☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » פארברענגען » אידישע און אלגעמיינע נייעס » נייער (ריפובליקען) שטייער פלאן

נייער (ריפובליקען) שטייער פלאן

7 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #11955

גראף » דאנערשטאג נאוועמבער 2, 2017 1:43 pm

· #388232
נייער (ריפובליקען) שטייער פלאן
קאנגרעס האט ארויס געשטעלט א נייער טעקס פלאן. עס זענען דא געוויסע זאכן וואס אויבן אויף זעהט עס אויס בעסער פאר מיר - עוורידזש פארדינער. ס'אינטערסירט דא איינער בכלל? ניין ? או קעי ביי.

<a class="postlink" href="https://mobile.nytimes.com/2017/11/02/us/politics/tax-plan-republicans.html?action=click&module=Top%20Stories&pgtype=Homepage">https://mobile.nytimes.com/2017/11/02/u ... e=Homepage</a>

Sent from my XT1096 using Tapatalk

דער גאלדענער אדלער » דאנערשטאג נאוועמבער 2, 2017 2:11 pm

· #388236
Re: נייער (ריפובליקען) שטייער פלאן
גראף
קאנגרעס האט ארויס געשטעלט א נייער טעקס פלאן. עס זענען דא געוויסע זאכן וואס אויבן אויף זעהט עס אויס בעסער פאר מיר - עוורידזש פארדינער. ס'אינטערסירט דא איינער בכלל? ניין ? או קעי ביי.

<a class="postlink" href="https://mobile.nytimes.com/2017/11/02/us/politics/tax-plan-republicans.html?action=click&module=Top%20Stories&pgtype=Homepage">https://mobile.nytimes.com/2017/11/02/u ... e=Homepage</a>

Sent from my XT1096 using Tapatalk
גראף; געב נישט אויף אזוי שנעל.

אויבן אויף זעהט עס אויס צו זיין גאנץ א גוטע פלאן, קודם כל דאס עצם מינערן די טעקס ברעקעטס, און העכערן די דידאקשענס, וואס דאס מיינט אז די פארדינערס וועלן אטאמאטיש צאלן ווייניגער טעקס. און אויך נעמט עס אוועק אסאך קאפוויי ביים פיילן, מאכט אסאך אויס.

מייו שאלה איז אויך לגבי 1031 צו ס'וועט נאך זיין אינטערעסאנט צו פיילן, אדער וויבאלד טעקס וועט זיין גענוג נידעריג וועט מען שוין נישט ברויכן צו קומען דערצו?

גראף » דאנערשטאג נאוועמבער 2, 2017 2:25 pm

· #388237
Re: נייער (ריפובליקען) שטייער פלאן
דו פרעגסט לגבי אינוועסטמענט? איז א 1031 עפעס מיט פראפערטי? כ'הייב נישט אן צו וויסן די אלע געזעצען. אלעס וואס איך זעה דא איז אז איך גיי צאלן ווייניגער כאטש אזוי פארשטיי איך.
לאמיר זעהן וואס גייט זיך נאך טוישן פאר דער פרעזידענט חתמ'ט עס.

Sent from my XT1096 using Tapatalk

דער גאלדענער אדלער » דאנערשטאג נאוועמבער 2, 2017 3:32 pm

· #388247
Re: נייער (ריפובליקען) שטייער פלאן
[ציטאט אראפגענומען]
נו, איז דאך עס א ישועה פאר זיי! רוב קענען נישט איבערטראגן די הויכע מערטגעדזש פעימענטס, א מארטגעדזש וואסי מער פון 500,000.00 מיט טעקסעס קען אויסקומען צן א קיימא לן פון קרוב צו פיר-פיר אהאלב טויזענט דאללער, און מיט דעם טעקס פלאן וועט מען זיך (בלית) ברירה מוזן אויפהייבן און גיין ווי נארמאלע מענטשן, און זיך ערלויבן א לייף סטייל וואס מ'קען ברייטערהייט ערלויבן, און נישט בעל כרחך בדחקות.

קורקלענד » דאנערשטאג נאוועמבער 2, 2017 3:49 pm

· #388248
ס'איז מער געבויגן צו געבן שטארקע הנחות פאר די גאר רייכע. די אלגעמיינע עולם וועט זיך קיין סאך נישט שפארן אויב בכלל.

גראף » דאנערשטאג נאוועמבער 2, 2017 3:50 pm

· #388249
Re: נייער (ריפובליקען) שטייער פלאן
אויב וועט עס ווערן שווערע פאר מענטשן צו קויפן צוליב דעם אז עס גייט קאסטן נאך מער דער מארגעדש איז דא א טשענס אז ריעל עסטעיט וועט פאלן אדער כאטש בלייבן לעוועל?

Sent from my XT1096 using Tapatalk

איסר האטלקי » דאנערשטאג נאוועמבער 2, 2017 8:03 pm

· #388276
גראף
אויב וועט עס ווערן שווערע פאר מענטשן צו קויפן צוליב דעם אז עס גייט קאסטן נאך מער דער מארגעדש איז דא א טשענס אז ריעל עסטעיט וועט פאלן אדער כאטש בלייבן לעוועל?

Sent from my XT1096 using Tapatalk

לכאורה וועט טאקע ריעל עסטעיט פאלן.

א גרויסער בראך פאר שוואכע פארדינער וואס האבן הייזער.