיליאן פערצענט אמת און וויטאגליך

ליפא » דינסטאג נאוועמבער 7, 2017 2:47 pm

· #388573
אויב זענט איר שוין מיד פון די אלע ניקס וואס טרייען אלע אופנים ארויסצושלעפן א לייק פון אייך... דאן לייקט די תגובה

יעקב מענטש » דינסטאג נאוועמבער 7, 2017 2:47 pm

· #388574
סקרן
יעקב מענטש
) אויב קלערט איר:


4) אז ס'איז דא א געוואלד מיט לאנגווייליגע בחורים אויפן גאס.

גיבט א לייק!

די אנדערע דארף איך צולייגן קאפ און טראכטן אבער דאס איז ווי מ'זאגט מיליאן פערצענט אמת און וויטאגליך

דאס קען מען אבער נישט לייקן...

כלבאשבוע » דינסטאג נאוועמבער 7, 2017 3:26 pm

· #388578
📎 cfdb74716b00c81a9.jpg

berlbalaguleh » דינסטאג נאוועמבער 7, 2017 8:12 pm

· #388598
כלבא שבוע: ס'איז אינטרעסאנט. אבער דער געווינער שרייבט קיינמאל נישט קיין בוך וואו ער איז מסביר פארוואס און וויאזוי ער האט געווינען. ווייל ס'איז..."חכמתי עמדה לי"... אבער דער פארלירער דארף אנקומען צו פארשידענע הסברים. לאמיר האפן אז זיין בוך (קלמן יעגער'ס) וועט זיך אויכעט אזוי גוט פארקויפן ווי הילערי קלינטאנ'ס...!

אז מ'רעדט שוין פון פארלירן. ווער ס'האט א ביסל מיטגעהאלטן דעם טומל פון די פרעזידענטליכע עלעקשנס. ביי מיר איז געווען דאס געשמאקסטע ווען אין די נאכט פון די עלעקשנס האבן די דעמאקראטן געהוליעט און געיובל'ט. זייענדיג זיכער מיט איהר זיג. און מ'האט געהאט אנגעגרייט א סאך שאמפעין. אבער ווען די נאמבערס האבן אנגעהויבן אריינצוקומען אויף דאנאלד טראמפ'ס זייט, האטציך פלוצלינג אפגעשטעלט ביי זיי די מוזיק און די הוליעריי און ס'איז געווארן א טויט שטילקייט ביז די ביטערע מינוט ווען זי איז אראפגעקומען און געמאלדן אז זי האט פארלוירן...!.

התם ומתמם עם תמימים » דינסטאג נאוועמבער 7, 2017 8:25 pm

· #388599
איך האלט קלאר אז טישלער גייט געווינען ...

איך דארף אפילו נישט קיין לייק